קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער וועג פֿון טרערן "A"
דער וועג פֿון טרערן "A"

דער נאָמען פֿון גיטל בראַון, אַ לאָנדאָנער קינסטלערין פֿון דער פֿרומער חסידישער געגנט סטעמפֿראָד־היל, באַווײַזט זיך אַלץ אָפֿטער אויף די זײַטן פֿון די גרעסטע ענגלישע צײַטונגען. זי האָט שוין אויסגעשטעלט אירע ווערק אין חשובֿע גאַלעריעס פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, און אין גיכן וועלן די ישׂראלים זען צוויי נײַע אויסשטעלונגען אירע. די ווערק פֿון בראַון קומען מיט פּערזענלעכע געשיכטעס, וואָס שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם מאַכן דעם קינסטלער דערפֿאָלגרײַך און פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם.

געבוירן אין חיפֿה בײַ עלטערן וואָס זײַנען ניצול געוואָרן אין חורבן, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין מאה־שערים אין ירושלים און דערנאָך חתונה געהאַט אין לאָנדאָן. היות ווי זי האָט געלעבט אין אַ ביז גאָר פֿרומער סבֿיבֿה, האָט זי געקאָנט דורכקומען מיט ייִדיש און עבֿרית, און האָט ניט געקענט קיין ענגליש ביז צען יאָר צוריק. ווען אירע אַכט קינדער זײַנען אונטערגעוואַקסן, האָט זי באַשלאָסן צו שטודירן קונסט אויף אַן ערנסטן אופֿן און פֿאַרענדיקט סענט־מאַרטינס שול, איינע פֿון די סאַמע בעסטע לאָנדאָנער אינסטיטוציעס פֿאַר קינסטלער.

אין אירע ווערק באַנוצט זיך גיטל בראַון מיט פֿאַרשידענע טעכנישע מיטלען׃ האָלץ, שטאָף, פּאַפּיר. זי אַרבעט מיט אָביעקטן, וואָס זײַנען ניט פֿולקום און כּסדר האָבן עפּעס אַ חסרון׃ אַלטע צעשויבערטע ספֿרים, צעקאַליעטשעטע ליאַלקעס, שטיקלעך טעקסטיל. אָבער דער עיקר, זײַנען בײַ איר ניט די אָביעקטן גופֿא, נאָר זייערע פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן. גיטל בראַון דערקלערט אין אַן אינטערוויו׃ "איך האַלט אין איין אַרבעטן איבער איין זאַך אין משך פֿון עטלעכע וואָכן, און ערשט ווען איך האָב אַ געפֿיל, אַז עס קומט אַרויס אַ ריכטיקע געשטאַלט, ערשט דעמאָלט מאַך איך אַ פֿאָטאָגראַפֿיע. דערנאָך הייבט זיך אָן דער פּראָצעס פֿון אויסקלײַבן, רעדאַגירן, קאָפּירן, פֿאַרגרעסערן און שפּילן זיך מיט ליכט און פּערספּעקטיוו. איך באַנוץ זיך מיט ספּעציעלע פֿאָטאָגראַפֿישע אַפּאַראַטן, כּדי צו שאַפֿן דעם אָפּטישן אײַנדרוק פֿון פֿאַרנעמיקייט און דעם חושימדיקן געפֿיל פֿון אָנרירן."

אַראַנקע (מײַן מאַמעס אוישוויץ־פֿרײַנדין)
אַראַנקע (מײַן מאַמעס אוישוויץ־פֿרײַנדין)

אָט די "חושימדיקייט" פֿון בראַונס ווערק, וואָס זײַנען כּסדר אַבסטראַקט און טראָגן ניט קיין דירעקטן אידעיִשן שליחות, איז גורם ביז גאָר פֿאַרשידענע אויסטײַטשונגען. וועלטלעכע קריטיקער האָבן אַ נטיה אויסצוטײַטשן אירע ווערק ווי "סענסועלע", שיִער ניט — "עראָטישע", אָבער זי האָט גאָר אַן אַנדער באַגריף פֿאַר איר קונסט׃ "לכתּחילה האָב איך דערקלערט, אַז מײַנע ווערק האָבן צו טאָן מיטן חורבן. אָבער מײַן לערער האָט זיי אָנגערופֿן ‘סענסועל’, און אַלע סטודענטן האָבן מסכּים געווען. צוערשט, איז דאָס מיר געווען ניט ניחא, אָבער בהדרגה בין איך מושווה געוואָרן און האָב געזאָגט׃ מילא, לאָז עס זײַן סענסועל."

עס זײַנען דאָ עטלעכע מאָטיוון, וואָס קומען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאָר אין כּמעט אַלע ווערק פֿון גיטל בראַון. יעדע פֿאָטאָגראַפֿישע סעריע דערציילט, אויף אַן אייגענעם אופֿן, אַ מעשׂה פֿון צעפֿאַלן זיך און ירידה. זיי וואָלטן זיך זייער גוט צוגעפּאַסט צו דער איידעלער פּראָזע פֿון דוד בערגעלסאָן, צו דער שטימונג פֿון האַרבסטיקער אומעטיקייט, וואָס הערשט אין איר. אין דעם זין געהערן די ווערק פֿון גיטל בראַון צו דער טראַדיציע פֿון ייִדישן מאָדערניזם, הגם זי אַליין רעדט ניט וועגן דעם. זי ווערט באַגײַסטערט פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע מקורים, פֿון אַלטע מיטל־עלטערלעכע ספֿרים ביז די איטאַליענישע הילצערנע ליאַלקעס, אָבער ניט פֿון דער מאָדערנער ייִדיש־קולטור.

