ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף ברענער. לחיים, ביראָבידזשאַן! (קראַסנאָיאַרסק, 2007)
יוסף ברענער. לחיים, ביראָבידזשאַן! (קראַסנאָיאַרסק, 2007)

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אינעם סאָוועטישן ווײַטן מיזרח רופֿט אַרויס עד־היום פֿאַרשיידענע אָפּרופֿן. אייניקע, בפֿרט די ציוניסטיש-געשטימטע מענטשן, האַלטן דעם גאַנצן פּראָיעקט פֿאַר אַ גרויסן קאָמוניסטישן שווינדל. אַנדערע, בפֿרט די לינקע גלות־נאַציאָנאַליסטן (אַ קליינע עדה הײַנטיקע צײַטן) זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו. וואָס מען זאָל ניט טראַכטן וועגן דער פּאָליטיק, וואָלט ביראָבידזשאַן געקאָנט ווערן אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ סך רוסישע און פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן.שולדיק אינעם דורכפֿאַל פֿונעם פּראָיעקט זײַנען דווקא ניט ייִדן, נאָר די סאָוועטישע מאַכט, וואָס איז, אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 30ער יאָרן, קאַלט געוואָרן צו דעם לכתּחילהדיקן פּלאַן אויפֿצובויען אַ פֿולבלוטיקע ייִדישע געגנט אין ביראָבידזשאַן.

דאָס רובֿ היסטאָרישע ליטעראַטור וועגן ביראָבידזשאַן באַטראַכט דעם ענין פֿון דעם פּאָליטיש־אידעאָלאָגישן קוקווינקל. די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטור פֿלעגט מאָלן ביראָבידזשאַן ווי אַ פֿאַרווירקלעכונג פֿונעם סאָוועטישן חלום, ווי אַ לאַנד, וואָס פֿאַרוואַנדלט די ייִדן אין מוסטערהאַפֿטיקע סאָוועטישע האָרעפּאַשניקעס. אָבער אַ סך פֿון דעם, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן וועגן ביראָבידזשאַן איצט, קוקט אויף דעם ענין פֿון דרויסן און לאָזט ניט הערן די שטימען פֿון די ביראָבידזשאַנער ייִדן.

דאָס בוך פֿון יוסף ברענער איז אַ וויכטיקער יוצא־דופֿן פֿונעם דאָזיקן כּלל. דער מחבר איז אַ תּושבֿ פֿון ביראָבידזשאַן אינעם דריטן דור, און ער באַטראַכט די געשיכטע פֿון זײַן שטאָט און געגנט דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון זײַן אייגענער משפּחה־געשיכטע. זײַן זיידע ראובֿן ברענער איז געקומען קיין ביראָבידזשאַן מיט איינעם פֿון די סאַמע ערשטע עשעלאָנען, וועלכע האָבן געבראַכט אין דער סיבירער וויסטעניש הונדערטער פֿאַראָרעמטע ייִדן פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד. דער סוף פֿון דער ליבעראַלער "נײַער עקאָנאָמישער פּאָליטיק", וואָס האָט מחיה־מתים געווען די סאָוועטישע ווירטשאַפֿט נאָכן בירגער־קריג, האָט חרובֿ געמאַכט דעם טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער פֿונעם ייִדישן שטעטל און געלאָזט הונדערטער טויזנטער ייִדן אָן אַ שטיקל פּרנסה.

ראובֿן ברענערס גורל איז געווען גאַנץ טיפּיש פֿאַר יענע צײַטן. ער האָט געפּרוּווט צו געפֿינען זײַן "עקאָנאָמישע נישע" אין דער נײַער געגנט און געמאַכט אַ נישקשהדיקע קאַריערע אין לעדער־פֿאַרגרייטערײַ, אָבער אין 1937 האָט ער באַשלאָסן זיך אומצוקערן אַהיים. דאָס איז געווען אין סאַמע ברען פֿון סטאַלינישע רעפּרעסיעס. די משפּחה ברענער האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין אוראַל, און אין 1946 זײַנען זיי ווידער געקומען קיין ביראָבידזשאַן, צווישן די טויזנטער נײַע איבערוואַנדערער, וועלכע זײַנען געווען ניט בכּוח זיך צו באַזעצן אין די חרובֿ־געמאַכטע שטעטלעך.

"לחיים, ביראָבידזשאַן" פֿאַרמאָגט אַ שלל אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם לעבן אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט זינט די ערשטע יאָרן ביזן הײַנטיקן טאָג. דעם מחברס אייגענע זכרונות און אײַנדרוקן ווערן איבערגעמישט מיט אַרכיוואַלע דאָקומענטן און פֿראַגמענטן פֿון די דערציילונגען פֿון די ביראָבידזשאַנער שרײַבער הירש דאָבין און בוזי מילער, טיילווײַז פֿון זייערע ניט־פֿאַרעפֿנטלעכטע ווערק. ברענער איז אַ שאַרפֿזיניקער אָבסערוואַטאָר און אַ גוטער דערציילער, מיט אַ חוש פֿאַרן פּרט און מיט אַ ניכטערן קוק אויף דער ווירקלעכקייט. ער איז גוט באַקאַנט מיט דער מעכאַניק פֿון דער סאָוועטישער מאַכט־מאַשין און קאָן באַשרײַבן די היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון אינעווייניק.

