ייִדיש־וועלט
וועבזײַטל פֿונעם מוזיי פֿון ייִדן אין רוסלאַנד
וועבזײַטל פֿונעם מוזיי פֿון ייִדן אין רוסלאַנד

רוסלאַנד האָט אַ רײַכע טראַדיציע פֿון ייִדישער היסטאָרישער, עטנאָגראַפֿישער און ליטעראַרישער פֿאָרשונג, אָבער עד־היום זײַנען די בעסטע ווערק געווען פֿאַרבאָרגן צווישן די טאָוולען פֿון אַלטע ביכער און זשורנאַלן. איצט האָט מען, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו זען מיט די אייגענע אויגן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון אָט דעם אייגנאַרטיקן גײַסטלעכן וועלטבאַנעם.

דער נײַער ייִדישער מוזיי, וואָס האָט זיך הײַיאָר געעפֿנט אין מאָסקווע, געפֿינט זיך אין אַ באַשיידענעם לאָקאַל אין אַ געוויינטלעכער מאָדערנער געבײַדע ניט ווײַט פֿונעם שטאָט־צענטער. דאָס איז אַ פּריוואַטע אונטערנעמונג, און דערפֿאַר דאַרף מען זיך פֿריִער צונויפֿרעדן טעלעפֿאָניש מיט דער אַדמיניסטראַציע וועגן אַ באַזוך, אָבער דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ און דער מוזיי איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען.

ניט געקוקט אויף דעם באַשיידענעם אויסזען, פֿאַרמאָגט דער מוזיי אַ רײַכע קאָלעקציע מיט אַן אָריגינעלער קאָנצעפּציע. דער מוזיי איז ממשיך די טראַדיציע פֿון ש. אַנ־סקי און ש. דובנאָוו, וואָס איז געווען דער אינטעלעקטועלער יסוד פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט אין פּעטערבורג פֿאַר דער רעוואָלוציע.

די עקספּאָזיציע ווערט פֿאָרגעשטעלט פֿון אַ טאָפּלטער, עטנאָגראַפֿיש־היסטאָרישער פּערספּעקטיוו. די עקספּאָנאַטן זײַנען פֿון צוויי מינים. איין גרופּע אילוסטרירט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבנס־שטייגער׃ פֿראַגמענטן פֿון דער דעקאָראַציע פֿון שילן, מנורות, מיזרחים, כּלערליי אַנומלטן, און אַפֿילו אַ שוואַרצער קאַטאַפֿאַלק פֿון אַ חבֿרה־קדישא. אַ סך פֿון די דאָזיקע זאַכן שטאַמען פֿון בעסאַראַביע און פּאָדאָליע, און דערווײַזן די עקספּרעסיווע טראַדיציע פֿון ייִדישער פֿאָלקסקונסט פֿון יענע געגנטן. זיי זײַנען פֿריילעך, נאַיִוו און קאָלירפֿול.

די אָביעקטן פֿונעם צווייטן מין שפּיגלען אָפּ די היסטאָרישע און געזעלשאַפֿטלעכע ענדערונגען, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען מיטן רוסישן ייִדנטום אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרהונדערטער. זיי דערציילן וועגן די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן ייִדן און דער רוסישער מלוכה, צוערשט, אין דער צאַרישער און דערנאָך אין דער סאָוועטישער תּקופֿה. דאָ זעט מען די חשובֿה היסטאָרישע ראָלע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור׃ פּאָליטישע פּלאַקאַטן און אָפֿיציעלע דאָקומענטן אויף ייִדיש, ייִדישע ביכער מיט די צייכענונגען פֿון מאַרק שאַגאַל און אליעזר ליסיצקי.

ס’רובֿ מאַטעריאַלן געהערן צו דער ספֿערע פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן; דער עיקר, ניט גרויסע קינסטלערישע אוצרות, אָדער געוויינטלעכע אָביעקטן פֿון שטוב און שיל. יעדער איינער פֿון זיי פֿאַרמאָגט אַן אייגענעם חן און האָט אַן אייגענע מעשׂה צו דערציילן. אייניקע פֿון זיי זײַנען ביז גאָר אוניקאַל, ווי למשל, אַ צוויי־שפּראַכיקער אַרענדע־אָפּמאַך אויף ייִדיש און אויף רוסיש, וואָס שטאַמט פֿון וויניצע פֿונעם סאַמע אָנהייב 19טן יאָרהונדערט.

