יעלענאַ נאָסענקאָ (רעדאַקטאָר). ישׂראל דורך "רוסישע" אויגן׃ קולטור און אידענטיטעט. (מאָסקווע, אינסטיטוט פֿאַר אָריענטאַלע שטודיען, 2008) |
די אַזוי־גערופֿענע "גרויסע" רוסישע עליה פֿון די 1980—1990ער יאָרן האָט געענדערט דאָס פּנים פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. ערשט איצט הייבט מען אָן באַזיניקן בהדרגה דעם פֿולן פֿאַרנעם פֿון אָט דעם ריזיקן היסטאָרישן קער אין דער ייִדישער געשיכטע. ביז לעצטנס האָבן די עליה־פֿאָרשונגען געהאַט, דער עיקר, אַ פּראַקטישע כּוונה און באַדינט די געהעריקע מלוכישע אינסטאַנצן און געזעלשאַפֿטלעכע אַנשטאַלטן אין מדינת־ישׂראל. מען האָט, קודם־כּל, געוואָלט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי בעסער, גיכער, און ביליקער צו אַבסאָרבירן די ריזיקע כוואַליע פֿון די נײַע עולים.
דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון פֿאָרשערישע אַרטיקלען וועגן דעם "רוסישן" ישׂראל שפּיגלט אָפּ אַ קער אין דער ריכטונג פֿון דער עליה־פֿאָרשונג. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון מיטאַרבעט צווישן די אַקאַדעמיקער פֿון רוסלאַנד, ישׂראל, און אַמעריקע. דער ערשטער טייל פֿונעם בוך באַהאַנדלט די סיטואַציע פֿון דער רוסישער עדה אין אַ פֿאַרגלײַכיקן קאָנטעקסט פֿון אַנדערע עטנישע מינאָריטעטן, ווי למשל, די אַראַבער און אַרמענער אין ירושלים. די אַנדערע אַרטיקלען אַנאַליזירן די פֿונקציע פֿון עבֿרית אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק און קולטור, און באַהאַנדלען די דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעם פֿון אונטערהאַלטן די ייִדישע מערהייט אין דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג.
די סאָציאָלאָגן אַלעק עפּשטיין, סאָניאַ מיכאלי און נינאַ חפֿץ האַלטן, אַז הײַנט צו טאָג איז פֿאַראַן איין קוואַל פֿון עליה, וואָס איז נאָך ניט אויסגעשעפּט געוואָרן. דאָס זײַנען די אַזוי־גערופֿענע "יורדים" און זייערע קינדער, דאָס הייסט, די ישׂראלים, וועלכע האָבן צוליב פֿאַרשידענע סיבות פֿאַרלאָזט זייער היימלאַנד און זיך באַזעצט אין אייראָפּע און אַמעריקע. די פֿאָרשער האַלטן, אַז דער אָפֿיציעלער ישׂראל מוז וואָס גיכער ענדערן די אידעאָלאָגיש־מאָטיווירטע נעגאַטיווע באַציִונג צו אָט די עמיגראַנטן און אָננעמען אַ מלוכישע פּראָגראַם פֿון פּראָדוקטיווער מיטאַרבעט מיטן אייגענעם "גלות". אינטערעסאַנט, וואָס אַזאַ מין פּאָזיטיווער בײַט איז פֿאָרגעקומען אין דער אָפֿיציעלער רוסישער פּאָזיציע לגבי דער עמיגראַציע. די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן די עמיגראַנטן, בפֿרט די ייִדישע, פֿאַר פֿאַררעטער פֿונעם היימלאַנד, בעת די איצטיקע רעגירונג האָט אַ פּראַגמאַטישע באַציִונג און באַטראַכט די עמיגראַנטן ווי אַ ניצלעכער פּאָליטישער רעסורס. לויט אייניקע ידיעות, וווינען אין מאָסקווע ביז 35 טויזנט בירגער פֿון מדינת־ישׂראל (ס'רובֿ פֿון זיי האָבן אויך די רוסישע בירגערשאַפֿט), און זיי שפּילן אַ באַדײַטנדיקע ראָלע אין דער רוסישער קולטור און ווירטשאַפֿט.
דער צווייטער טייל פֿונעם זאַמלבוך איז באַטיטלט "פֿון געטאָ צו אינטעגראַציע". דאָס אָנקומען פֿון כּמעט איין מיליאָן רוסישע עולים האָט אַנטבלויזט אַ סך פּראָבלעמען אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, וועלכע זײַנען ביז לעצטנס געווען פֿאַרבאָרגן אָדער פֿאַרשוויגן. דאָס איז אי די "עטנישע" פּאָליטיק, אי די קולטורעלע שעפֿערישקייט אויף אַנדערע שפּראַכן און איר באַציִונג צו דער הויפּט־שטראָמיקער העברעיִשער קולטור, אי דער מצבֿ פֿון ניט־ייִדישע בירגער, אי די קאָנפֿליקטן צווישן דעם וועלטלעכן און דעם רעליגיעזן סעקטאָר. הגם די אינטעגראַציע פֿון די רוסישע עולים איז פֿאָרגעקומען מער־ווייניקער דערפֿאָלגרײַך, האָט זי אויך פֿאַרשאַרפֿט אַלטע און געשאַפֿן געוויסע נײַע סאָציאַלע און פּאָליטישע סתּירות.