אַ גרויסע מעלה פֿונעם בוך איז דער באַלאַנס צווישן דעם אַנאַליז און דער באַשרײַבונג. ברענער שילדערט אַ לעבעדיק בילד פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין ביראָבידזשאַן, באַשרײַבט די גאַסן און די הײַזער, דערציילט, וואָס מען האָט געגעסן און ווי אַזוי מען האָט פֿאַרברענגט די פֿרײַע צײַט. דאָס בוך האָט אַ היפּשע צאָל פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס העלפֿן גענוי אויסצומאָלן די שטאָט און אירע תּושבֿים. ניט ווייניקער אינטערעסאַנט זײַנען די פּסיכאָלאָגישע פּאָרטרעטן פֿון די מענטשן, וואָס אויפֿן סמך פֿון זיי קאָן מען שאַפֿן אַ קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון אַ ביראָבידזשאַנער ייִד.

פּאָליטיש און אידעאָלאָגיש איז דער ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט געווען אַ מפּלה, אָבער אין דער געגנט איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן אַן אייגנאַרטיקער מין ייִדן, וואָס איז אַנדערש פֿון דעם רעשט סאָוועטישן ייִדנטום. דער חילוק ווערט בולט ווען דער מחבר דערציילט וועגן זײַן באַזוך בײַ זײַנע קרובֿים אין קעשענעוו אין 1978׃ "שווײַגנדיק און אומצוטרוילעך האָבן זיי געהערט מײַן דערציילונג וועגן דער שטאָט, וועגן אונדזער לעבן, וועגן דעם, אַז ייִדן, בײַגלײַך מיט אַלע אַנדערע, לעבן און אַרבעטן רויִק אין מלוכישע אַנשטאַלטן, פֿירן אָן מיט גרויסע אונטערנעמונגען, די יוגנט לערנט זיך אין אינסטיטוטן... מײַן דערציילונג איז פֿאַר זיי געווען אַ שטיקל באָבע־מעשׂה, וואָס מען דאַרף דערין ניט גלייבן; און איך האָב זיך דערוווּסט פֿון זיי וועגן די פּראָבלעמען מיט אַנטיסעמיטיזם אין מאָלדאַוויע, וועגן די שטימונגען צווישן ייִדן, וועלכע האָבן בדעה געהאַט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. אין יענע יאָרן איז דאָס געווען אַן אַנטפּלעקונג׃ צו געווויר ווערן פֿון דעם, ווי אַזוי ייִדן לעבן אין דער אמתן אינעם אַנדערן ווינקל פֿון אונדזער לאַנד.״

אינעם בוך ווערן צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלכט וויכטיקע היסטאָרישע מאַטעריאַלן, וועלכע דער מחבר האָט אָפּגעזוכט אין די ביראָבידזשאַנער אַרכיוון, בפֿרט די דאָקומענטן וועגן רעליגיעזן לעבן און די אַנטי־רעליגיעזע גזירות פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. זייער רירעוודיק ווערט באַשריבן דער יום־כּיפּור אין וואַלד אין 1928, וואָס האָט איבערגעלאָזט דער רוסיש־ייִדישער שרײַבער וויקטאָר פֿינק. ברענער דערציילט די געשיכטע פֿון דער ביראָבידזשאַנער רעליגיעזער קהילה, וואָס האָט קוים דערלעבט ביז דער נײַער צײַט פֿון פֿרײַהייט און רעליגיעזן אויפֿלעבן. אָבער אין דער זעלבער צײַט האָבן אַ סך ייִדן פֿאַרלאָזט ביראָבידזשאַן. איצט וווינען זיי איבער דער גאַנצער וועלט. אין צפֿון־טייל ישׂראל איז אַפֿילו פֿאַראַן אַ שכונה, וואָס כּמעט אַלע תּושבֿים דאָרט שטאַמען פֿון ביראָבידזשאַן. זיי רופֿן זייער אָרט "וואַלדהיים", לויט דעם נאָמען פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ ניט ווײַט פֿון ביראָבידזשאַן.

דער סך־הכּל פֿונעם בוך קלינגט מעלאַנכאָליש׃ "די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט עקזיסטירט הײַנט ניט נאָר אויף דער מאַפּע פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע. וועגן אונדזער געגנט ווייסט מען שוין פֿון לאַנג אויך מחוץ אירע גרענעצן. וואָס מען זאָל אָבער וועגן דעם ניט רעדן, באַשליסן, אָדער שרײַבן, איז די געגנט מיט איר אוניקאַלער געשיכטע אַרײַן אין דעם דבֿרי־הימים פֿונעם לאַנד און פֿון דער גאַנצער וועלט ווי אַן אָרט, וווּ מען האָט געמאַכט איינעם פֿון די ערשטע שריט נאָך דער רעוואָלוציע 1917, כּדי צו געבן די ייִדן אַ לאַנד און דאָס רעכט צו שאַפֿן זייער אייגענע מלוכישקייט." ניט אַלע וועלן מן־הסתּם זײַן מסכּים מיט אַזאַ דעה, אָבער עס איז זייער וויכטיק, אַז די ייִדישע וועלט זאָל דערהערן אַ לעבעדיקע ייִדישע שטים, וואָס קומט אַרויס פֿונעם הײַנטיקן ביראָבידזשאַן.

Untersheide tzvishn Birobidzhan un Isroel

Birobidzhan is a bisl kalter vi Isroel, bazonders in vinter. Ober idn in Birobidzhan badarfen nisht tzu brechen zeiere tzungen oif Hebreish un nisht kein Hamas raketen falen oif Birobidzhan. Oif der anderer zait idn in Isroel fardinen a bisl meer gelt ober in Birobidzhan itzt men ken efenen a gesheft un oich raich veren.