- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃ דער שרײַבער מישע לעוו איז געבוירן געוואָרן אינעם אַלטן ייִדישן שטעטל פּאָגרעבישטשע אין אוקראַיִנע אינעם יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע 1917. זײַן לעבנסגאַנג איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון סאָוועטישן ייִדנטום און זײַן קולטור. אין 1925 האָט זײַן משפּחה זיך באַזעצט אין סטאַלינדאָרף, דעם נײַ־געשאַפֿענעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן אין אוקראַיִנע. דאָס איז געווען אַ טייל פֿונעם סאָוועטישן פּלאַן פֿון דער "פּראָדוקטיוויזאַציע" פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס איז געוואָרן שטאַרק פֿאַראָרעמט בעת דער ליקווידאַציע פֿון דער "נײַער עקאָנאָמישער פּאָליטיק". "פֿרילינג אויף דער לבֿנה". סאַנקט־פּעטערבורג, "אַזבוקאַ", 2012
דער רוסישער זשורנאַל "טאָפּלפּונקט", וואָס קומט אַרויס אין ירושלים זינט 1995, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אויף דער מאַפּע פֿון דער רוסישער אינטעלעקטועלער פּרעסע. די רעדאַקטאָרן, די רוסישע און העברעיִשע דיכטערין גלי־דנה זינגער און איר מאַן, דער קינסטלער נקוד זינגער, טײַטשן אויס דעם מיין פֿונעם טיטל ווי אַ טאָפּל־זײַטיקער שפּיגל. איין פּונקט אינעם דאָזיקן טאָפּלפּונקט איז רוסיש, און דער אַנדערער פּונקט — איז העברעיִש. אָבער דער רוסישער און דער העברעיִשער טייל זײַנען אידענטיש. יעדער איינער איז סײַ דער מקור, סײַ אַ פּירוש אויפֿן מקור. מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃ אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש". אַ סעריע פֿון באָריס סאַנדלער, "פֿאָרווערטס", 2012. אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשן (1913—2004), דער העלד פֿונעם נײַעם פֿילם פֿון דער סעריע "מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס", באַשרײַבט זײַן טעמע אַזוי׃ "מײַן שרײַבן איז וועגן ווילנע — אָבער ניט וועגן ווילנע פֿונעם גאָון אליהו, ניט וועגן ווילנער אינטעליגענץ". ער קלײַבט זײַנע העלדן אויף דעם סאַמע דנאָ פֿון ייִדישן ווילנע, ווײַל "וועגן דעם ווילנער גאָון אליהו און דעם ייִדישן פֿילאָלאָג מאַקס ווײַנרײַך וועט מען נאָך שרײַבן דיסערטאַציעס, אָבער ווער וועט געדענקען אַזעלכע טיפּן ווי מישקע קראַסאַווטשיק אָדער תּמרה די הויכע?" קאַרפּינאָוויטש האָט באַקומען די דאָזיקע פּערסאָנאַזשן בירושה פֿון זײַן פֿאָטער משה קאַרפּינאָוויטש, דעם בעל־הבית פֿונעם "פֿאָלקס־טעאַטער", וואָס איז געווען ספּעציעל באַליבט בײַם פּראָסטן עמך. צוזאַמען מיט זײַנע ברידער און שוועסטער האָט אַבֿרהם פֿון קינדווײַז אָן געהאָלפֿן דעם טאַטן אין אָט דער פֿאַמיליע־אונטערנעמונג, "אויסגעפֿילט אַלע לעכער אין טעאַטער, וווּ מען האָט נאָר געקאָנט פֿאַרשפּאָרן געלט." און דערבײַ האָט ער גיריק אײַנגעזאַפּט אַלץ, וואָס ער האָט געזען און געהערט אויף אָט דעם "יריד". מיט יאָרן שפּעטער, שוין נאָך זײַן עליה קיין מדינת־ישׂראל (אין 1949), וווּ ער האָט זיך אָנגעשלאָסן צו דער ייִדישער ליטעראַרישער גרופּע "יונג־ישׂראל", האָט זיך קאַרפּינאָוויטש גענומען פֿאַר זײַן לעבנס־פּראָיעקט׃ מחיה־מתים צו זײַן אין זײַנע ביכער די אַמאָליקע וועלט פֿון ווילנער ייִדישע גאַסן, וואָס זײַנען געווען די היים פֿאַר זײַנע העלדן. די דאָזיקע נסיעה אין צײַט און רוים הייבט זיך אָן שוין אינעם ערשטן זאַמלבוך זײַנעם, "דער וועג קיין סדום" (1959). Sowjetische Politik gegenüber Deutschen, Polen und anderen Diaspora- Nationalitäten 1917-1938. München: R. Oldenburg, 2009. די פֿראַגע, צי סטאַלין האָט געהאַט אין זינען אַרויסצושיקן די רוסישע ייִדן אין דער סיבירער וויסטעניש בלײַבט עד־היום ניט דערקלערט. פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דער