ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעמיאַן קודריאַווצעוו,
"די צווילינג־ברידער".
סאַנקט־פּעטערבורג,
"אַמפֿאָראַ", 2008.


דער אָנהייב פֿונעם ראָמאַן איז ענלעך צו "קינדער פֿון חצות" פֿון סאַלמאַן ראַשדי׃ די צוויי צווילינג־ברידער ווערן געבוירן פּונקט אין דעם מאָמענט, ווען עס ווערט פּראָקלאַמירט אַ נײַע מלוכה. אין ביידע פֿאַלן גייט עס וועגן אַ מלוכה, וואָס קומט אויף פֿון די חורבֿות פֿון דער בריטישער אימפּעריע, אינדיע אָדער ישׂראל. אָבער דער רוסישער ראָמאַן הייבט זיך אָן ניט אין ישׂראל נאָר אין אָדעס, און זײַנע העלדן קומען קיין מאָל ניט אין זייער "היסטאָרישן היימלאַנד". פֿון דעסטוועגן שפּילט מדינת־ישׂראל אַ מכריעסדיקע ראָלע אין קודריאַווצעווס ראָמאַן.

די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן שפּרינגט כּסדר איבער צײַטן און ערטער, און איז פֿול געפּאַקט מיט כּלערליי אַוואַנטורעס. אָנגעשריבן מיט קורצע זאַצן, מיט אינעווייניקע גראַמען און אַ קלאָרן ריטעם, לייענט זיך דער דאָזיקער טעקסט, ווי אַ מין פּאָעטישער סיפּור־המעשׂה, וואָס דערציילט די מאָדערנע געשיכטע אויף אַן עפּיש־מיטאָלאָגישן שטייגער. פֿון איין זײַט, זײַנען די העלדן געוויינטלעכע ייִנגלעך, וואָס וואַקסן אויף אין דער האַלב־קרימינעלער סבֿיבֿה פֿון דער נאָכמלחמהדיקער אָדעסע. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען זיי סימבאָלישע פֿיגורן, גילגולים פֿון פֿאַרשידענע מיטאָלאָגישע צווילינג־פֿיגורן, אַזעלכע ווי קין און הבֿל, יצחק און ישמעאל, יעקבֿ און עשׂו.

הגם די צווילינג־ברידער לעוו און געאָרגי זײַנען אין איין עלטער מיט מדינת־ישׂראל, געהערט דער ראָמאַן צו דעם נײַעם מין רוסיש־ייִדישער גלות־ליטעראַטור, וואָס האָט זיך באַוויזן נאָך דעם צוזאַמענפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. קודריאַווצעוו דערציילט וועגן זיך׃ "איך געהער צו דעם דור פֿון די 1990ער יאָרן. עטלעכע מאָל בין איך געפֿאָרן אַרבעטן אין פֿאַרשידענע לענדער, בפֿרט קיין ישׂראל און ענגלאַנד. געבוירן אין לענינגראַד [אין 1971], האָב איך אין צווישן פֿון מײַן אַרומפֿאָרן איבער פֿאַרשידענע לענדער געלעבט אין מאָסקווע".

הײַנט פֿאַרנעמט ער דעם חשובֿן פּאָסטן פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער פֿאַרלעגערישער פֿירמע "קאָמערסאַנט", וואָס לאָזט אַרויס איינע פֿון די וויכטיקסטע רוסישע צײַטונגען מיט עטלעכע טעמאַטישע בײַלאַגעס (צווישן זיי דער באַרימטער זשורנאַל "אָגאָניאָק") און האָט אַן אייגענע ראַדיאָ־סטאַנציע און אַ טעלעוויזיע־קאַנאַל. מען האַלט, אַז פֿאַר זײַן קאַריערע אין זשורנאַליסטיק און מעדיאַ־ספֿערע, האָט ער צו באַדאַנקען דעם ביליאָנער באָריס בערעזאָווסקין, מיט וועמען קודריאַווצעוו האָט מיטגעאַרבעט נאָך זײַן אומקער קיין רוסלאַנד סוף 1990ער יאָרן.

קודריאַווצעוו איז איינער צווישן די נײַע רוסישע אונטערנעמער, וועלכע האָבן יונגערהייט געמאַכט אַן עליה, זיך געדרייט אין ישׂראל, אָבער אין אַ פּאָר יאָר אַרום דערזען, אַז גרויסע געשעפֿטן ווערן געמאַכט ניט אין ישׂראל נאָר אין רוסלאַנד. זיי האָבן צוריקגעבראַכט מיט זיך די נײַע דערפֿאַרונג און קענטענישן פֿון דער מערבֿדיקער מאַרק־עקאָנאָמיע, וואָס האָט זיי געהאָלפֿן צו געפֿינען זייער ווינקל אין דער רוסישער געשעפֿטן־וועלט.

אין די 1990ער יאָרן האָט זיך אין רוסלאַנד איבערגעחזרט די זעלביקע מעשׂה ווי מיט 100–150 יאָר צוריק׃ דעמאָלט האָבן די אויפֿגעקומענע גבֿירים פּאָליאַקאָוו, גינזבורג און בראָדסקי געהאַט הצלחה דווקא אין נײַע עקאָנאָמישע ספֿערעס׃ קרעדיטן, אײַזנבאַנען און צוקער. הײַנט האַנדלט מען מיט רעקלאַמע, אינטערנעץ און עלעקטראָנישער מעדיאַ.