אַ גרויסע מעלה פֿון אַזאַ מין קאָמפּאַקטער עקספּאָזיציע איז איר אינטימער כאַראַקטער. מען שטייט אין דער סאַמע מיט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם ייִדישן לעבן און מע זעט בפֿירוש סײַ די סאָציאַלע און אידעיִשע קאָנטראַסטן, סײַ די איינהײַטלעכקייט אירע; און מע באַנעמט אַזוי אַרום איר אייגנאַרטיקן כאַראַקטער. גבֿירים און קבצנים, פֿרומע ייִדן און אַפּיקורסים, ייִדישיסטן און העבראַיִסטן, בונדיסטן, קאָמוניסטן און ציוניסטן געפֿינען זיך בשכנות, אין די זעלביקע צימערן און וויטרינעס, און פֿירן ווײַטער זייערע וויכּוחים, וואָס זײַנען אַזוי ברוטאַל איבערגעריסן געוואָרן דורך די היסטאָרישע קאַטאַסטראָפֿעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

די אויסשטעלונג פֿונעם מוזיי איז פֿולגעפּאַקט מיט אינפֿאָרמאַציע. די אָביעקטן דערציילן וועגן רעליגיעזע מינהגים און פֿאָלקסטימלעכע טראַדיציעס, וועגן ליטעראַטור און קונסט, וועגן אַנטיסעמיטיזם און אַסימילאַציע, וועגן ייִדישער דערציִונג און ייִדישער אַרבעט. עס האָט זיך די קוראַטאָרן אײַנגעגעבן אויסצוּוועבן אַרום דעם באַזוכער אַ געדיכטן נעץ פֿון רמזים, רעפֿערענצן און אַלוזיעס. די קליינע עקספּאָזיציע האָט אַ באַזונדערן חן און כּישוף, וואָס וואָלט געווען שווער צו שאַפֿן אין אַ גרעסערן און מער פֿאָרמעלן מוזיי־רוים. עס איז דאָ רעאַליזירט געוואָרן דער אַלטער חלום פֿון ש. אַנ־סקין, וואָס ער האָט ניט דערלעבט צו פֿאַרווירקלעכן אין פּעטראָגראַד בעת דער רוסישער רעוואָלוציע אין 1917.

אָבער דערין שטעקט אויך אַ געוויסע פּראָבלעם פֿונעם דאָזיקן מוזיי. עס איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי מען וואָלט געקאָנט ווײַטער אַנטוויקלען און דערגאַנצן די עקספּאָזיציע? יעדע זאַך האָט דאָ אַ באַשטימטן אָרט און אַ באַשטימטע ראָלע. אין פֿאַרגלײַך מיט די גרויסע ייִדישע מוזייען אין אייראָפּעיִשע הויפּטשטעט, בפֿרט אין בערלין און פּאַריז, זעט די דאָזיקע פּריוואַטע אויסשטעלונג אויס זייער באַשיידן, אָבער איר אײַנדרוק איז גאַנץ שטאַרק. מען דאַרף אָפּגעבן דעם האַרציקסטן ייִשר־כּוח די שטיצער און די מיטאַרבעטער פֿונעם מוזיי פֿאַר זייער וויזיע און זייער מי. אָבער ווי לאַנג וועלן זיי זײַן בכּוח אונטערצוהאַלטן די דאָזיקע קאָמפּליצירטע און טײַערע אינסטיטוציע, וואָס האָט דערווײַל ניט קיין שטיצע פֿון דער מלוכה, דער שטאָט מאָסקווע אָדער פֿון דער ייִדישער קהילה?

דאָס הײַנטיקע רוסלאַנד האָט אַ היפּשע צאָל רײַכע ייִדן, און אייניקע פֿון זיי זײַנען גרייט צו שטיצן די ייִדישע קולטור. עס זײַנען דאָ אויך מומחים און קענער פֿון רוסיש־ייִדישער געשיכטע, קולטור און עטנאָגראַפֿיע סײַ אין רוסלאַנד, סײַ מחוץ רוסלאַנד. אין די לעצטע יאָרן האַלט דאָס אַקאַדעמישע פֿעלד פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס אין איין וואַקסן און זיך אַנטוויקלען. דער דאָזיקער מוזיי איז דער ערשטער געראָטענער פּראָדוקט פֿון מיטאַרבעט צווישן שטיצער און פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור, ווי אויך די ערשטע קולטור־טרעגערישע אונטערנעמונג, וואָס איז אין גאַנצן פֿאַרטראַכט און דורכגעפֿירט אינעם גערעם פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעלעקטועלער טראַדיציע.