גרעסטער רוסישער מומחה אין סטאַלינס ייִדישער פּאָליטיק, באַטאָנט אין זײַנע גרונדיקע פֿאָרשונגען, אַז ער האָט ניט געזען קיין שום אַרכיוואַלע מקורים וועגן אַזעלכע פּלענער. אין אַלע אַנדערע פֿאַלן, ווען סטאַלין האָט דורכגעפֿירט מאַסן־דעפּאָרטאַציעס פֿון גאַנצע פֿעלקער, האָט מען צוגעגרייט אַזעלכע אָפּעראַציעס מיט אַ סך התמדה, און דאָס האָט איבערגעלאָזט אַ צאָל שפּורן אין פֿאַרשידענע אַרכיוון. ווער האָט אויסגעטראַכט דעם באַגריף "קליינשטעטלדיקייט"? ווי עס האָט אַנטדעקט פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער ראָש פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט, טרעפֿט זיך דאָס דאָזיקע וואָרט צום ערשטן מאָל אין די חיבורים פֿונעם גריכיש־ייִדישן דענקער פֿילאָן פֿון אלכּסנדריה־של–מצרים, אויפֿן שוועל פֿון דער קריסטלעכער תּקופֿה. פֿילאָן האָט צעטיילט ייִדן פֿון זײַן צײַט אויף צוויי מינים׃ די "גרויסשטאָטישע", אויף גריכיש "קאָסמאָפּאָליטן", און די קליינשטעטלדיקע, אויף גריכיש "מיקראָפּאָליטן". קאָוועלמאַן דערקלערט פֿילאָנס צוגאַנג׃ "אַ קליינשטעטלדיקער 'מיקראָפּאָליט’ לייענט תּורה כּפּשוטו און זעט אין איר ניט קיין אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע קאַטעגאָריעס". די גרויסשטאָטישע אינטעליגענטן–"קאָסמאָפּאָליטן", להיפּוך, טײַטשן די תּורה אויס אַלעגאָריש, אין הסכּם מיט די פֿילאָסאָפֿישע שיטות פֿון פּלאַטאָן און אַריסטאָטעל. A Journey to Shtetl. Documentaries taken in 1988 in former Jewish settlements of Ukraine. Aktivi, JDC. זומער־צײַט 1983 האָט אַ גרופּע יונגע לענינגראַדער ייִדן באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין מעזשביזש אויפֿן בעש״טס קבֿר. זיי זײַנען ניט געווען קיין חסידים, און וועגן בעש״ט האָבן זיי זיך דערוווּסט, דער עיקר, פֿון מאַרטין בובערס חסידישע מעשׂיות, וואָס מע פֿלעגט געפֿינען אינעם רוסישן "סאַמיזדאַט". מיט יעדן יאָר איז די גרופּע געוואָרן גרעסער, און די געאָגראַפֿיע פֿון זייערע רײַזעס איז געוואָרן ברייטער. From Revolution to Repression: מאָסקווע׃ "קאָרפּוס", 2011 דער מחבר און אַמאָליקער סאָוועטישער דיסידענט נאַום נים (נחום יעפֿרעמאָוו) באַשרײַבט אינעם דאָזיקן רירעוודיק–שיינעם בוך זײַנע קינדער־יאָרן אין באָגושעווסק, אַ שטעטל אין דער וויטעבסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד. דער שאָטן פֿון דער מלחמה, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט דאָס גאַנצע ווײַסרוסישע ייִדנטום און געבראַכט אַ סך צרות פֿאַר אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד, באַגלייט די דערציילונג אַפֿילו אין סאַמע גליקלעכע מאָמענטן, אָבער פֿאַרשטערט ניט די נאַטירלעכע קינדערשע פֿרייד. שאַגאַל האָט ערשט ווידער באַזוכט רוסלאַנד העכער פֿופֿציק יאָר נאָך זײַן אַוועקפֿאָרן. אין 1973 האָט מען דאָרט געמאַכט אַ קליינע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אין אַ זײַטיקן אַלקער פֿון דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע. דער עולם איז געווען אַזוי גרויס, אַז מען האָט מורא געהאַט פֿאַר דער זיכערקייט פֿונעם בנין. זינט דעם האָט מען אָפֿיציעל אָנערקענט שאַגאַלן ווי אַ "חשובֿן רוסישן קינסטלער", וואָס דער גורל האָט פֿאַרוואָרפֿן אינעם גלות פֿון דער עמיגראַציע, באַגלײַך מיט אַנדערע רוסישע קינסטלער פֿון דער "זילבערנער תּקופֿה"; אַזעלכע, ווי בענואַ און דאָבוזשינסקי. אָבער מען האָט דערבײַ כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוויגן דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון שאַגאַלס "רוסישער" קונסט. זײַן "אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער" איז געהיט געוואָרן בסוד־סודות. אַזוי שטרענג, אַז אַפֿילו די סאָוועטישע