- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישט נאָר פֿאָלקסלידער האָט מען געזונגען, נאָר אָריגינעלע ייִדישע לידער, געשאַפֿן פֿאַרן זומער־לאַגער. ווייניק פֿון די דאָזיקע לידער האָט מען רעקאָרדירט, און ס׳וואָלט אַוודאי געווען כּדאַי זיך צו טרעפֿן מיט די אַמאָליקע קעמפּער און די לידער פֿאַרשרײַבן. יענע וואָך האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פֿרוי וויקי מאַניס פֿון ריווערדייל, ניו־יאָרק, כּדי צו רעקאָרדירן די לידער, וואָס זי געדענקט פֿונעם קעמפּ "קינדערוועלט". דער קעמפּ איז געווען אַ טייל פֿונעם "ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און האָט זיך געפֿונען אין הײַלאַנד־מילס, ניו־יאָרק. דער שטח פֿונעם זומער־לאַגער האָט זיך געשטרעקט איבער 250 אַקער און דאָס לאַנד האָט מען געטיילט מיט דער "פֿאַרבאַנד"־קאָלאָניע פֿאַר דערוואַקסענע — "אונדזער קעמפּ". דאָס באַגעגעניש מיט פֿרוי מאַניס האָב איך אַראַנזשירט, נאָך דעם ווי איך האָב באַקומען אַ געזאַנג־ביכל פֿון "קינדערוועלט" פֿון די 1930ער יאָרן. זי האָט אָנגעקוקט דאָס ביכל און באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז זי איז געקומען אין קעמפּ עטלעכע יאָר שפּעטער ווי ווען דאָס ביכל איז אַרויס, און געקענט אַנדערע לידער. דער באַקאַנטער אַקטיאָר צבֿי סקולער איז אין די 1930ער יאָרן געווען דער דירעקטאָר פֿון "קינדערוועלט", אָבער נישט אין איר צײַט. דעם "קינדערוועלט־הימען", ווערטער פֿון אַ. מאיראָוויטש, מוזיק פֿונעם גרויסן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, האָט מען נאָך געזונגען אין אירע קעמפּ־יאָרן, און זי האָט דאָס פֿאַר מיר אויפֿגעזונגען. דער עלטסטער ייִדישער ליאַלקע־קינסטלער ווערט 100 יאָר אַלט מיט צוויי יאָר צוריק האָט דער ליאַלקע־קינסטלער נאָרבערט (נחמיה) בוכהאָלץ, בעסער באַקאַנט ווי נאַט נאָרבערט, צוזאַמענגעקליבן זײַנע דרײַ טוץ ליאַלקעס, און זיי אַרײַנגעזעצט אין קליינע וועגעלעך, וואָס ער האָט געניצט פֿאַר זיי אין זײַנע פֿאָרשטעלונגען. דערנאָך האָט ער זיי געשלעפּט צו דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "אַנטיק ראָוד שאָו" (פּרעזענטאַציע פֿון אַנטיקן), וווּ הונדערטער מענטשן ברענגען אַלטע אוצרות פֿון דער היים — צירונג, מעבל, אַלטע דאָקומענטן, — האָפֿנדיק, אַז די "מציאות" וואָס זיי האָבן געקויפֿט פֿאַר עטלעכע טאָלער בײַ אַן אויספֿאַרקויף, וועלן זײַן ווערט טויזנטער. בוכהאָלצעס זון און שנור האָבן אים געהאָלפֿן שלעפּן די קליינע וועגעלעך, און מענטשן האָבן געגאַפֿט אויף דעם בייזוווּנדער — צווישן די ליאַלקעס איז געווען "מיסטער וואָלסטריט", און ליאַלקעס פֿון באַקאַנטע האָליוווּדער אַקטיאָרן. ווען דער אָפּשאַצער און מבֿין פֿון שפּילעכלעך אויף דער פּראָגראַם האָט אים אויסגעפֿרעגט (http://www.pbs.org/wgbh/roadshow/archive/201003A08.html), האָט בוכהאָלץ דערציילט, ווי זײַן מומע אין ווין פֿלעג אים אַלע מאָל ברענגען צו דער ליאַלקע־שפּיל, און פֿון קינדווײַז אָן האָט ער זיך פֿאַרליבט אין זיי. פֿון ד״ר יאַנקו שעכטערס אַרײַנפֿיר־וואָרט (פֿריִער אָפּגעדרוקט אין "אויפֿן שוועל") דערוויסן מיר זיך אַ ביסל וועגן אליעזר פֿרענקעלס לעבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1920 אין פּאָדעלוי, לעבן יאַס. זײַן טאַטע איז געווען אַ מלמד. אין 1940 איז ער געווען אַ לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין אַן "אָרט"־שול אין יאַס, און האָט אַרויסגעגעבן אַ לערנבוך פֿאַר שפּראַך. אַפֿילו בעת דער מלחמה האָט ער אין דער זעלבער שטאָט ווײַטער געלערנט די ייִדישע ליטעראַטור און שפּראַך מיט אַ צאָל יונגע־לײַט. ער האָט מיטגעמאַכט די מלחמה אין יאַס און דערנאָך זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע", מיט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג בראָש. וואָס איז דאָס שײַכות צווישן וווּדי גאָטרי און די ייִדן? קודם־כּל איז זײַן ווײַב מאַרגאָ גאָטרי געווען די טאָכטער פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט (1888—1975), דיכטערין פֿון אַזוינע לידער ווי "פֿאָרט אַ פֿישער אויפֿן ים", "חלומען חלומות" און "חבֿיבֿהלע". הייסט עס, אַז וווּדיס קינדער זענען ייִדן, און זײַנע קינדער זענען געוואָרן גאַנץ באַקאַנט אין דער וועלט פֿון פֿאָלקמוזיק. דער זון אַרלאָ גאָטרי, אַ בן־דור פֿון באָב דילאָן, איז נאָך אַלץ פֿון די באַליבטסטע פֿאָלקזינגערס. די טאָכטער נאָראַ גאָטרי פֿירט אָן מיטן "וווּדי גאָטרי־אַרכיוו", אַ וויכטיקע זאַמלונג, צו וועלכער מיר וועלן זיך אין גיכן אומקערן. ייִדישע פּאָעזיע בײַם "פּאָעממאָביל" אָבער עס זענען געבליבן עטלעכע אַלטע שילן אויף דער איסט־סײַד. טייל האָט מען, צום באַדויערן, פֿאַרקויפֿט און איבערגעמאַכט פֿאַר אַנדערע צוועקן ווי די "פּײַק־גאַס־שיל" וואָס איז הײַנט אַ בודיסטישער טעמפּל. אָבער אין אַנדערע, ווי די סטאַנטאָן־גאַס־שיל, דאַוונט נאָך אַ מנין ייִדן, אַ דאַנק אַ נײַער כוואַליע יונגע ייִדן אין דער געגנט. די עלטסטע אַשכּנזישע סינאַגאָגע אין מאַנהעטן איז די עלדרידזש־גאַס־שיל, געבויט אין 1887. דאָס יאָר מערקט מען אָפּ דעם 125סטן געבוירן־טאָג! די פּרעכטיק שיינע סינאַגאָגע האָט מען במשך פֿון יאָרן רעסטאַוורירט און זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ מוזיי. צווישן די אַקטיוויטעטן פֿונעם מוזיי האָט מען יעדן סעזאָן אונטערנעמונגען, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער מוזיק. אין יוני, למשל, האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לעקטאָרן צו רעדן וועגן חיים גראַדע און י. באַשעוויס. הײַנט אַרבעטן צוויי יונגע ייִדיש־סטודענטן אין דער סינאַגאָגע איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש די אַלטע פּראָטאָקאָלן און פּינקסים. האָבן מיר זיך נישט געפֿוילט און געזוכט דאָס וואָרט "פֿאָלקלאָר" אין דער צײַטונג. קוים, קוים האָט מען עפּעס געפֿונען: אַן אַנאָנס פֿאַרן זשורנאַל "נאָענט און ווײַט" (1914), אין וועלכן פּינחס גראָובאַרד האָט געדרוקט זײַן פֿאָלקלאָר־זאַמלונג; אַן אָנאָנס אין 1932 וועגן דעם "שמואל לעהמאַן בוך" לכּבֿוד דעם וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסט, און אַן אַרטיקל פֿון יצחק בערנשטיין וועגן י. ל. פּרץ. ווען מע זוכט מאַטעריאַלן מיטן וואָרט "פֿאָלקסליד" באַווײַזט זיך נאָר איציק מאַנגערס איבערזעצונגען פֿון פֿאָלקסלידער בײַ אַנדערע פֿעלקער (1934). אַפֿילו די רובריק "פֿאָלקס־מעשׂה" רופֿט נישט אַרויס קיין סך אַרטיקלען. אָבער ווען מע זוכט אַזאַ פֿאָלקלאָרישע פּערזענלעכקייט ווי דער בדחן, אַנטדעקט מען אַ וועלט. די וועלט באַשטייט נישט פֿון אַקאַדעמישע, פֿאָרשערישע אַרטיקלען וועגן בדחנות, נאָר פֿון באַצאָלטע אַנאָנסן פֿאַר וואַרשעווער חתונה־זאַלן. גרויסע מציאות אויף חתונות האָט מען אַמאָל דאָרטן געקענט געפֿינען, למשל: "פֿאַר 3 רובל באַקומט מען מוזיק מיט פּיאַנע, אַ בדחן, טישן, בענק, געשיר, פּלאַץ פֿאַר 100 פּאַרשוין, אַ חופּה. נאָוואָליפּיע 66" [1916]. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָ מיינט מען 3 רובל אַ פּערזאָן. בײַ אַן אַנדער אַנאָנס שטייט "פֿאַר 1 רובל באַקומט מען כּלי־זמרים, אַ באַוווּסטן קאָמיקער אָדער בדחן, טישן, בענק, געפֿעס, פּלאַץ פֿאַר 200" [1915].