די ייִדישע קולטור האָט געליטן פֿון אַ סך מכּות אינעם 20סטן יאָרהונדערט, וואָס ס'רובֿ פֿון זיי האָבן צו טאָן מיט דרויסנדיקע סיבות׃ אַנטיסעמיטיזם, פּאָגראָמען, אַסימילאַציע, עמיגראַציע וכדומה. אָבער איין קולטורעלע פּראָבלעם שטעקט מיט אירע וואָרצלען אין דער סאַמע מיט פֿונעם ייִדישן כּלל־קיום. מען האָט פּשוט אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד פֿון דער אייגענער קינסטלערישער און אינטעלעקטועלער ירושה. אַפֿילו אַזאַ קינסטלער ווי גיטל בראַון, וואָס קומט פֿון דער סאַמע טיפֿעניש פֿון דער חסידישער סבֿיבֿה און לעבט אויס אירע יאָרן אין ייִדיש, קומט צו ייִדישער קונסט מיט קרומע וועגן.

פֿרעדי
פֿרעדי

און שולדיק אין דעם איז טאַקע אַ פֿאַרשפּרייטע אָבערגלויבעניש, אַז ייִדן פֿאַרמאָגן ניט קיין אייגענע עסטעטישע טראַדיציעס. מען האָט עטלעכע קינסטלער, וואָס זייערע ווערק ווערן פֿאַררעכנט פֿאַר "איקאָנישע" בילדערישע און מאָלערישע רעפּרעזענטאַציעס פֿון "אויטענטישער" ייִדישקייט, אַזעלכע ווי מאַרק שאַגאַל אָדער דער פֿאָטאָגראַף ראָמאַן ווישניאַק. אָבער דווקא זיי האָבן געאַרבעט פֿאַרן דרויסנדיקן עולם, ניט פֿאַר די אייגענע קאָנסומענטן. דערצו נאָך רעדט מען אַ סך וועגן אַזעלכע נעפּלדיקע באַגריפֿן ווי ייִדישע געפֿילן און שטימונגען אין די ווערק פֿון באַרימטע מאָדערנע אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער קינסטלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, פֿון קאַמיל פּיסאַראָ ביז מאַרק ראָטקאָ. אָבער אַ היפּשער שיכט פֿון ייִדישער פֿאָלקס־קונסט בלײַבט ניט דערפֿאָרשט און איז ניט באַקאַנט דעם ברייטערן עולם.

די גאַנצע ריזיקע קריטישע און פֿאָרשערישע אַרבעט פֿון "קולטור־ליגע" און אַנדערע ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציעס, וועלכע זײַנען געווען אויסן צו אויפֿלעבן די ייִדישע קינסטלערישע שעפֿערישקייט דורך איבעראַרבעטן די רײַכע ירושה פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט, בלײַבט עד־היום ניט באַקאַנט, מחוץ דעם שמאָלן קרײַזל פֿון מומחים און זאַמלער. די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קונסט האָט אַן אייגנאַרטיקן מעטאַפֿאָריש לשון, אַן אייגענע חושימדיקייט און אַ ספּעציפֿיש פֿאָרם־געפֿיל. אַנשטאָט צו פּרוּוון פֿאַרשטיין און אויסטײַטשן אָט די דאָזיקע אַספּעקטן, חזרט מען איבער זיסלעכע ראָמאַנטיש־נאָסטאַלגישע נאַרישקייטן וועגן דעם שטעטל און דעם אַמאָליקן ייִדישן שטייגער, וואָס איז אומגעקומען אינעם חורבן.

גיטל בראַון איז אַ פֿײַנע און אָריגינעלע קינסטלערין, וואָס האָט בדעה ממשיך צו זײַן די אַלטע ייִדישע קונסט־טראַדיציע. אָבער אַפֿילו די סאַמע פֿרומע חסידים, מיט זייערע שוואַרצע קאַפּאָטעס און ווײַסע זאָקן, זײַנען אָפּגעריסן פֿון דעם באָדן, אויף וועלכן עס איז אויפֿגעוואַקסן זייער פֿרומקייט. זיי האָבן אָנגעוווירן דעם פֿײַנעם עסטעטישן חוש פֿון זייערע עלטער־זיידעס. אַ ראיה זעט מען בפֿירוש, ווען מען קומט צו די קבֿרי־צדיקים אין אוקראַיִנע, וואָס זײַנען, נעבעך, "רעסטאַוורירט" געוואָרן דורך די הײַנטיקע עולי־רגל. דאָס אויפֿלעבן פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער עסטעטיק סײַ אין פּראַקטיק, אין דער שאַפֿונג פֿון מאָדערנע קינסטלער ווי גיטל בראַון, און סײַ אין טעאָריע, דורך דער פֿאָרשונג פֿון אַלטע מצבֿות, אילוסטרירטע ספֿרים, געמאָלטע שילן און אַזוי ווײַטער, — וואָלט געקאָנט ווערן אַ וויכטיקע בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג, וואָס זאָל דערפֿרישן דעם כּלל־געפֿיל בײַ ייִדן פֿון גאָר פֿאַרשידענע הילכות און שיטות.