- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
Marat Grinberg,
דער סאָוועטישער דיכטער באָריס סלוצקי (1919—1986) געהערט צו דעם ערשטן — און דעם לעצטן — דור, וואָס זייער גאַנץ לעבן איז אַדורך אונטער דער שליטה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. די מלחמה האָט צעשפּאָלטן זייער לעבן אויף צוויי טיילן. "דאָס געבוירן־יאָר נײַנצן נײַנצן — צוויי און צוואַנציק אין איין און פֿערציקסטן יאָר", אַזוי הייבן זיך אָן די באַקאַנטסטע לידער זײַנע. אין דער רוסישער דיכטונג איז סלוצקי באַקאַנט, קודם־כּל, ווי אַ מלחמה־דיכטער. זײַן קוק איז תּמיד ניכטער און זאַכלעך, זײַן וואָרט — וואָגיק און שפּאָרעוודיק. אַ זעלטענער מײַסטער פֿון דער פּאָעטישער טעכניק, מײַדט ער בכּיוון אויס וואָסער ניט איז עפֿעקטן און באַנוצט זיך מיטן "פּראָזאַיִשן" לעקסיקאָן. סלוצקי, ווי אַ מענטש, לאָזט זיך ניט אַרײַנלייגן אין אַ סדום־בעטל פֿון דער פּשוטער אַלטערנאַטיוו סאָוועטיש/אַנטי־סאָוועטיש׃ ער איז פֿאַרבליבן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און אַ געטרײַער סאָוועטישער פּאַטריאָט, אָבער ער איז אויך געווען אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט, און בפֿרט פֿונעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם נאָך דער מלחמה. אויפֿן פֿראָנט איז ער שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און איז פֿאַרבליבן אַן אינוואַליד. די לעצטע אַכט יאָר פֿון זײַן לעבן, נאָכן טויט פֿון זײַן פֿרוי, האָט ער געליטן פֿון אַ שווערער דעפּרעסיע און גאָרניט ניט געשריבן.
David Bezmozgis.
דער מאַרשרוט דורך ווין און רוים איז באַקאַנט פֿאַר אַלע ייִדישע עמיגראַנטן, וואָס זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין אַמעריקע אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. דאָס איז געווען אַ פּועל–יוצא פֿון אַ פּאָליטישער פּשרה אין דער קאַלטער מלחמה. אַנשטאָט צו לאָזן אַלע די, וואָס האָבן באַקומען וויזעס צו מאַכן עליה קיין ארץ־ישׂראל, קומען צו פֿליִען דירעקט קיין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען אײַנגעאָרדנט אַ טראַנזיט־סטאַנציע אין ווין. דאָס האָט געגעבן יעדן די מעגלעכקייט צו דערקלערן, אַז אַנשטאָט ישׂראל וויל מען זוכן גליקן ערגעץ־וווּ אַנדערש. אַזאַ מין שיטה האָט געבראַכט עגמת־נפֿש פֿאַר ישׂראל, אָבער די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן באַשטאַנען אויף דעם רעכט פֿון פֿרײַער ברירה. די צאָל פֿון אַזעלכע "נושרים" ("אָפּגעפֿאַלענע בלעטער", ווי מען האָט זיי גערופֿן אויף העברעיִש) האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן, און צום סוף פֿון די 1970ער יאָרן דערגרייכט צו פֿופֿציק פּראָצענט. דער ערשטער אָפּשטעל אויפֿן וועג צו פֿרײַהייט איז געווען אין רוים, וווּ די אַמעריקאַנער ייִדישע הילף־אָרגאַניזאַציעס האָבן געשאַפֿן אַ ספּעציעלן טראַנזיט־פּונקט, מען זאָל קענען וואַרטן אויף אַרײַנפֿאָר־וויזעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע אָדער אויסטראַליע.
לעוו בערינסקי. לעוו בערינסקי איז אַ ליטעראַרישע דערשײַנונג, וואָס לאָזט זיך ניט אַרײַנקוועטשן אינעם סדום־בעטל פֿון דעפֿיניציעס. ער שרײַבט אויף רוסיש און ייִדיש, וווינט אין ישׂראל אָבער באַקאַנט איז ער מערסטנס אין דײַטשלאַנד. אַ דיכטער אין זײַן עצם און מהות, איז ער אויך אַ באַגאַבטער איבערזעצער, זשורנאַליסט און עסיייִסט. זײַנע ווערק זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער כּלערליי פּעריאָדישע פּובליקאַציעס אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, אָבער סטיליסטיש און אידעיִש זײַנען זיי אַלע טיילן פֿון איין גרויסן טעקסט. איצט, לסוף, זײַנען אַרויס בערינסקיס געקליבענע ווערק אויף רוסיש. דער פּאָעטישער באַנד איז דערשינען אין 2009, און איצט האָבן מיר באַקומען דעם צווייטן באַנד, דעם פּראָזאַיִשן. אָבער ווי ווײַט וועט די דאָזיקע אויסגאַבע מאַכן בערינסקיס ווערק באַקאַנט בײַ דעם ברייטערן עולם, איז ניט קלאָר. דאָנעצק אויף אוקראַיִנע איז אַ פּראָווינץ־שטאָט, וואָס פֿאַרנעמט זייער אַ באַשיידן אָרט אויף דער רוסישער ליטעראַרישער מאַפּע. בערינסקי איז אַ מאַרגינאַלע ליטעראַרישע פֿיגור, און דאָס איז אַ פּאָזיציע, וואָס ער קולטיווירט מיט גרויס התמדה זײַן גאַנץ לעבן. אפֿשר איז ער אַפֿילו דער סאַמע מאַרגינאַלסטער צווישן די רוסישע דיכטער הײַנט־צו־טאָג (דאָס הייסט, צווישן די עכטע דיכטער). אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געצויגן זײַן חיונה פֿון איבערזעצן רומענישע און דײַטשישע ליטעראַטור. דער עיקר, די ווייניק־באַקאַנטע מאָדערניסטישע דיכטער. מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָך דער קריסטלעכער פּאַסכע פֿון 1911, האָט זיך פּאַמעלעך גענומען אַנטוויקלען דער בייליס־פּראָצעס. דער פּראָצעס האָט געדויערט צוויי יאָר און האָט אַרויסגערופֿן הייסע וויכּוחים אין רוסלאַנד און אין אויסלאַנד. סוף־כּל־סוף, איז בייליס באַפֿרײַט געוואָרן, אָבער די פֿראַגע וועגן דעם, צי ייִדן דאַרפֿן האָבן בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער פֿאַר מצה איז פֿאַרבליבן "אָפֿן". עד־היום זײַנען דאָ אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע אַ היפּשע צאָל מענטשן, וואָס גלייבן, אַז בייליס איז טאַקע געווען שולדיק אינעם "ריטואַלן מאָרד" פֿונעם קריסטלעכן ייִנגל אַנדריי יושטשינסקין. די רוסישע אָרטאָדאָקסישע קירך פֿאַרמאָגט שוין צוויי אָפֿיציעל־אָנערקענטע "קדושים", וואָס זײַנען "דורך ייִדן פֿאַרפּײַניקט געוואָרן", ווי עס שטייט אין זייערע אָפֿיציעלע לעבנס־געשיכטעס. איינער הייסט גאַווריִיִל ביאַליסטאָצקי (אָדער סלוצקי). ער איז אומגעקומען אין 1690 לעבן דער שטאָט סלוצק אין ווײַסרוסלאַנד, און די רעשטלעך פֿון זײַן גוף ווערן הײַנט מיט גרויס אָפּשײַ אָפּגעהיט אינעם אָרטאָדאָקסישן קלויסטער פֿון ביאַליסטאָק אין פּוילן. זײַן "יאָרצײַט" ציט צו אַ היפּשן עולם עולה־רגל. עס איז מערקווירדיק, אַז זײַן קולט איז באַנײַט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע פֿון מינסק אין 1942, ווען מען האָט אַריבערגעטראָגן זײַן געביין פֿונעם מוזיי פֿון אַטעיִזם אין קלויסטער.
Julia Rabinowich. Splithead.