די רוסישע עליה האָט אויך אַרויסגעשטעלט די ענינים פֿון קולטור און בילדונג אויפֿן פּאָליטישן סדר־היום. אַפֿילו די סאַמע פֿאַרברענטע ציוניסטן צווישן די רוסישע ייִדן האָבן אַ טיפֿן דרך־ארץ פֿאַר דער רוסישער שפּראַך, קולטור און בילדונג און ווילן זיך ניט אָפּזאָגן פֿון זייער קולטורעלער ירושה. אין דעם זין זײַנען זיי ענלעך צו זייערע דײַטשישע פֿאָרגייער, אָבער להיפּוך צו די "יעקעס" אין די 1930ער יאָרן, קאָנען די "רוסן" אונטערהאַלטן כּלערליי לעבעדיקע קאָנטאַקטן מיט זייער "אַלטער היים". דאָס שאַפֿט אַן אוניקאַלע סיטואַציע פֿאַר דער רוסיש־ייִדישער (אָדער רוסיש־ישׂראלדיקער) קולטור. אייניקע רוסיש־שפּראַכיקע שרײַבער, ווי למשל, דינה רובינאַ, זײַנען ווײַט באַרימט איבער אַלע רוסישע תּפֿוצות, אָבער דערבײַ קוים באַקאַנט דעם ישׂראלדיקן עולם. רובינאַס דערפֿאָלג בײַם ברייטן לייענערישן עולם, ווי עס דערקלערט אַנאַ ראָנעל, האָט צו טאָן מיט איר אויסגעשפּראָכענער פּערזענלעכער פּאָזיציע לגבי פֿאַרשידענע פּאָליטישע, סאָציאַלע און קולטורעלע פּראָבלעמען פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. מען גלייבט דער שרײַבערין, ווײַל זי זאָגט, וואָס זי טראַכט, אַפֿילו ווען מען איז ניט מסכּים מיט אירע אָפּשאַצונגען און אָנזיכטן.
צוויי אַרטיקלען אינעם זאַמלבוך באַרירן די טעמע פֿונעם "רוסישן" קינאָ אין ישׂראל, אַן ענין, וואָס באַקומט געוויינטלעך אַ קליינעם קריטישן אָפּקלאַנג. אינעם פֿילם, דערקלערן אָלגאַ גערשענזאָן און דייל האַדסאָן, אַנטפּלעקט זיך די פּראָבלעמאַטיק פֿון אימיגראַציע דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון אַ ראָמאַנטישער אינטריגע. דערבײַ קומען אַרויס כּלערליי עטנישע סטערעאָטיפּן, בפֿרט אין די ווײַבערישע געשטאַלטן.
דער גורל פֿון אַ קינסטלער אַן אימיגראַנט, אַפֿילו אין אַ לאַנד, וואָס שטיצט אימיגראַציע פּאָליטיש און אידעאָלאָגיש, איז געוויינטלעך ניט קיין לײַכטער. דאָס דעמאָנסטרירט דער בײַשפּיל פֿונעם באַקאַנטן רוסישן רעזשיסאָר מיכאל קאַליק. זײַן ערשטער פֿילם, וואָס ער האָט געמאַכט נאָך זײַן קומען קיין ישׂראל אין 1971, האָט באַקומען אַ נעגאַטיווע אָפּשאַצונג מצד דער ישׂראלדיקער קריטיק. קאַליק האָט מער ניט געמאַכט קיין פֿילמען ביז 1991, ווען ער האָט ווידער באַקומען די מעגלעכקייט צו פֿילמירן אין רוסלאַנד. אַנאַ וועקסלער־קאַצנעלסאָן טענהט, אַז די סיבה פֿון קאַליקס מפּלה, ווי אַ ישׂראלדיקן רעזשיסאָר ליגט אין זײַן באַגער צו שאַפֿן אַן עכט־ציוניסטישן פֿילם אין דער תּקופֿה, ווען דער הויפּט־שטראָם פֿונעם ישׂראלדיקן קינעמאַטאָגראַף איז געוואָרן אַלץ מער קריטיש לגבי דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. דאָס איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון קאַליקס היסטאָרישער "פֿאַרשפּעטיקונג", וואָס שפּיגלט אָפּ די אַלגעמיינע אידעאָלאָגישע פּראָבלעם פֿון דער ציוניסטישער עליה פֿון רוסלאַנד אין די 1970ער יאָרן.
די אַרטיקלען אינעם זאַמלבוך "ישׂראל דורך ‘רוסישע’ אויגן" באַהאַנדלען דעם ענין פֿון דער רוסישער עליה פֿון פֿאַרשידענע קוקווינקלען. אַלצדינג אין ישׂראל האָט אַזוי אָדער אַנדערש צו טאָן מיט די רוסישע עולים, אָבער ביז לעצטנס האָט מען זעלטן־ווען געהערט זייער אייגענע שטימען. עס וואָלט געווען זייער באַלערעוודיק, ווען די לייענער אין ישׂראל און אַמעריקע וואָלטן אויך באַקומען אַ מעגלעכקייט זיך צו באַקענען מיט דעם עמיגראַנטישן קוק אויף ישׂראל, וואָס איז איינצײַטיק אַן אינעווייניקער און אַ דרויסנדיקער, אַן "אייגענער" און אַ "פֿרעמדער".