פּערזענלעכקײטן

אַסאַר עפּעל
אַסאַר עפּעל
דעם 20סטן פֿעברואַר 2012 איז אין אַ מאָסקווער שפּיטאָל געשטאָרבן דער שרײַבער אַסאַר עפּעל (1935—2012). עפּעל האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך אַן פֿילזײַטיקע ירושה׃ איבערזעצונגען פֿון פּויליש, איטאַליעניש, ייִדיש, דײַטש און ענגליש; אַ בוך עסייען און עטלעכע זאַמלונגען דערציילונגען. בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה האָט עפּעל געקאָנט אַרויסלאָזן זײַנע אָריגינעלע ווערק נאָר אין אויסלאַנד, אָבער זינט די 1990ער איז ער געוואָרן פּאָפּולער אויך בײַם רוסישן עולם.
עפּעלס טיפּישער העלד איז אַ פּראָווינציעלער לא־יוצלח, וואָס באַמיט זיך אַרויפֿצואַרבעטן אין מאָסקווע, אָבער אַלע זײַנע אָנשטרענגונגען זײַנען, ליידער, אומזיסט. עפּעלס מעשׂיות האָבן ניט קיין גליקלעכע פֿאַרענדיקונגען, צומאָל האָבן זיי בכלל ניט קיין קלאָרן סוף און רײַסן זיך איבער אין דער מיט. ער לאָזט עס איבער פֿאַרן לייענער צו דערטראַכטן זיך, וואָס וועט געשען ווײַטער מיט די העלדן. דאָס וויכטיקסטע פֿאַר עפּעלן זײַנען די קליינע פּרטים פֿון לעבן און ניט די גרויסע געשעענישן. מיט איין פּרט קאָן ער צומאָל אויסדריקן דעם עצם פֿון דער גאַנצער היסטאָרישער תּקופֿה.
אַזוי, למשל, באַשרײַבט ער ווי אין די 1960ער יאָרן האָט מען אַרײַנגעפֿירט גאַז אין אַ מאָסקווער פֿאָרשטאָט. פֿאַר אַלע תּושבֿים איז דאָס געווען אַ סימן פֿונעם נײַעם לעבן, פֿון דער שטאָטישער ציוויליזאַציע. און צום סאַמע סוף באַמערקט דער מחבר, ווי דרך־אַגבֿ׃ "אָפּגעזאָגט פֿונעם גאַז האָט זיך בלויז איין פּאָרפֿאָלק, שטילע ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן, וואָס פֿלעגן זיך אַרומשפּאַצירן יעדן טאָג האַנט אין האַנט. עס איז ניט קלאָר, פֿאַר וואָס. אָבער מסתּמא האָבן זיי געהאַט זייערע סיבות." עפּעל דערמאָנט ניט דעם חורבן מיט קיין וואָרט דאָ, אָבער ער איז מרמז אויף דער טראַגעדיע מיט אַ פּאָר קורצע און פּשוטע זאַצן.
אַסאַר עפּעל איז געווען אַ דיכטער פֿונעם נעבעכדיקן קליינשטעטלדיקן לעבן, וואָס איז געגאַנגען נאָך דער מלחמה אויף די ראַנדן פֿון דער ריזיקער סאָוועטישער חויפּטשטאָט. ער האָט געשעפּט זײַן שטאָף פֿון דער אייגענער קינדהייט אין דער מאָסקווער פֿאָרשטאָט אָסטאַנקינאָ, וווּ ער איז געוואַקסן אין די 1940ער און 1950ער יאָרן. ער האָט אַ טיפֿן אינטערס אין דעם מאַטעריעלן גשמיות, אָבער דערבײַ איז זײַן ליטעראַרישער סטיל ניט קיין רעאַליסטישער. זײַנע העלדן באַוווינען אַ פֿאַנטאַסטישע וועלט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן; אַ געמיש פֿון נאַיִווע חלומות און האַרטער ווירקלעכקייט, וואָס ער האָט אָפּגעהיט אין זײַן קינסטלערישן זכּרון.
