- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"איך אַרבעט בלויז פֿאַר זיך. איך אַליין בין מײַן הויפּט־צושויער" — אַזוי האָט שטיינבערג פֿאָרמולירט זײַן עסטעטישן אַני–מאַמין. אָבער דערצו האָט ער צוגעגעבן׃ "עס איז וויכטיק אַ קוק צו טאָן אויף זיך אַליין אין דער פּערספּעקטיוו פֿון דער אייראָפּעיִשער קונסט. אַניט, וועסטו תּמיד פֿאַרבלײַבן אינעם אייגענעם עגאָיִזם." אַזוי אַרום באַשטימען אָט די צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס, אינערלעכע אומאָפּהענגיקייט און צוגעהעריקייט צו דער אייראָפּעיִשער קינסטלערישער טראַדיציע, דעם עצם פֿון שטיינבערגס קונסט־פֿילאָסאָפֿיע. שטיינבערג האָט געהערט צו דער שיטה אין דער אונטערערדישער רוסישער קונסט, וואָס האָט זיך אָנגערופֿן "דער צווייטער אַוואַנגאַרד". זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך די אַוואַנגאַרדיסטישע קולטור פֿון דער פֿריִערדיקער סאָוועטישער תּקופֿה און דערקלערט זיך פֿאַר אירע יורשים. אָבער שטיינבערג האָט זיך פֿרי געווענדט צו דעם קריסטלעכן גלויבן, הגם אין קלויסטער איז ער ניט געגאַנגען. אין זײַן שאַפֿונג ווערן די רעליגיעזע מאָטיוון צונויפֿגעשמאָלצן מיט אַבסטראַקטע פֿיגורן און פֿאָרמען, וועלכע באַקומען אַ סימבאָלישן באַטײַט. ראָסינס רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אינעם "מירמל־פּאַלאַץ", דעם סאַמע פּרעכטיקן פֿון די פּעטערבורגער פּאַלאַצן, וואָס דינט ווי אַן אָפּטייל פֿונעם "רוסישן מוזיי", האָט באַשטעטיקט זײַן סטאַטוס ווי אַ קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער רוסישער קונסט. דער וועג צו דעם דאָזיקן שפּיץ איז געווען אַ לאַנגער און אַ שווערער. געבוירן אין האָמעל אין 1937, האָט ראָסין — דעמאָלט האָט ער געטראָגן זײַן אמתדיקן נאָמען אַלבערט סאָלאָמאָנאָוויטש רויזין — שטודירט קונסט אין די קונסט־אינסטיטוטן פֿון לענינגראַד און מאָסקווע. דערנאָך, אַנשטאָט צו זוכן גליקן אין די הויפּטשטעט, איז ער אַוועק אין אַ ווײַטן דאָרף אין אַרכאַנגעלסק־געגנט אין צפֿון־רוסלאַנד, וווּ ער האָט אין משך פֿון דרײַ יאָר געאַרבעט ווי אַ קונסט־לערער אין אַ מיטלשול. די דאָזיקע צײַט פֿון וווינען אין סאַמע געדיכט פֿון רוסישן פֿאָלק האָט אויסגעפֿורעמט ראָסינס וועלטאַנשויונג ווי אַ מענטש און ווי אַ קינסטלער. דאָ האָט ער בהדרגה געפֿונען זײַן אייגנאַרטיקן סטיל, וואָס אייניקע קונסט־קריטיקער האַלטן פֿאַר אַ גילגול פֿונעם דײַטשישן עקספּרעסיאָניזם פֿון דער תּקופֿה נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. ראָסין נעמט זײַנע פּערסאָנאַזשן פֿון פֿאַרשידענע סאָציאַלע שיכטן, אָבער די סאַמע באַליבטע העלדן זײַנע זײַנען קבצנים, קאַליקעס, און היימלאָזע מענער און פֿרויען פֿונעם סאַמע דנאָ פֿון דער געזעלשאַפֿט. Shalom Auslender. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אינעם ווינקל בײַם אַרײַנגאַנג אין דעם טעאַטער־זאַל איז מיט שטאָלץ אַרויסגעשטעלט דער פֿאָטעלשטול מיטן אויפֿשריפֿט, אַז דערין פֿלעגט זיצן שלמה מיכאָעלס, האָט דער טעאַטער אַ קנאַפּן שײַכות צו דער טראַדיציע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. "שלום" געהערט צו דער אַנדערער טעאַטראַלער שיטה, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין דער האַלב־אָפֿיציעלער סאָוועטישער קולטור פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן. דעמאָלט, אין דער צײַט פֿון דער ליבעראַלער "אָדליגע" נאָך סטאַלינס טויט, זײַנען אויפֿגעקומען עטלעכע טעאַטראַלע טרופּעס, וואָס האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אָפֿיציעלער דאָגמאַטיק פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. זיי האָבן פֿאַרבאַהאַלטן זייער קריטיק פֿון דער סאָוויעטישער סיסטעם און איר אידעאָלאָגיע הינטער רמזים און היסטאָרישע פּאַראַלעלן, וואָס זײַנען געווען צוטריטלעך דעם אינטעליגענטן צושויער. בײַם הײַנטיקן טאָג איז דער דאָזיקער קאַמף שוין לאַנג ניט אַקטועל מער, און סאָציאַליסטישער רעאַליזם איז געוואָרן אַ היסטאָרישער באַגריף. אָבער די סטיליסטיק פֿון דער לעצטער סאָוועטישער תּקופֿה לעבט ווײַטער אין פֿאַרשידענע גילגולים, און געפֿינט אַן אָפּרוף בײַ דעם עולם. "שלום" האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן ייִדישן נוסח, וואָס פּאַסט גאַנץ גוט אַרײַן אינעם הײַנטיקן רוסישן צײַטגײַסט. וועראַ אינבער. וועראַ אינבער געהערט צו דעם קלאַסישן קאַנאָן פֿונעם סאָוועטישן סאָציאַליסטישן רעאַליזם. פֿאַר אירע פּאַטריאָטישע לידער איז זי אין 1946 באַלוינט געוואָרן מיט דער סטאַלין־פּרעמיע. זי איז געווען אַן אַקטיווער פֿונקציאָנאַר אינעם אַפּאַראַט פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין, האָט זיך באַטייליקט אין אידעאָלאָגישע אַקציעס און קאַמפּאַניעס; און לאַנגע יאָרן האָט זי געלעבט מיטן שטענדיקן פּחד מצד אַן אַרעסט, ווײַל דערצו זײַנען געווען וואָגיקע סיבות. "ווען איך האָב זיך גענומען זוכן נאָך מײַן 'אייגענע’ שפּראַך, האָב איך מיט דער צײַט אַנטדעקט, אַז עס זײַנען דאָ גאַנצע צוויי לשונות׃ אַזעריש און ייִדיש. די שפּראַכן פֿון מײַנע גליקלעכע קינדער־יאָרן, וואָס זײַנען געווען פּאַראַלעל מיט דעם רוסישן לשון. אָבער על־פּי עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש, האָב איך זיי ניט אויפֿגענומען". אַזוי שרײַבט דער מאָסקווער שרײַבער אַפֿאַנאַסי מאַמעדאָוו אין איינער פֿון זײַנע לעצטע דערציילונגען. מאַמעדאָוו איז געבוירן געוואָרן אין באַקו אין אַ געמישטער משפּחה. פֿונעם פֿאָטערס צד שטאַמט ער פֿון רײַכע ייִדישע סוחרים, וואָס האָבן בהדרגה אָנגעוווירן זייער עשירות בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה. זײַן מאַמע קומט פֿון אַן אַזערבײַדזשאַנער פֿאַמיליע, וואָס האָט אויך פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אין דער שטאָט. די ייִדישע בעסאַראַביע איז געבענטשט מיט אַ רײַכער און אייגנאַרטיקער ליטעראַרישער טראַדיציע, וואָס איז הײַנט־צו־טאָג אפֿשר די סאַמע לעבעדיקע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. יענטע מאַש פֿאַרבינדט אין איר שאַפֿונג דרײַ תּקופֿות, וואָס זי האָט דורכגעלעבט. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין שטעטל זגוריצע, נישט ווײַט פֿון סאָראָקע, אונטער דער רומענישער שליטה, איז זי ערבֿ דער דײַטשישער אינוואַזיע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר, ווי אַ מיטגליד פֿון "בורזשואַזיע". די דאָזיקע ביטערע דערפֿאַרונג, וואָס זי האָט דורכגעמאַכט מיט טויזנטער אַנדערע "געזעלשאַפֿטלעכע עלעמענטן" פֿון די אַנעקסירטע שטחים פֿון רומעניע, פּוילן און באַלטישע לענדער, האָט זי באַשריבן אינעם ערשטן בוך, "טיף אין דער טײַגע" (1990). דערנאָך איז געקומען די ריי פֿון די בעסאַראַבער עולים און ישׂראל ("משנה מקום", 1993). אַזוי אַרום האָט יענטע מאַש געשאַפֿן אַ מין "מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן", וואָס איז איינצײַטיק אַ ליטעראַרישע געשיכטע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום אינעם 20סטן יאָרהונדערט. עפּעלס טיפּישער העלד איז אַ פּראָווינציעלער לא־יוצלח, וואָס באַמיט זיך אַרויפֿצואַרבעטן אין מאָסקווע, אָבער אַלע זײַנע אָנשטרענגונגען זײַנען, ליידער, אומזיסט. עפּעלס מעשׂיות האָבן ניט קיין גליקלעכע פֿאַרענדיקונגען, צומאָל האָבן זיי בכלל ניט קיין קלאָרן סוף און רײַסן זיך איבער אין דער מיט. ער לאָזט עס איבער פֿאַרן לייענער צו דערטראַכטן זיך, וואָס וועט געשען ווײַטער מיט די העלדן. דאָס וויכטיקסטע פֿאַר עפּעלן זײַנען די קליינע פּרטים פֿון לעבן און ניט די גרויסע געשעענישן. מיט איין פּרט קאָן ער צומאָל אויסדריקן דעם עצם פֿון דער גאַנצער היסטאָרישער תּקופֿה. אַזוי, למשל, באַשרײַבט ער ווי אין די 1960ער יאָרן האָט מען אַרײַנגעפֿירט גאַז אין אַ מאָסקווער פֿאָרשטאָט. פֿאַר אַלע תּושבֿים איז דאָס געווען אַ סימן פֿונעם נײַעם לעבן, פֿון דער שטאָטישער ציוויליזאַציע. און צום סאַמע סוף באַמערקט דער מחבר, ווי דרך־אַגבֿ׃ "אָפּגעזאָגט פֿונעם גאַז האָט זיך בלויז איין פּאָרפֿאָלק, שטילע ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן, וואָס פֿלעגן זיך אַרומשפּאַצירן יעדן טאָג האַנט אין האַנט. עס איז ניט קלאָר, פֿאַר וואָס. אָבער מסתּמא האָבן זיי געהאַט זייערע סיבות." עפּעל דערמאָנט ניט דעם חורבן מיט קיין וואָרט דאָ, אָבער ער איז מרמז אויף דער טראַגעדיע מיט אַ פּאָר קורצע און פּשוטע זאַצן. Alexander Etkind. דער אויפֿקום פֿון דער פּאָסט-קאָלאָניאַלער טעאָריע אין מערבֿדיקע הומאַניסטישע לימודים האָט געשטעלט די ייִדישע שטודיעס פֿאַר אַ ריי פּראָבלעמען. ווי אַזוי קאָן מען "אַרײַנשרײַבן" די ייִדן אין אָט דעם נײַעם וועלט־געשטאַלט, וואָס ווערט אויסגעפֿורעמט אַרום דעם קאָנפֿליקט צווישן די "העגעמאָנישע" כּוחות פֿון דער קאָלאָניזאַטאָרישער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע און די דערשלאָגענע און שטומע מאַסן פֿון קאָלאָניזירטע פֿעלקער אין אַפֿריקע, אַזיע, אויסטראַליע און דרום־אַמעריקע? וווּ הין געהערט ציוניזם און מדינת־ישׂראל? פֿון איין זײַט, קאָן מען דאָס אויסטײַטשן ווי אַ באַוועגונג פֿאַר נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג פֿונעם דערשטיקטן ייִדישן פֿאָלק, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — טענהן די קעגנער — איז ישׂראל אַליין אַ פּראָדוקט פֿון דער מערבֿדיקער קאָלאָניזאַציע אויף דעם נאָענטן מיזרח. Börries Kuzmany. Brody: צום סוף פֿון זײַן גרונטיקער און אַרומנעמיקער פֿאָרשונג פֿון דער שטאָט בראָד, אונטער דעם האַבסבורג־מלכות, ברענגט דער עסטרײַכישער היסטאָריקער בעריעס קוצמאַני צוויי באַריכט־פֿראַגמענטן פֿון ש. אַנ־סקי