דער צווייטער טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה, “שמות", וועלכן מיר האָבן אָנגעהויבן לייענען די פֿאַרגאַנגענע וואָך, הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי יעקבֿס משפּחה האָט זיך באַזעצט אין מצרים. מיט דער צײַט, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד געשטיגן און געוואָרן שטאַרקער; דער נײַער מיצרישער קיניג, וועלכער האָט נישט אָנערקענט יוספֿס פֿאַרדינסטן פֿאַר זײַן מלוכה, האָט באַשלאָסן, אַז די ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿרעמדע סכּנותדיקע גרופּע.
אַלע ייִדישע שבֿטים, אַחוץ דעם שבֿט־לוי, זענען פֿאַרשקלאַפֿט געוואָרן. פּרעהס אַנטי־ייִדישע רדיפֿות האָבן זיך אָבער נישט אָפּגעשטעלט אויף דעם; ער האָט באַפֿוילן אומצוברענגען אַלע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגלעך, אַרײַנגערעכנט די לוויים, ווײַל ער האָט מורא געהאַט, אַז צווישן די ייִדן וועט אויפֿקומען אַ נײַער מנהיג, וועלכער וועט זיי באַפֿרײַען פֿון שקלאַפֿערײַ. נישט געקוקט אויף דער דאָזיקער גזירה, איז אַזאַ מנהיג — משה — טאַקע געבוירן געוואָרן; פּרעהס אייגענע טאָכטער, בתיה, האָט אים געראַטעוועט און אויפֿגעהאָדעוועט.
יוסף ווערט באַטראַכט ווי אַ קלאַסישער מוסטער פֿון אַ גרויסן צדיק און אַ סימבאָל פֿון צידקות, דערפֿאַר ווערט ער באַטיטלט "יוסף־הצדיק" אין דער ייִדישער טראַדיציע. במשך פֿון זײַן פֿירערשאַפֿט ווי אַ מיצרישער שני־למלך, האָט ער זיכער געמיינט לשם־שמים און געהאַט די בעסטע כּוונות. פֿונדעסטוועגן, איז דאָס עצם־שײַכות מיט דער מאַכט אַ סכּנותדיקע שפּיל, ווי עס ווערט דערקלערט אין פּרקי־אָבֿות. מע קאָן זאָגן, אַז די אַקטיווע באַטייליקונג אין דער מאַכט־סיסטעם פֿון אַ לאַנד מיט אַ שטרענגער היעראַרכיע־פּיראַמיד האָט, צום סוף, גורם געווען דעם חשד מצד דעם נײַעם פּרעה, וואָס צוליב יוספֿס הויכער מאַכט־פּאָזיציע, איז זײַן פֿאָלק פֿאַרשקלאַפֿט געוואָרן.
די תּורה ווײַזט אונדז די סתּירותדיקע נאַטור פֿון מלוכה־היעראַרכיעס, וועלכע אַנטפּלעקט זיך, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, ביזן הײַנטיקן טאָג. די אונטערגעדריקטע און פֿאַרשקלאַפֿטע גרופּעס ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי כּלומרשט די מעכטיקסטע און די סכּנותדיקסטע. פֿאַרשיידענע רעכטע פּאָליטיקער פּרוּוון צו מאַכן שווערער פֿאַר די אימיגראַנטן און אַנדערע "פֿרעמדע" צו האָבן קינדער; אויב אַ געוויסן פֿאָרשטייער פֿון אַ "פֿרעמדן" באַפֿעלקערונג־טייל גיט זיך אײַן צו באַקומען אַ הויכע מאַכט־פּאָזיציע, קאָן ער אויסגענוצט ווערן, צוזאַמען מיט זײַן פֿאָלק, ווי אַ "פּעשקע" אין אַן אומיושרדיקער פּאָליטישער שפּיל.
ס׳איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטע חילוקי־דעות צווישן די חז״ל, צי דער אַכזריותדיקער מיצרישער קיניג, וועלכער האָט נישט אָנערקענט יוספֿס פֿאַרדינסטן, איז טאַקע געווען אַ אַנדער מענטש, אָדער דער זעלבער פּרעה, וועלכער האָט פּלוצעם געביטן זײַן באַציִונג לגבי ייִדן. ווי מיר האָבן דאָס שוין באַהאַנדלט אין די פֿאָריקע פּרשיות, זענען מענטשן בייגעוודיקע באַשעפֿענישן, וועלכע האָבן זייער אָפֿט אַ טענדענץ צו בײַטן זייערע מיינונגען און פּאָליטישע האַנדלונגען. מע קאָן זאָגן, אַז אַ מענטש, וועלכער האָט געביטן זײַנע דעות און לעבנס־שטייגער איז טאַקע אַן אַנדער מענטש, הגם ער טראָגט דעם זעלבן נאָמען. הגם מע קאָן זאָגן, אַז די נעמען זענען בלויז ווערטער, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿיזישע פּערזענלעכקייטן, זענען זיי, פּאַראַדאָקסיש, מער סטאַביל. אַ מענטש בײַט זיך כּסדר, אָבער זײַן נאָמען בלײַבט, געוויינטלעך, דער זעלבער. מיט אַנדערע ווערטער, באַצייכנט דער נאָמען אַ געוויסן שטענדיקן עצם — אַ רעאַלן אָדער אַן אילוזאָרישן — וועלכער שטעקט אינעם מענטש גופֿא, נישט געקוקט אויף אַלע פּערזענלעכע בײַטן.