קונסט־פֿאָרשער און מיטאַרבעטער פֿון דער טרעטיאַקאָוו–גאַלעריע גופֿא האָבן ניט געמעגט אַ קוק צו טאָן אויף דעם דאָזיקן מײַסטערווערק. "דער בעכער פֿון ביטערגראָז". מאָסקווע–ירושלים׃ "גשרים", 2012. דער נײַער ראָמאַן פֿונעם רוסיש–ישׂראלדיקן שרײַבער וולאַדימיר פֿראָמער באַהאַנדלט אין דער בעלעטריסטישער פֿאָרעם די געשיכטע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן איז וויטאַלי־וויקטאָר־חיים אַרלאָזאָראָוו, דער פּאָליטישער אָנפֿירער פֿון דער סוכנות (די ייִדישע אַגענץ). חוץ אים, טרעפֿט זיך דער לייענער מיט גאָר פֿאַרשידענע אַנדערע פּערזענלעכקייטן פֿון יענער תּקופֿה, סײַ ייִדישע און סײַ ניט־ייִדישע׃ וולאַדימיר-זאבֿ זשאַבאָטינסקי, דוד בן־גוריון, פּינחס רוטענבערג, חיים ווײַצמאַן, מאַרטין בובער, ווי אויך דער רוסישער רעוואָלוציאָנער־טעראָריסט און ליטעראַט באָריס סאַווינקאָוו, די שרײַבערין נינאַ בערבעראָוואַ, און אַפֿילו מאַגדאַ געבעלס, די פֿרוי פֿון היטלערס פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער. פֿראָמער איז קודם־כּל פֿאַראינטערעסירט אין די אינטעלעקטועלע חילוקי־דעות און פּאָליטישע וויכּוחים, וואָס די אָנהענגער פֿון פֿאַרשידענע ציוניסטישע בראַנזשעס האָבן געפֿירט צווישן זיך וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִשובֿ און פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער ראָמאַן איז אינטערעסאַנט ווי אַ פּרוּוו צו דערציילן אָט די קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון אַ "רוסישן" שטאַנדפּונקט. דעם מחברס סימפּאַטיע איז אויף דער זײַט פֿון די ייִדישע פּאָליטישע טוער פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ, אַזעלכע ווי: אַרלאָזאָראָוו, זשאַבאָטינסקי, רוטענבערג. זיי געהערן צו דער סמעטענע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג, בעת דער פּוילישער ייִד דוד בן–גוריון איז אויסגעמאָלט, להיפּוך, ווי אַ קליין–שטעטלדיקער טיפּ מיט ריזיקע אַמביציעס, אָבער מיט אַ קנאַפּער אינטעלעקטועלער אַמוניציע. קרימער יהודה׃ בילדער פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן, כאַזאַרן, קאַראַיִמער און קרימטשאַקעס אין קרים פֿון אַנטיקישער תּקופֿה ביז הײַנטיקע טעג. סימפֿעראָפּאָל׃ "דאָליאַ", 2011 דער האַלב–אינדזל קרים פֿאַרנעמט אין דער ייִדישער געשיכטע אַ גאָר חשובֿ אָרט. אין דער הקדמה צו זײַן בוך מאַכט מיכאַיִל קיזילאָוו אַ פֿאַרגלײַך צווישן קרים און ארץ–ישׂראל׃ דאָ און דאָרט האָבן ייִדן געוווינט זינט אוראַלטע צײַטן; ביידע געגנטן האָבן געהערט צו די אייגענע וועלט־אימפּעריעס — די ביזאַנטישע און די אָסמאַנישע. דער ייִדישער ייִשובֿ סײַ אין קרים סײַ אין ארץ־ישׂראל, איז געווען אַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע עדות; און אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען זיך גענומען צו שאַפֿן דאָרט ייִדישע אויטאָנאָמע טעריטאָריאַלע איינסן אויפֿן יסוד פֿון לאַנד־ווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס. דערצו נאָך איז דער קלימאַט און די לאַנדשאַפֿט אין קרים ענלעך אויף ארץ־ישׂראל׃ ים, בערג, און אַ סך ניט־באַוווינטע שטחים. קיזילאָוו איז אַ יונגער ייִדישער היסטאָריקער פֿון קרים, וואָס האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין געשיכטע פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער איז אַ מחבר פֿון צוויי וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ענגליש וועגן די קאַראַיִמער אין קרים און גאַליציע. אין זײַן נײַעם רוסישן בוך מאַכט ער אַ פּרוּוו צו דערציילן אין אַ פּאָפּולערן אופֿן, אָבער אויף אַ געהעריקן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ, די גאַנצע לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדן אין קרים. |