און יואל מאַסטבוים וועגן זייערע באַזוכן אין בראָד. ביידע מחברים באַטאָנען דאָס חשיבֿות פֿון דער שטאָט אינעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן׃ "אַ מאָל, אַ מאָל איז עס גוט געגאַנגען אין בראָדי. עס האָבן געקלונגען די רוסישע אימפּעריאַלן; עס האָט געברויזט רוסישער מיסחר און ייִדישע פּרנסה. איז קיין קליין וווּנדער נישט געווען, וואָס אָט דער טויער קיין רוסלאַנד האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ אימפּעט פֿול מיט לעבן. בראָדי, זאָגט מען, איז געווען קליין־פּאַריז" (מאַסטבוים, "גאַליציע", 1929). ווינטער אין תּל־אָבֿיבֿ. מאָסקווע, אַרגאָ־ריסק, 2011 אין ווינטער אַנטפּלעקט זיך דער אמתדיקער, תּוכיקער כאַראַקטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אַזוי לייענט מען אינעם נײַעם בוך פֿונעם רוסיש־ישׂראלדיקן מחבר דמיטירי דייטש׃ "תּל־אָבֿיבֿ מאַכט אַן אָנשטעל, אַז זי שטייט אויף דער ערד, אויפֿן פֿעטן, סאַמאָראָדנעם, נאַטירלעכן שוואַרצבאָדן. אָבער די אַלטגעזעסענע תּושבֿים פֿון דער שטאָט ווייסן׃ דאָס איז אַ ליגן. מען האָט אויפֿגעבויט תּל־אָבֿיבֿ אויף דעם נאַסן פּאַלעסטינער זאַמד, און זי איז ענלעך צו אַ מענטש, וואָס דאָס גאַנצע לעבן זײַנס גייט ער אויף די שפּיץ־פֿינגער, כּדי אויסצוזען העכער." די ווינטערדיקע שטאָט תּל־אָבֿיבֿ איז דער הויפּט־העלד פֿון אַ חצי־מאה מיניאַטורן, וואָס זײַנען אַרײַן אין דייטשס קורצן זאַמלבוך. די אַנדערע פּערסאָנאַזשן פֿון די קורצע מעשׂיות־משלים זײַנען די "אַלטגעזעסענע תּושבֿים" פֿון דער שטאָט, וואָס קענען איר טבֿע. דאָס זײַנען דער פֿערצן־יעריקער בחור גבי, די לערערין רבֿקה, דער משוגענער מר כּהן, דער רוסישער עולה שמעון, די יונגע פֿרויען רחל און יעל, און רן, דער צווייטלינג פֿונעם דערציילער. ווען מען פֿאַרענדיקט לייענען דאָס בוך, פֿאַרשטייט מען, אַז אָט די איינצלנע מעשׂיות בילדן אַ מין ראָמאַן, וואָס באַשטייט פֿון עפּיזאָדן, און דער לייענער אַליין קאָן שוין אויספֿילן די בלויזן.
אויפֿגעקומענע פֿון אַש. די דאָזיקע פּובליקאַציע ברענגט צוריק צום לעבן אַ ווערטפֿול בוך, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט בלויז אין אַ געציילטער צאָל עקזעמפּליאַרן. דאָס בוך "קאַטשאַנאָווקע" איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1934 אינעם צענטראַלן סאָוועטישן ליטעראַרישן פֿאַרלאַג "גיכל" און איז געווען גאַנץ "כּשר" פֿונעם דעמאָלטיקן סאָוועטישן אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. "קאַטשאַנאָווקע" געהערט צו דעם זשאַנער פֿון ליטעראַטור פֿאַר יונגע לייענער, וואָס האָט דעמאָלט אָנגעהויבן צו פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט אין דער סאָוועטישער קולטור. אַ היפּשע צאָל פֿון די מחברים אינעם דאָזיקן זשאַנער זײַנען געווען ייִדן, אַזעלכע ווי רוּווים פֿרײַערמאַן, דובֿ־בער לעווין, אַלכּסנדרע ברושטיין. זייערע העלדן, ייִדישע און ניט־ייִדישע, האָבן געדינט ווי מוסטער־פֿיגורן פֿאַר דעם נײַעם סאָוועטישן דור קינדער. זיי האָבן געהאָלפֿן זייערע עלטערן, זיך גוט געלערנט אין שול, אָבער, דער עיקר, זיי זײַנען געווען באַוווּסטזיניקע קעמפֿער פֿאַר סאָציאַליסטישע אידעאַלן און געטרײַע רעוואָלוציאָנערן. |