דעמיאַן קודריאַווצעוו
דעמיאַן קודריאַווצעוו

אָבער להיפּוך צו זייערע פֿאָרגייער האָבן אייניקע הײַנטיקע רוסיש־ייִדישע אונטערנעמער דווקא קינסטלערישע אַמביציעס. קודריאַווצעוו האַלט, אַז ליטעראַטור איז ענלעך צו ביזנעס, ווײַל ביידע באַשעפֿטיקונגען דערמעגלעכן דעם מענטשן זיך אויסצודריקן; און אַזוי האַלט מסתּמא ניט ער אַליין. ליטעראַטור אין רוסלאַנד הײַנט־צו־טאָג מעג ניט זײַן אַ גוט געשעפֿט, אָבער דאָס איז אַ פּאָפּולערע באַשעפֿטיקונג פֿאַר דערפֿאָלגרײַכע אונטערנעמער.

דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מאָנאָלאָג פֿונעם ייִנגערן צווילינג־ברודער, וואָס שפּילט די ראָלע פֿון "הבֿל". ער רעדט צו זײַן ברודער "קין". אָבער, ווי עס דערקלערט דער מחבר, "ער רעדט מיט זײַן קאָפּיע, און דערפֿאַר קערן זיך זײַנע ווערטער אום תּמיד צוריק צו אים". די ברידער זײַנען אין גאַנצן אויסגעטראַכטע געשטאַלטן, ריין ליטעראַרישע באַשעפֿענישן, וואָס האָבן ניט קיין רעאַלע פּראָטאָטיפּן. קודריאַווצעוו האַלט ניט פֿון דער ליטעראַטור, וואָס שעפּט מאַטעריאַל פֿונעם מחברס פּערזענלעכן לעבן. ער קאָנסטרויִרט זײַנע ליטעראַרישע געשטאַלטן ניט ווי בשׂר־ודמס, נאָר ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון מאָדערנע אידעאָלאָגישע, פּאָליטישע און סאָציאַלע אייגנשאַפֿטן.

דער טעקסט איז אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי ליטעראַרישע רמזים. עס קומען אויפֿן געדאַנק אַזעלכע נעמען ווי סאַלמאַן ראַשדי, גאַבריעל גאַרסיִאַ מאַרקעס, ערנעסט העמינגוויי, לוּי־פֿערדינאַנד סעלין, און בפֿרט מאיר שלוו, וואָס איז הײַנט דער סאַמע פּאָפּולערער ישׂראלדיקער שרײַבער אין רוסלאַנד. "איך האָב אויפֿגענומען שלוון בעל־פּה אויף עבֿרית נאָך איידער איך האָּב אים איבערגעלייענט אויף רוסיש", זאָגט קודריאַווצעוו. "ער געהערט צו דעם פֿריִערן ייִדישן דור, וואָס האָט אויסגעקליבן זײַנס. מיר האָבן אויסגעקליבן עפּעס אַנדערש."

לויטן סטיל און קאָמפּאָזיציע דערמאָנט קודריאַווצעווס ראָמאַן אַלעקסאַנדער מאָטילס ראָמאַן "אַ ייִד, וואָס איז געווען אַן אוקראַיִנער", וועלכן איך האָב רעצענזירט אין "פֿאָרווערטס" פֿאַרן 7טן אָקטאָבער). ביידע מחברים שילדערן אַ גראָטעסקן אַנטי־העלד, וואָס טראָגט אין זיך די סתּירות פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, און לאָזן אים וואַנדערן דורך לענדער און ימען פֿון דער מאָדערנער וועלט.

ייִדישקייט פֿאַרנעמט אין אַזאַ סכעמע אַן אייגנאַרטיק אָרט. זי שטעקט אינעם קערן פֿון אַלע מאָדערנע קאָנפֿליקטן. דער חורבן, די קאָנפֿליקטן אַרום מדינת־ישׂראל, די רעוואָלוציעס און די רעליגיעזע מלחמות — אַלץ האָט אַזוי אָדער אַנדערש אַ שײַכות צו ייִדן, און מען האַלט זיי אָדער פֿאַר קרבנות, אָדער פֿאַר שולדיקע, אָדער פֿאַר ביידע גלײַך. עס איז ניט צופֿעליק, אַז קודריאַווצעווס ראָמאַן ענדיקט זיך מיט דער קאַטאַסטראָפֿע פֿון 9/11, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט די "צווילינג"־וואָלקנקראַצערס. אַזוי אַרום קומט אַרויס אַ נײַער גילגול פֿונעם "אייביקן ייִד", אַ געשפּענסט, וואָס דינט ווי אַ ליטעראַרישע כּלי צו שילדערן דאָס פֿינצטערע בילד פֿון דער הײַנטצײַטיקער וועלט. "די צווילינג־ברידער" איז אַן עפּישער, מיטאָלאָגישער ראָמאַן, אָנגעשריבן אין אַ קאָמפּאַקטער דיכטערישער פֿאָרעם. "איך האָב אָנגעשריבן אַ ׳ייִדישן ראָמאַן׳, וואָס מען דאַרף באַטראַכטן אינעם רוסישן קאָנטעקסט", זאָגט דער מחבר.