געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Moshe Rosman.
How Jewish Is Jewish History? (Oxford: The Littman Library 
of Jewish Civilization, 2007).

משה ראָסמאַן געהערט צו דעם דור ייִדישע היסטאָריקער, וואָס איז געקומען נאָך די "גדולים", אַזעלכע ווי שמעון דובנאָוו, סאַלאָ באַראָן און יוסף־חיים ירושלמי, וועלכע האָבן באַשטימט דעם סדר־היום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָרישער פֿאָרשונג. ראָסמאַנס פֿעלד איז די געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט, בפֿרט די סאָציאַלע געשיכטע פֿון חסידות. אָבער זײַן נײַ בוך איז ניט וועגן פּוילישע ייִדן, נאָר וועגן דעם תּכלית פֿון דער ייִדישער געשיכטע בכלל.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער גראַפֿיקער עדואַרד מײַדענבערג

בעסאַראַביע טיילט זיך אויס צווישן אַלע געגנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע ניט בלויז מיט שיינע לאַנדשאַפֿטן, געשמאַקע מאכלים און מילדן קלימאַט, נאָר אויך מיט דער אייגנאַרטיקער שעפֿערישקייט פֿון די אָרטיקע ייִדן. בלויז אין בעסאַראַביע געפֿינט מען אַן אוניקאַלן קינסטלערישן סטיל, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך עלעמענטן פֿון דער מאָלדאַווישער און אוקראַיִנישער פֿאָקלס־קונסט און זיי "פֿאַרייִדישט" אויף אַן אָרגאַנישן אופֿן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גאַלינאַ זעלענינאַ.
"פֿון יהודה סקעפּטער צום דרענגל פֿון אַ לץ: 
הויף־ייִדן אין מיטל-עלטערישער שפּאַניע",
מאָסקווע׃

די "גילדענער תּקופֿה" פֿונעם שפּאַנישן ייִדנטום פֿאַרמאָגט, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, אַ באַזונדערן חן אין די אויגן פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. די דײַטשישע ייִדן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם "ספֿרדישן מיטאָס", וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט דעם שפּאַנישן ייִדנטום ווי אַ היפּוך צו אַשכּנז׃ איידל, שטאָלץ, באַהאַוונט אין ייִדישער און גוייִשער חכמה. די הײַנטיקע ייִדישע ליבעראַלן רעדן וועגן "קאָנוויווענציע" — דעם האַרמאָנישן צוזאַמענלעבן צווישן ייִדן, מוסולמענער און קריסטן אויף דעם איבערישן האַלב־אינדזל, וואָס איז געקומען צום סוף מיטן גירוש־ספֿרד אין 1492.

פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שאַריגראָד

צווישן די פֿילצאָליקע ייִדישע מיגראַציעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז איינע פֿאַרבליבן כּמעט אומבאַמערקט. דאָס איז געווען די יציאת-השטעטל אין אָנהייב פֿון די 1990ער יאָרן, ווען די לעצטע ייִדישע תּושבֿים האָבן פֿאַרלאָזט די שטעטלעך אין פּאָדאָליע און בעסאַראַביע — שאַריגראָד, יאַמפּיל, טאָמאַשפּיל, בערשאַד, אָטעק, אוריוו. אמת, עס בלײַבן נאָך דאָ און דאָרטן עטלעכע ייִדישע נפֿשות, דאָס רובֿ עלטערע מענטשן, אָבער די ייִדישע הײַזער, וועלכע מע דערקענט פֿונעם ערשטן בליק, שטייען פּוסט און ליידיק, און ווערן בהדרגה פֿאַרוואַנדלט אין קופּעס מיסט.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קעשענעווער ייִדישער קינסטלער מיכאל ברוניאַ אין זײַן סטודיאָ

קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָק­טאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רו­סי­שער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רע­פּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמס­טע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיס­טירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ.

קהילה־לעבן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די בערשאַדער שיל ווי זי זעט אויס הײַנט פֿון אינעווייניק

די ייִדישע שרײַבער פֿון אַ מאָל האָבן כּסדר געמאָלט דאָס שטעטל ווי אַ וועלטל פֿאַר זיך, וואָס לעבט לויט אייגענע געזעצן און האָט קנאַפּע פֿאַרבינדונגען מיט דער אַרומיקער גרויסער וועלט. נאָכן חורבן איז דאָס דאָזיקע שטעטלדיקע וועלטל מער ניט געבליבן — אַזוי גלייבט מען סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע, ווײַל דאָס איז איינער פֿון די יסודות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער אידעאָלאָגיע. מען קומט פֿון אויסלאַנד אין דער "אַלטער היים" נאָר צוליב איין ציל — "אויף קבֿר־אָבֿות". דערבײַ וויל מען פּשוט ניט זען, אַז דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Микки Вульф. 
Несвобода небосвода. 
Москва, НЛО: 2008.
מיקי וווּלף. 
אומפֿרײַהייט פֿונעם הימלפֿרײַ. מאָסקווע, 2008.