די הײַנטיקע רוסיש־ייִדישע גלות־ליטעראַטור שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מערקווירדיקע דערשײַנונג. בעל־מחשבֿות האָט מיט הונדערט יאָר צוריק געזאָגט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור׃ "צוויי שפּראַכן — איין און איינציקע ליטעראַטור". אָבער דאָ קאָן מען רעדן וועגן אַ ליטעראַטור, וואָס ווערט געשריבן אויף לכל־הפּחות פֿינף שפּראַכן. הײַנט־צו־טאָג שרײַבן די סאָוועטיש־אָפּשטאַמיקע ייִדישע מחברים חוץ רוסיש אויך אויף ענגליש, העברעיִש, דײַטש און ייִדיש. עס פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, צי קאָן מען באַטראַכטן זייער שאַפֿונג ווי אַן "איין און איינציקע" ליטעראַטור? וואָס האָבן בשותּפֿות זייערע ווערק, אָנגעשריבן אין פֿאַרשידענע לענדער און אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן? צי האָט די דאָזיקע ליטעראַטור אייגענע סטיליסטישע, טעמאַטישע און אידעיִשע סימנים? הײַנט וווינען בערך אַכציק פּראָצענט פֿון רוסישע ייִדן מחוץ רוסלאַנד, דער עיקר, אין ישׂראל, צפֿון־אַמעריקע און דײַטשלאַנד; ווי אויך, אין די אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליקן. דער עלטערער דור עמיגראַנטן, וואָס האָט באַקומען אַ רוסישע בילדונג, שרײַבט כּסדר אויף רוסיש; זייערע קינדער, וואָס זײַנען שוין אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין אויסלאַנד, שרײַבן אויף נײַע, אויסגעלערנטע שפּראַכן. אָבער אַזוי אָדער אַנדערש באַהאַנדלען זיי אַלע די דערפֿאַרונג פֿון עמיגראַציע: וועגן דער אויסגעוואָרצלטקייט פֿון דער אַלטער היים און וועגן דער אײַנוואָרצלונג אין דער נײַער.
Mary-Kay Wilmers.
אַז מען ציט אונטער די היסטאָרישע סך־הכּלען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, זעט מען בפֿירוש, ווי טיף ס׳זײַנען די פֿעדעם פֿון יחידישע גורלות געווען אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם לײַוונט פֿון דער וועלט־געשיכטע. אין דער טיפֿעניש פֿון אַלט־שטייגערישע שטעטלעך איז אויף דער שוועל פֿון 20סטן יאָרהונדערט אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור פֿון ייִדישער יוגנט, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די גאַנצע וועלט. און איצט, נאָך אַלעמען, האַלטן זייערע אייניקלעך אין איין צונויפֿשטוקעווען פֿראַגמענטן פֿון די משפּחה־זכרונות, אַלט־פֿאַרגעסענע צײַטונגען און אַרכיוואַלע דאָקומענטן. פֿון דעם אַלעמען ווערט בהדרגה געשאַפֿן אַ בילד פֿון אַן עבֿר, פֿולגעפּאַקט מיט אומגלויבלעכע אַוואַנטורעס, עליות און ירידות. Simon Geisbühler. Like Shells on a Shore: Synagogues and Jewish Cemeteries of Northern Moldavia. Bern: Projekt 36, 2010. "דאָס ייִדישע לעבן איז דאָס, וואָס ס׳אינטערעסירט מיך", שרײַבט דער שווייצער דיפּלאָמאַט סימאָן גײַסבילער אינעם אַרײַנפֿיר צו זײַן בוך וועגן ייִדישע דענקמעלער און היסטאָריקער פֿון צפֿון־מאָלדאָווע. ער האָט פֿאַרפֿאַסט דאָס דאָזיקע בוך בעת זײַן דינסט אין דער שווייצער אַמבאַסאַדע אין בוקאַרעשט צווישן 2007 און 2010. דעמאָלט האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך די פֿאַרגעסענע און פֿאַרוואָרפֿענע וועלט פֿון מאָנומענטאַלער ייִדישער קונסט, וואָס איז אַזוי רײַך פֿאָרגעשטעלט אין רומעניע, בעסאַראַביע, מאָלדאָווע, טראַנסילוואַניע, בוקאָווינע, פּאָדיליע; אין יענע היסטאָרישע געגנטן, וווּ עס האָט אַ מאָל געקלאַפּט דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט איז עס אַ הפֿקר־לאַנד אין אייראָפּע. די ייִדישע שפּראַך האָט אַן אייגנאַרטיקן כּוח־הזכּרון. דעריבער ווערן אָפּגעהיט געאָגראַפֿישע באַגריפֿן פֿון די אַלטע צײַטן, וואָס זײַנען שוין לאַנג אָפּגעמעקט געוואָרן פֿון דער מאַפּע. למשל, די ייִדישע "ליטע" איז אַ סך ברייטער, איידער די איצטיקע ליטווישע רעפּובליק, און נעמט אַרײַן היפּשע טיילן פֿון ווײַסרוסלאַנד און צפֿון־אוקראַיִנע, וואָס זײַנען