אין דער פֿאָריקער פּרשה, “שמות", האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז זײַן נאָמען איז "אהי־ה אשר אהי־ה" — “איך בין וואָס איך בין". די דאָזיקע פֿראַזע איז אַ וווּנדערלעכע אילוסטראַציע פֿון דעם, ווי אַזוי נעמען באַצייכענען די אָביעקטן. אַ מענטש קאָן זיך אינגאַנצן בײַטן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים און פֿאָרט הייסט ער נאָך אַלץ ראובֿן אָדער שמעון; זײַן נאָמען איז אַן אַבסטראַקטער צייכן, וועלכער זאָגט כּמעט גאָרנישט וועגן דעם מצבֿ, כאַראַקטער אָדער אויסזען פֿון דער באַצייכנטער פּערזאָן. “איך בין וואָס איך בין, אָבער הייסן הייס איך אַזוי־און־אַזוי".
אינעם דערמאָנטן ג־טלעכן נאָמען ווערט אָבער אַנטפּלעקט אַ פֿאַרקערטער ענין. דאָס אַבסאָלוטע עצם פֿונעם וועזן קאָן זיך נישט בײַטן, ווײַל יעדע בײַטעוודיקע זאַך איז אַ רעלאַטיווע, און נישט אַבסאָלוטע. פֿון דער צווייטער זײַט, איז יעדע זאַך, וואָס דער מענטשלעכער שׂכל קאָן פֿאָרשטעלן, תּמיד אַ רעלאַטיווע, ווײַל אַן אַנדער מענטש קאָן אויפֿנעמען די זעלבע זאַך אינגאַנצן אַנדערש. דער אַבסאָלוט אַליין קאָן נישט אָנגערופֿן ווערן מיט קיין קאָנקרעטן נאָמען, אָבער ער שטעקט תּמיד הינטער דעם עצם־פּראָצעס פֿונעם שטרעבן אים צו באַגרײַפֿן.
ווען דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משהן אין אַ ברענענדיקן קוסט אויפֿן באַרג סיני, האָט משה פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז זײַן אוניקאַלע, טיף־פּערזענלעכע השׂגה פֿון ג־טלעכקייט. ווען משה האָט דערזען דאָס הייליקע פֿײַער, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז הגם דעם עצם־אַבסאָלוט קאָן מען נישט זען, קאָן ער אַנטפּלעקט ווערן צו אַ מענטש אין אַזאַ פֿאָרעם, וואָס שטימט מיט זײַן אייגענעם אינערלעכן ג־טלעכן ליכט. קוקנדיק אויפֿן מיסטישן ברענענדיקן קוסט, האָט משה דערזען דאָס ג־טלעכע פֿײַער פֿון זײַן נשמה. אַזאַ דערפֿאַרונג לאָזט זיך נישט אויסדריקן מיט געוויינטלעכע ווערטער און נעמען; מע קאָן בלויז זאָגן, אַז די פּערזענלעכע ג־טלעכע השׂגה "איז וואָס זי איז", און דאָס איז גופֿא איר נאָמען.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט ווידער גערעדט מיט משהן, און דערקלערט אים, אַז ער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר אַבֿרהמען, יצחקן און יעקבֿן מיטן נאָמען "א־ל שד־י"; דער טיפֿערער שם־השם, “יוד־הא־וואָוו־הא", איז זיי אָבער נישט געווען באַקאַנט. פֿון די פֿריִערדיקע פּרשיות ווייסן מיר, אַז די ייִדישע אָבֿות האָבן זיך יאָ געווענדעט צו דעם באַשעפֿער מיט דעם דאָזיקן נאָמען; משה האָט אָבער משׂיג געווען די מדרגה פֿון ג־טלעכער אַנטפּלעקונג, וועלכע ווערט אַסאָציִיִרט מיטן באַקאַנטן שם־השם, אויף אַ העכערן און טיפֿערן אופֿן.
עס באַקומט זיך, אַז די ג־טלעכע נעמען באַצייכענען אויך עפּעס בײַגעוודיקס און רעלאַטיווס, אָבער אין אַן אַנדער זין. דער אַבסאָלוטער שורש פֿונעם וועזן, וואָס האָט נישט קיין נאָמען, אַנטפּלעקט זיך אין פֿאַרשיידענע מאָמענטן און אומשטענדן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים און מדרגות, דורך פֿאַרשיידענע וויזיעס, וועדליק דער אוניקאַלער פּערזענלעכקייט פֿונעם יחיד. הינטער דעם "האָריזאָנט" פֿון יעדער השׂגה באַהאַלט זיך אַ נײַע און אַ טיפֿערע. פֿונדעסטוועגן, שטעקט אין די פּערזענלעכע גײַסטיקע דערפֿאַרונגען אַ געוויסער אַלגעמיינער עלעמענט, וועלכער דערמעגלעכט זיי אָנצורופֿן מיטן זעלבן נאָמען.
זײַענדיק “באַוואָנפֿנט" מיט אַזאַ נײַער דערהויבענער השׂגה פֿון דער ג־טלעכער נאַטור פֿונעם וועזן, איז משה געווען בכּוח אָנצופֿירן מיטן גײַסטיקן קאַמף קעגן דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ.