ליטעראַטור


סעלים כאַן–מאַגאָמעדאָוו.

לאַזאַר חדקל.

מאָסקווע, "רוסקי אַוואַנגאַרד", 2008

דער רוסישער אַוואַנגאַרד איז אַדורך דרײַ היסטאָרישע תּקופֿות. זײַן מעשׂה־בראשית איז געווען דער רעוואָלוציאָנערער אימפּעט פֿון באַשאַפֿן אַ נײַע וועלט. דערנאָך איז געקומען די צײַט פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס, און דער אַוואַנגאַרד איז פּסול געוואָרן ווי "פֿאָרמאַליזם". דער נײַער אינטערעס צו דער אַוואַנגאַרדיסטישער ירושה האָט זיך האָט זיך צוריק באַווויזן אין די 1960ער יאָרן, אָבער ערשט אין די 1990ער יאָרן איז די דאָזיקע קונסט אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע תּקופֿות אין דער רוסישער קונסט־געשיכטע.
דער גורל פֿון אליעזר חדקל (כידעקעל, 1904—1986) קאָן דינען ווי אַן אילוסטראַציע פֿון דער דאָזיקער פּשוטער סכעמע. געבוירן אין וויטעבסק אין דער משפּחה פֿון אַ מוליער, האָט ער געהאַט אַ גוטן מזל צו לערנען זיך בײַ אַזעלכע באַרימטע מײַסטער ווי שאַגאַל, מאַלעוויטש און ליסיצקי. אָבער אין אונטערשיד צו זײַנע ייִדישע לערער, האָט חדקל קיין מאָל ניט געהאַט קיין אינטערעס צו ייִדישער קונסט. לויטן עלטער האָט ער געהערט צו דעם דור, וואָס איז אין גאַנצן אויסגעפֿורעמט געוואָרן דורך דער רעוואָלוציע, און זײַן שאַפֿונג פֿאַרמאָגט ניט קיין נאַציאָנאַלע קאָלירן.

שוין אינעם עלטער פֿון זעכצן יאָר איז חדקל געוואָרן איינער פֿון די דעה־זאָגער פֿון סופּרעמאַטיזם, אַ נײַער ראַדיקאַלער קונסטסטיל, וואָס זײַן ציל איז געווען גובֿר צו זײַן וועלכער ניט איז אימיטאַציע אין קונסט און שאַפֿן אַ נײַע, ריין־פֿאָרמעלע קונסט־שפּראַך פֿאַר דער אוטאָפּישער צוקונפֿט. חדקל האָט גענומען די פּרינציפּן פֿון זײַנע לערער ליסיצקי און מאַלעוויטש און זיי פֿאַרווירקלעכט אין אַרכיטעקטור. זײַנע יוגנטלעכע פּראָיעקטן זײַנען גאָר פֿאַנטאַסטישע׃ ער האָט אויסגעטראַכט גאַנצע שטעט, וואָס פֿליִען אין דער לופֿט, מיט גאַסן און לאַנגע שמאָלע גראָדעקיקע געבײַדעס.
ער האָט ממשיך געווען זײַן בילדונג אין לענינגראַד, אָבער ווען ער האָט באַקומען דעם דיפּלאָם, זײַנען די צײַטן שוין געווען אַנדערש. ער האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צו די נײַע פֿאָדערונגען און באַהערשט דעם מאָנומענטאַלן נעאָ־קלאַסישן סטאַליניסטישן סטיל. חדקל האָט פּראָיעקטירט שווערע און סטאַטעטשנע עפֿנטלעכע געבײַדעס. צווישן זײַנע ווערק זײַנען שולן, קלובן, אינסטיטוטן און אַ קינאָ–טעאַטער אין לענינגראַד. ער האָט זאָרגעוודיק אָפּגעהיט אין זײַן אַרכיוו די אַוואַנגאַרדיסטישע "חטאת־נעורים" זײַנע, אָבער ער האָט מורא געהאַט זיי צו לאָזן פֿאַרעפֿנטלעכן אַפֿילו אין די "וועגעטאַרישע" 1970ער יאָרן, ווען די אידעאָלאָגישע שטורעמס אַרום פֿאָרמאַליזם זײַנען שוין לאַנג געווען פֿאַרבײַ.
פּראָפֿעסאָר סעלים כאַן-מאַגאָמעדאָוו, וועלכער איז געשטאָרבן הײַיאָר אין מײַ, איז געווען אַן ענציקלאָפּעדישער קענער פֿונעם סאָוועטישן אַוואַנגאַרד. ווי איינער פֿון די ערשטע פֿאָרשער פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה, האָט ער זיך גענומען פֿאַר זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַר זײַן אַרומנעמיקן היסטאָרישן פּראָיעקט נאָך אין דער צײַט, ווען אייניקע פֿון די קינסטלער זײַנען נאָך געווען לעבעדיק. די סאָוועטישע מוזייען האָבן דעמאָלט ניט געהאַט קיין אינטערעס צו זייער קונסט, און דאָס רובֿ מאַטעריאַלן איז נאָך געווען אין פּריוואַטן רשות. די איינציקע מעגלעכקייט פֿאַר כאַן־מאַגאָמעדאָוון צו פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע פֿאָרשונגען איז געווען אין מיזרח־דײַטשלאַנד, וווּ די טראַדיציעס פֿון "באַוהאַוס" האָט נאָך פֿאַרמאָגט אַ געוויסן פּרעסטיזש.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט אַן אויפֿגעקומענער רוסישער גבֿיר סערגיי גאָרדייעוו באַשלאָסן צו שטיצן אַ פֿאָנד געווידמעט דעם רוסישן אַוואַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן. צווישן פֿאַרשידענע פּראָיעקטן זײַנע איז די פּובליקאַציע פֿון עטלעכע ביכער־סעריעס אויף דער דאָזיקער טעמע. און אַ פּאָר טוץ פֿון די דאָזיקע ביכער זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן דורך כאַן־מאַגאָמעדאָוו. ווײַט ניט אַלע פֿון זיי זײַנען אַרויס, און מען וואַרט מיט אומגעדולד אויף מאָנאָגראַפֿיעס וועגן אַזעלכע ייִדישע קינסטלער ווי יצחק ראַבינאָוויטש און אָסיפּ צאַדקין.
די הײַנטיקע מאָדע אויפֿן רוסישן אַוואַנגאַרד האָט פֿאַרשידענע פּועל־יוצאס. ערשטנס, עס האַלטן אין איין וואַקסן די פּרײַזן אויף זייערע ווערק. ביז לעצטנס האָבן זיך די דאָזיקע ווערק געוואַלגערט ערגעץ אין אַלקערן און קעלערן בײַ זייערע משפּחות. און אַזוי ווי מערסטנטייל זײַנען די דאָזיקע צייכענונגען און סקיצעס ניט געווען דאָקומענטירט, באַווײַזן זיך אויף דעם מאַרק כּלערליי פֿעלשונגען, וואָס צומאָל ווערן זיי געקויפֿט דורך אָנערקענטע מוזייען און זאַמלערס. כאַן־מאַגאָמעדאָוו טענהט, אַז מען האָט אַפֿילו אַרויסגעלאָזט אַן אויסשטעלונג־קאַטאַלאָג, וואָס באַשטייט כּמעט אין גאַנצן פֿון געפֿעלשטע ווערק פֿון חדקל.
אין די צוואַנציקער יאָרן האָט זיך חדקל באַטייליקט אין דעם אייגנאַרטיקן פּראָיעקט פֿון באַמאָלן פּאָרצעלײַענע טישגעשיר אין סופּרעמאַטיסטישן סטיל. מען האָט בדעה געהאַט צו ווײַזן, אַז סופּרעמאַטיזם קאָן באַהערשן אַלע מאַטעריאַלן. זײַן זון איז איצט ממשיך די דאָזיקע טראַדיציע אין אַמעריקע, הגם ניט צוליב אידעאָלאָגישע, נאָר צוליב קאָמערציעלע צוועקן. זײַנע "פּאָסט־סופּרעמאַטיסטישע" טאַצן און שיסלען האָבן די פֿאָרעם פֿון זײַן פֿאָטערס אַרכיטעקטורישע פֿאַנטאַזיעס פֿון די 1920ער יאָרן. אַזוי אַרום איז דער אַמביציעזער פּראָיעקט פֿון מאַכן אַ רעוואָלוציע אין קונסט געקומען צו זײַן סוף. איצט קאָן מען נעמען אַ פּראָיעקט פֿון אַ קאָסמישער געבײַדע אין דער האַנט און טרינקען דערפֿון קאַווע.