אַמאָל געווען אין באַשטאַנד פֿונעם ליטווישן גרויס־פֿירשטנטום. גאָר אַנדערש איז דער ענין גאַליציע. אין תּוך גענומען, איז גאַליציע ניט קיין היסטאָרישער באַגריף. ווען די האַבסבורג־אימפּעריע האָט אָפּגעשניטן אַ שטיק פּוילישע טעריטאָריע אין 1772, בעת דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן, האָט מען געדאַרפֿט צוטראַכטן אַ פּאַסיקן נאָמען פֿאַר אָט דעם נײַעם קרוין־לאַנד. איז מען אין ווין געפֿאַלן אויף אַ המצאה אָנצורופֿן די נײַע פּראָווינץ לויט דעם נאָמען פֿון די אַלטרוסישע פֿירשטנטומער פֿון האַליטש און לודמיר (וולאַדימיר־וואָלינסקי). עס האָט זיך באַקומען אַ "קיניגרײַך פֿון גאַליציע און לאָדאָמעריע", כאָטש היסטאָריש האָט אַזאַ קיניגרײַך קיינמאָל ניט עקזיסטירט. עד־היום פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געשיכטע פֿון ייִדישער קונסט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די סיבות דערצו זײַנען סײַ פֿונעם מעטאָדאָלאָגיש־טעאָרעטישן, סײַ פֿונעם פּראַקטישן מין. פֿון איין זײַט, איז עס ניט קלאָר, ווי אַזוי צו באַשטימען ייִדישקייט אין קונסט. אַוודאי זײַנען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ סך ייִדישע קינסטלער, אָבער צי איז עס באַרעכטיקט צו פֿאַראייניקן זיי אַלע אונטער דער רובריק "ייִדישע קונסט"? אַזאַ צוגאַנג קאָן אַפֿילו פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַן אַנטיסעמיטישער, אָדער פֿאַרקערט — אַ נאַציאָנאַליסטישער — בפֿרט, ווען מען וויל דורכפֿירן אַ מחיצה צווישן דער "רוסישער" און דער "ניט־רוסישער" קונסט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען עד־היום ניט קיין פֿאַרלאָזלעכן קאָרפּוס פֿון די קונסטווערק, וואָס וואָלטן געווען מעגלעכע קאַנדידאַטן אויף אַ פּאָזיציע אין אַזאַ מין געשיכטע. דאָס רובֿ פֿון זיי געפֿינען זיך אין פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד און אין אַנדערע לענדער. אָבער אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם, ווי אַזוי וואָלט מען געקאָנט אָנשרײַבן די דאָזיקע געשיכטע, וואָלט טאַקע געווען מעגלעך. מען קאָן אָנהייבן פֿון די קינסטלער, וואָס געהערן בלי־ספֿק צו דעם "קרן" פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קונסט. צו זיי געהערן: תּנחום קאַפּלאַן, הערש אינגער, דמיטרי ליאָן, מאיר אַקסעלראָד, מענדל גאָרשמאַן. זיי אַלע דערווײַזן אַ געוויסע סטיליסטישע קרובֿהשאַפֿט מיט דער קינסטלערישער טראַדיציע פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד, וואָס האָט אויפֿגעבליט אין סאָוועטן־לאַנד גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע. אין דעם סאַמע ברען פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין ליביע זײַנען אַרויסגעשוווּמען נײַע טשיקאַווע פּרטים פֿון אַן אַנדערער אָפּעראַציע, וואָס די בריטישע רעגירונג האָט דורכגעפֿירט אין פּעטראָגראַד אין 1918. עס גייט אַ רייד וועגן אַ ניט־געלונגענעם פּרוּוו אומצוברענגען לענינען און אַראָפּצוּוואַרפֿן די באָלשעוויסטישע מאַכט. וועגן דעם האָט לעצטנס דערציילט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון "בי־בי־סי". וואָס זשע קאָן מען לערנען פֿון אָט דער געשיכטע? די פֿראַגע, וואָס פֿאַרנעמט די הײַנטיקע פּאָליטישע אַנאַליטיקער, איז אַן אַלטע׃ ווי ווײַט קאָן אַ מערבֿדיקע רעגירונג גיין אין איר קאַמף קעגן אַנדערע לענדער, ניט דערקעלערנדיק אַן אָפֿיציעלע מלחמה? דאָ שפּילט אַ ראָלע דער היסטאָרישער פּרעצעדענט. אויב אין 1918 האָט די בריטישע רעגירונג טאַקע יאָ געהאַט בדעה צו באַזײַטיקן לענינען בסוד, קאָן מען ניט אויסשליסן אויך הײַנט, אַז מען האָט טאַקע בדעה אומצוברענגען קאַדאַפֿי? דער אַלטער חשד האָט לעצטנס באַקומען אַ נײַע ראַיה. דער באַקאַנטער ענגלישער היסטאָריקער פֿון רוסלאַנד, ראָבערט סערוויס, האָט אַנטדעקט אַ דאָקומענט, וואָס וואַרפֿט אַ נײַע שײַן אויף דער אַלטער מעשׂה.