לויט זײַן וועלטבאַנעם איז עפּעל נאָענט צו פֿרידריך גאָרענשטיין, אפֿשר דעם סאַמע אָריגינעלן רוסיש־ייִדישן מחבר פֿון יענעם דור. ביידע שרײַבער האָבן געהאַט אינטימע, אָבער קריטישע באַציִונגען, מיט דער רוסישער ליטעראַרישער טראַדיציע. זיי זײַנען אויך געווען זייער קריטיש, צומאָל אַפֿילו צו קריטיש, לגבי זייערע מיטצײַטלער, בפֿרט לגבי אַנדערע שרײַבער. דאָס זעט מען בפֿירוש אין עפּעלס בוך עסייען באַטיטלט In Telega (אַ וואָרט־שפּיל צווישן דעם רוסישן "אין וואָגן" און דעם לאַטײַנישן "אינטעליגענץ"), וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מישמאַש פֿון שאַרפֿזיניקע אָבסערוואַציעס און ביטערע אָנקלאַגן.
עפּעל האָט געהערט צו דעם דור, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אונטער סטאַלינס שליטה, איבערגעלעבט די אַנטיסעמיטישע גזירות פֿון סוף 1940ער — אָנהייב 1950ער יאָרן, אָבער איז געוואָרן טעטיק שוין אין די יאָרן פֿון דער ליבעראַלער "אָדליגע" פֿון די 1960ער. פֿרײַהייט איז פֿאַר זיי געוואָרן אומאָפּטיילבאַר פֿון קולטור, פֿון קענען פֿרעמדע שפּראַכן און פֿון לייענען די ווערק פֿון קלאַסישער ליטעראַטור. אַ סך ייִדישע ליטעראַטן האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט ליטעראַרישע איבערזעצונגען, סײַ צוליב פּרנסה און סײַ ווי אַ קולטורעלע שליחות. דאָס האָט זיי דערמעגלעכט צו בלײַבן רעלאַטיוו אומאָפּהענגיק פֿונעם דרוק פֿון דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע, אָבער איינצײַטיק צו געהערן צו דער פּריוויליגירטער שעפֿערישער אינטעליגענץ.
עפּעל האָט געשאַפֿן אין זײַנע ווערק אַן אייגנאַרטיקן מיטאָס פֿון מאָסקווע, וואָס שטייט אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט דער סטערעאָטיפּישער געשטאַלט פֿונעם ריזיקן כּרך. ליטעראַטור, זאָגט עפּעל, האַלט תּמיד אין איין שאַפֿן פּאַראַלעלע וועלטן. עפּעלס מאָסקווע האָט איר צענטער אינעם שטעטל אָסטאַנקינאָ, אַ מין קאַסרילעווקע, באַוווינט מיט קליינע מענטשעלעך פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטן און רעליגיעס׃ ייִדן, רוסן, אוקראַיִנער, טאָטערן. דאָס דאָזיקע וועלטל עקזיסטירט אין אַ פּאַראַלעלער ווירקלעכקייט. זײַנע תּושבֿים האָבן אַ קנאַפּע השׂגה וועגן דער אמתער גרויסער מאָסקווע, וואָס ליגט מחוץ זייער שטח.
עפּעל פֿילט אַ טיפֿע קולטורעלע קרובֿהשאַפֿט צו דער אַמאָליקער האַבסבורג־אימפּעריע, הגם קיין פּערזענלעכע וואָרצלען אינעם לאַנד פֿון "קיר״ה", ווי די ייִדן פֿלעגן רופֿן דעם קײַזער פֿראַנץ־יאָזעף, האָט ער ניט געהאַט. עפּעל ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון ברונאָ שולץ, וועמעס ווערק ער האָט מײַסטעריש איבערגעזעצט אויף רוסיש. שולץ איז געוואָרן די בולטסטע השפּעה אויף עפּעלס סטיל. דער דאָזיקער מאַגישער שפּאַקטיוו דערמעגלעכט עפּעלן צו דערקענען חן און שיינקייט אין דער גרויער נעבעכטיקייט פֿון דער סאָוועטישער טאָג־טעגלעכקייט אין די אָרעמע און מאָסקווער פֿאָרשטעט.
ווען מען האָט געפֿרעגט עפּעלן, צי ער איז נאָסטאַלגיש נאָך יענער צײַט, האָט ער געענטפֿערט׃ "יאָ, איך דערמאָן זיך אָן יענער צײַט מיט אַ געוויסער נאָסטאַלגיע, אָבער אָן קיין שום פֿאַרגעניגן." דער סאָוועטישער עבֿר, וואָס אַסאַר עפּעל האָט אַזוי מײַסטעריש אָפּגעהיט אין זײַנע דערציילונגען, שמעקט אַביסל פֿויל, פֿול מיט מיסט, אָפּפֿאַל און אַלטקייט, אָבער דאָס איז אַ שאַפֿונג פֿון אַן עכטן און אָריגינעלן קינסטלער.