דער רוסישער שרײַבער פֿון ישׂראל, וועל­כער פֿאַרבאַהאַלט זיך אונטער דעם פּען־נאָמען מיקי וווּלף, שאַפֿט אין זײַנע עסייען אַ קאַליידאָסקאָפּישע וועלט, וווּ די ישׂראל­דיקע ווירקלעכקייט מישט זיך צו­נויף מיטן סאָוועטישן אַמאָל און דעם מחברס פֿאַנ­טאַזיעס. זײַן כּוח־המדמה פֿאַרטשע­פּעט עפּעס אַ וואָרט אָדער אַ פּרט, און אַנט­וויקלט דערפֿון פּאַמעלעך אַ גאַנצע מעשׂה. זײַן שרײַבערישער "איך" איז אומזיכער און מוראוודיק, טאָמער וועט מען זיך, חלילה, דערוויסן פֿון זײַן אייגענער פּערזאָן. אַזאַ מין באַשיידענע "עגאָ" איז אַ זעלטנקייט אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור, און גיט צו אַ ספּעציעלן חן צו מיקי וווּלפֿס אומצאָליקע עסייען און מעשׂיות.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Борис Херсонский. Семейный архив. Москва: НЛО, 2006; Площадка под застройку. Москва: НЛО, 2008.
באָריס כערסאָנסקי.
משפּחה־אַרכיוו. מאָסקווע, 2006;
אַ פּלאַץ פֿאַר בויען. מאָסקווע, 2008.

דער אָדעסער דיכטער באָריס כער­סאָנסקי איז לעצטנס געוואָרן איינע פֿון די סאַמע פּאָפּולערע פֿיגורן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער “פֿערטער כוואַליע" צווישן דער רוסישער עמיגראַציע. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע כוואַליעס, האָבן די דאָזיקע “עמיגראַנטן" ניט פֿאַרלאָזט זייערע וווין־ערטער. זיי האָבן זיך געפֿונען אין אויסלאַנד נאָך דעם פֿאַנאַדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען די פֿריש־אומאָפּהענגיקע מלוכות האָבן זיך מיט ברען גענומען צו בויען זייערע אייגענע נאַציאָנאַלע קולטורן. אַזוי ווי רוסלאַנד האָט אין די 1990ער ניט געהאַט קיין אינטערעס צו אָט די קול­טורעלע תּפֿוצות אירע, האָבן זיך די רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן אין אוקראַיִנע, מאָל­דאָווע, באַלטישע לענדער און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן געפֿילט פֿאַרלאָזט און פֿאַריתומט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לינאָר גאָראַליק

אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון דער הײַנטיקער רוסישער קולטור ווערט אַלץ בולטער אָנגע­צייכנט אַ נײַער סטיל. זײַנע שעפֿער זײַנען געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין דער תּקופֿה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, אָבער האָבן זיך אויסגעמענטשלעכט אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿונעם צווייטן יאָרטויזנט, וואָס איז געווען אַ האַרבע און אומזיכערע צײַט אינעם אָקערשט פֿאַנאַנדערגעפֿאַלענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז שוין, אַ פּנים, געקומען די צײַט צו באַזיניקן יענע דער­פֿאַרונג און צו בויען אויף איר יסוד אַ נײַעם קולטורעלן בנין.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Елена Аксельрод. Двор на Баррикадной. Воспоминания, письма, стихи. Москва: НЛО, 2008.יעלענאַ אַקסעלראָד. אַ הויף אויף באַריקאַדנע־גאַס. זכרונות, בריוו, לידער. מאָסקווע׃ 2008.

די דיכטערין יעלענאַ אַקסעלראָד אַנט­פּלעקט אין איר נײַעם בוך דאָס טאָג־טעג­לע­כע לעבן פֿון דער סבֿיבֿה, וואָס איר מאַ­מע, די ייִדישע שרײַבערין רבֿקה רובין, האָט כאַ­ראַקטעריזירט ווי "רואה ואינו נראה“. דאָס איז געווען דער קרײַז פֿון לי­טעראַטן און קינסטלער, מערסטנס ייִדן, וועל­כע האָבן פֿאַרדינט זייער שטיקל ברויט מיט איבער­זעצונגען און טעאַטער־אַר­בעט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די פּיאָנערישע רוסיש־ייִדישע צײַטשריפֿטן:  "ראַזסוועט" (אויבן) און "וואָסכאָד"

בתיה וואַלדמאַן. רוסיש־ייִדישע זשורנאַליסטיק (1860 — 1914): ליטעראַטור און ליטעראַרישע קריטיק. ריגע, 2008. [אויף רוסיש]


די ייִדישע פּרעסע אויף דער רוסישער שפּראַך האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1860ער יאָרן און האָט געבליט ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. איר גאָלדענע תּקופֿה פֿאַלט אויף דער צײַט פֿון פּאָגראָמען און עמיג­ראַ­ציע, ווען די אַסימילירטע אינטעליגענץ האָט פֿון דאָס נײַ באַטראַכט איר באַציִונג צו דעם אייגענעם פֿאָלק.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת אַ זיצונג אויף דער קאָנפֿערענץ, פּעטערבורג, 2008

מיט הונדערט יאָר צוריק איז אין סאַנקט־פּעטערבורג געשאַפֿן געוואָרן די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעל­שאַפֿט. כּדי אָפּצומערקן דעם דאָזיקן יובֿל און אַרומרעדן זײַנע פּועל־יוצאס, האָט דער צענטער “פּעטערבורגער יודאַיִק" בײַם אייראָ­פּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּע­טער­בורג בשותּפֿות מיטן מאָסקווער צענטער צו פֿאָרשן דעם רוסישן און מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אָרגאַניזירט אַן אַקאַדע­מישע קאָנפֿערענץ.