פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
András Kovács and Michael L. Miller (eds.), Jewish Studies
 at the Central European University, 
vol. V, 2005-2007. 
Budapest: 2009.
András Kovács and Michael L. Miller (eds.), Jewish Studies at the Central European University, vol. V, 2005-2007. Budapest: 2009.

דער צענטראַל־אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט געהערט צו די סאַמע געראָטענע פּראָיעקטן פֿונעם וועלט־באַרימטן פֿילאַנטראָפּ דזאָרדזש שאָראָש (Soros). געבוירן אין אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה אין בודאַפּעשט (זײַן מאַמע־לשון איז געווען עספּעראַנטאָ), האָט שאָראָש איבערגעלעבט דעם חורבן און געוואָרן אַ פֿאַרברענטער חסיד פֿון דעמאָקראַטיע און דער "אָפֿענער געזעלשאַפֿט". אין די 1990ער יאָרן האָט ער אַרײַנגעלייגט אַ סך געלט אין פֿאַרשידענע עפֿנטלעכע און אַקאַדעמישע אונטערנעמונגען אין די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער. אין אייניקע פֿון זיי, ווי למשל אין רוסלאַנד, האָט די רעגירונג באַשלאָסן, אַז שאָראָש איז אַ סכּנה פֿאַר איר מאַכט און פֿאַרמאַכט אַלע צווײַגן פֿון זײַן פֿונדאַציע. אָבער אין זײַן היימשטאָט בודאַפּעשט האָט זיך אים אײַנגעגעבן אויפֿצובויען אַ שפּאָגל־נײַעם אוניווערסיטעט אויף אַ העכערן אַקאַדעמישן ניוואָ.

אין הסכּם מיט שאָראָשעס אייגענע אידעען, לייגט דער צענטראַל־אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט דעם טראָפּ אויף סאָציאַלע וויסנשאַפֿטן. סטודענטן קומען פֿון פֿאַרשידענע עקן וועלט, אַ סך פֿון זיי שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע; די פּראָפֿעסאָרן קומען סײַ פֿון מערבֿ און סײַ פֿון מיזרח. די לערנשפּראַך איז ענגליש. דאָס מאַכט דעם צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט פֿאַר אַן אינטרנאַציאָנאַלע לערן־אַנשטאַלט אין אייראָפּע.

ווי אַן אמתדיקער ייִדישער קאָסמאָפּאָליט, האָט שאָראָש ניט קיין סך אינטערעס צו ספּעציפֿיש ייִדישע ענינים, און דערפֿאַר האָבן די ייִדישע לימודים לכתּחילה ניט געהאַט קיין אָרט אין זײַנע פּראָיעקטן. אָבער בהדרגה האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַ גרופּע אַקאַדעמיקער, וואָס זייערע אינטערעסן האָבן אַזוי אָדער אַנדערש באַרירט די ייִדישע טעמעס, און פֿון דעם איז אויסגעוואַקסן אַ פּראָיעקט "ייִדישע לימודים" אינעם צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט. דער דאָזיקער פּראָיעקט לאָזט אַרויס אַן אייגענעם יאָרבוך, וואָס איז כּולל אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן אויף ייִדישע טעמעס, מערסטנס, אויפֿן סמך פֿון די גאַסט־לעקציעס.

נאַטירלעך ליגט דער עיקר־אינטערעס פֿון דעם פּראָיעקט אויף דעם געביט פֿון סאָציאַלע פֿאָרשונגען פֿונעם ייִדישן לעבן אין און אַרום מיטל־אייראָפּעיִשע לענדער. דער געאָגראַפֿישער דיאַפּאַזאָן פֿונעם לעצטן זאַמלבוך צעשפּרייט זיך פֿון טערקײַ ביז פּוילן און רוסלאַנד, אָבער דאָס רובֿ מאַטעריאַלן האָבן צו טאָן מיט די שטחים פֿון דער געוועזענער האַבסבורג־אימפּעריע׃ אונגאַרן, עסטרײַך און טשעכאָסלאָוואַקײַ. אַלע רעפֿעראַטן באַרירן, אַזוי אָדער אַנדערש, די באַציִונגען צווישן ייִדן און דער מלוכה.

אַ ספּעציעלער פֿאָרש־פּראָיעקט פֿאַרנעמט זיך מיט דער באַציִונג פֿון דער קאָמוניסטישער מאַכט צו דער "ייִדישער פֿראַגע". אַנדראַש קאָוואַטש פּובליקירט געהיימע דאָקומענטן פֿון דער אונגאַרישער אויסערן־מיניסטעריע, וועלכע אַנטפּלעקן די אונגאַרישע פּאָליטיק לגבי ישׂראל אין דער קריטישער צײַט ערבֿ דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין 1967 און גלײַך נאָך דעם. אַלענאַ הייטלינגער אַנאַליזירט די באַציִונגען צווישן דער קאָמוניסטישער מאַכט און די ייִדן אין טשעכאָסלאָוואַקײַ צווישן 1950 און 1989. ביידע מאַטעריאַלן זײַנען אינטערעסאַנט ניט בלויז פֿאַר זיך אַליין, נאָר אויך אין אַ פֿאַרגלײַכיקער פּערספּעקטיוו, ווײַל זיי דערווײַזן, אַז יעדע קאָמוניסטישע רעגירונג האָט געהאַט אַן אייגענעם אופֿן פֿון באַהאַנדלען איר "ייִדישע פֿראַגע".

די אַנדערע וויכטיקע טעמע פֿונעם באַנד איז דער חורבן, וואָס האָט אויך געהאַט פֿאַרשידענע פֿאָרמען אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון מיטל־אייראָפּע. גאַבאָר קאַדאַר און זאָלטאַן וואַגי אַנאַליזירן די טעטיקייט פֿונעם אונגאַרישן "יודנראַט" אין 1944, ווען אונגאַרן איז אָקופּירט געוואָרן דורך דער דײַטשישער אַרמיי און עס האָט זיך אָנגעהויבן די סיסטעמאַטישע דעפּאָרטאַציע פֿון די אונגאַרישע ייִדן. צוויי פֿאָרשערינס (קסעניאַ פּאָלועקטאָוואַ און לויִזע וואַשוואַרי) געבן זיך אָפּ מיט די פּראָבלעמען פֿון געדענקען און פֿאַרגעדענקען דעם חורבן, מיט אַנאַליזירן די זכרונות פֿון די קרבנות און מיט דער פֿראַגע פֿון רעפּרעזענטאַציע פֿונעם חורבן ווי אַ "דערפֿאַרונג" אינעם חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן.

די דריטע אַרומנעמיקע טעמע איז די ייִדישע געשיכטע אין מיטל־אייראָפּע פֿאַרן חורבן. קאַמעליאַ קראַטשיון באַטראַכט דעם פֿענאָמען פֿון דער טאָפּלטער קולטורעלער אידענטיטעט בײַ די רומענישע שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. אַרפּאַד וועלקער אַנאַליזירט די אומשטאַנדן פֿון דעם דועל צווישן דעם ערשטן ייִדישן דעפּוטאַט פֿונעם אונגאַרישן פּאַרלאַמענט מאָר וואַרמאַן און דעם אָנפֿירער פֿון דער אַנטיסעמיטישער באַוועגונג, געזאָ אישטאָטשי, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1882 און האָט צוגעצויגן אַ היפּשן עפֿנטלעכן אויפֿמערק. מאַרצין וואָדזינסקי אַנטפּלעקט, אויפֿן בײַשפּיל פֿון דער שטאָט וולאָצלאַוועק אין קאָנגרעס־פּוילן, די מעכאַניק פֿון חסידישער עקספּאַנסיע אין דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט, און די ראָלע פֿון דער צאַרישער אַדמיניסטראַציע, וואָס האָט, מן־הסתּם קעגן איר אייגענעם ווילן, מיטגעהאָלפֿן די חסידים צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט אין די ייִדישע קהילות.

א ביסל אין דער זײַט פֿונעם סאָציאַל־פּאָליטישן הויפּטשטראָם אינעם זאַמלבוך שטייט דער רעפֿעראַט פֿון רודאָלף קליין וועגן ייִדן און דער מאָדערניסטישער אַרכיטעקטור בעת דער האַבסבורגער תּקופֿה. דאָס איז דער איינציקער אַרטיקל, וואָס באַהאַנדלט דעם פֿאַרפּלאָנטערטן ענין פֿון ייִדישן אויסדרוק אין דער אייראָפּעיִשער קולטור, און בפֿרט די ראָלע פֿון ייִדן אינעם שאַפֿן דאָס אַרכיטעקטורישע פּנים פֿון די גרויסע מאָדערנע שטעט. אייגנטלעך, איז דאָס די איינציקע פֿאָרשונג, וואָס גיט זיך אָפּ מיט דער ייִדישער קולטורעלער שעפֿערישקייט.

די "בודאַפּעשטער שיטה" אין די ייִדישע לימודים טיילט זיך אויס מיט אַן אייגענעם מעטאָדאָלאָגישן קוקווינקל, וואָס פֿאַראייניקט די פּרטימדיקע קענטענישן פֿון לאָקאַלער געשיכטע מיט דער מאָדערנער טעאָרעטישער מעטאָדיק פֿון סאָציאַלן אַנאַליז. פֿון די דאָזיקע פּרט־שטודיעס בויט זיך בהדרגה אַ גרעסערער כּלל־בנין פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־ און מיטל־אייראָפּע. אָבער דערווײַל פֿעלן אין אָט דעם כּלל־בנין עטלעכע וויכטיקע בלאָקן, וועלכע האָבן צו טאָן מיט דער קולטור און ליטעראַטור אויף די ייִדישע שפּראַכן. דאָס רובֿ פֿאָרשער באַטראַכטן ייִדן דורך "גוייִשע" ברילן. מען הערט נאָך אַלץ ניט גענוג די ייִדישע שטימען, און די "אָסטיודן" בלײַבן עד־היום אַ ביסל פֿרעמד פֿאַרן שפּירעוודיקן מיטל־אייראָפּעיִשן שׂכל.