Samuel Heilman and Menachem Friedman.
אין אַ שיינער מעשׂה "אַ שקלאָווער לבֿנה אויף אַרבאַט" דערציילט דער סאָוועטישער ייִדישער שרײַבער שמואל גאָדינער די לעבנס־געשיכטע פֿון אַן עלטערן ליובאַוויטשער חסיד, וואָס פֿאַרקויפֿט פּאַפּיראָסן אויף דער מאָסקווער גאַס. דער חסיד דערמאָנט זײַן באַזוך בײַם רבין, וואָס איז אָקערשט אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין ריגע׃ "רבי, — זאָג איך צו אים, — מאָסקווע פֿאַרלאַנגט איר זאָלט דאָ בלײַבן, מיר זאָלן ניט זײַן אָפּגעשיידט פֿון אײַך. ענטפֿערט ער מיר׃ — זאָג מאָסקווע, אַז איך וויל זיי זאָלן זײַן מיט מיר. גשמיות איז בלאָטע און אין רוחניות איז ניט שײַך אָפּגעשיידט." די דאָזיקע דערציילונג איז אָנגעשריבן געוואָרן אין 1928, גלײַך נאָך דעם אַרעסט און עמיגראַציע פֿונעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבי, ר׳ יוסף יצחק. דאָס איז געווען די צײַט, ווען אַ סאָוועטישער שרײַבער האָט נאָך געמעגט דערמאָנען אַזעלכע ענינים אין דרוק, און דערצו נאָך מיט אַן איראָנישן שמייכל. דעם רבינס ווערטער, "גשמיות איז בלאָטע און אין רוחניות איז ניט שײַך אָפּגעשיידט", פֿאַרסך־הכּלען די אידעע, וואָס וועט שפּעטער ווערן דער יסוד סײַ פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע, סײַ פֿון דער פּראַקטישער טעטיקייט פֿון דער חב״ד־באַוועגונג.
Edmund deWaal.
דער נאָמען עפֿרוסי איז אַ מאָל געווען ווײַט באַקאַנט אין אָדעס. איסאַק באַבעל האָט זיי אָנגערופֿן "פֿילאָסאָפֿישע הולטײַען, באַשעפֿער פֿון רײַכטימער און פֿון אָדעסער אַנעקדאָטן" — צוזאַמען מיט די העסענס און די אַשכּנזיס, די ייִדישע סוחרישע משפּחות, וואָס זײַנען געקומען פֿון וואָלין, פּאָדאָליע און גאַליציע און האָבן געמאַכט גרויסע פֿאַרמעגנס פֿון תּבֿואה־האַנדל. די עפֿרוסיס זײַנען אַריבער קיין אָדעס פֿון בערדיטשעוו אינעם מיט־19טן יאָרהונדערט, פּונקט אין דער צײַט פֿון דער ירידה פֿון בערדיטשעווער האַנדל און פֿונעם אויפֿקום פֿון אָדעס. די 1860ער יאָרן זײַנען געווען זייער אַ גוטע צײַט פֿאַר ייִדישע סוחרים אין אָדעס. ווי רוסישע בירגער, האָבן זיי באַקומען געוויסע פּריווילעגיעס און האָבן געקאָנט אַרויסשטויסן זייערע גריכישע, איטאַליענישע און פֿראַנצויזישע קאָנקורענטן פֿונעם סאַמע לוינעוודיקן מין האַנדל, דעם תּבֿואה־עקספּאָרט. אַ ראַיה געפֿינט מען ווידער בײַ באַבעלן, וועלכער דערמאָנט, אַז עפֿרוסי פֿאַרקויפֿט תּבֿואה קיין מאַרסעל. |