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts
אין מיטן פֿון דער בפֿירוש נישט־ייִדישער אונטערנעמונג (כאָטש עס קומען אַ סך רוסישע ייִדן), איז אויפֿגעטראָטן דער מוזיקער דן קאַהן פֿון בערלין, צוזאַמען מיט די רוסיש־ייִדישע מוזיקער, באַקאַנט פֿאַר זייער עקצענטרישקייט, דער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ און גיטאַר־שפּילער וואַניע זשוק. דאַכט זיך, אַז זשוקן האָט מען אָראָפּגעבראַכט גלײַך צו פֿליִען פֿון מאָסקווע; אַ סימן, איך האַלט, אַז מסתּמא גיט אַ רוסישער אָליגאַרך דאָס געלט צו דעקן די קאָסטן פֿונעם פֿעסטיוואַל, ווײַל דער עולם איז געווען אַ רעלאַטיוו קליינער. דן קאַהן האָט געזונגען זײַנע ראַדיקאַלע לידער און באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע לידער אויף ייִדיש און ענגליש, ווי געבירטיגס "אַרבעטסלאָזע מאַרש" און וואַרשאַווסקיס "מילנערס טרערן" (כּדאַי צו זען זײַן מוזיקאַלישן ווידעאָ פֿון דעם "מאַרש" אויף יו־טוב https://www.youtube.com/watch?v=6KFVVKFxr60. אויב די ייִדיש־וועלט וואָלט געהאַט אַ פּריז פֿאַרן בעסטן מוזיקאַלישן ווידעאָ, וואָלט דאָס זיכער געוווּנען!). "פּאַריזער ייִדיש־צענטער" נעמט אָנטייל אינעם דעם 17טן יוני איז אויפֿגעטראָטן דער כאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער", "טשיריבים", אין אַ קאָנצערט מיט אַנדערע פּאַריזער ייִדישע כאָרן. דעם 18טן יוני, אין דער היסטאָרישער ביבליאָטעק פֿון דער שטאָט פּאַריז, האָבן נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד און פֿאַני באַרבאַריי פֿאָרגעשטעלט אַ קאָנצערט "לידער פֿאַר אַ בעסערער וועלט". דעם 20סטן יוני אינעם "אייראָפּעיִשן הויז" האָט אַנעט וועוויאָרקאַ גערעדט אויף דער טעמע "וואָלף וועוויאָרקאַ און די ירושה פֿון איין אייראָפּעיִשן גורל." דעם 25סטן יוני, אינעם "ראָסיני־זאַל", וועט די זינגערין נעמי ווײַספֿעלד און איר גרופּע "בליק" פֿאָרשטעלן אַ מוזיקאַלישע שאַפֿונג מיטן נאָמען "פֿון ייִדישקייט ביז בענקעניש". אַחוץ דעם דאָזיקן "פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן", קען מען בײַ דעם "פֿעסטיוואַל פֿון אַסאָציאַציעס", דעם 24סטן יוני, 11:30 אין דער פֿרי, זיך טרעפֿן מיטן פּערסאָנאַל פֿונעם "צענטער" און אויסגעפֿינען וועגן זײַנע ייִדישע קולטור־, שפּראַך־קלאַסן און אונטערנעמונגען פֿאַרן קומעדיקן יאָר. פֿונעם 9טן ביזן 13טן יולי וועט פֿאָרקומען בײַם "ייִדיש־צענטער" אַ קלעזמער־ און געזאַנג־וואַרשטאַט מיט די מוזיקער מערלין שעפּהערד, מאַרטע דעראָזיע און דער זינגערין שורה ליפּאָווסקי.
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts
צו מײַן טאַטנס 16טן יאָרצײַט, וואָס איז אויסגעפֿאַלן דעם 8טן יוני (י׳ח סיוון), וויל איך נאָך אַ מאָל זיך טיילן מיט דער בוקעווינער שפּראַך און מיטן פֿאָלקלאָר, וואָס איך האָב פֿאַרצייכנט אין מײַן נאָטיצביכל, אָבער געפֿין עס נישט אין די ווערטער־ביכער. אין דער בוקעווינע האָט מען אַרײַנגעמישט ייִדיש, דײַטש, אוקראַיִניש און רומעניש אין איין שפּראַכלעכן שמעלצטאָפּ. ווער וועט בלײַבן וואָס וועט בלײַבן? בלײַבן וועט אַ ווינט בלײַבן וועט די בלינדקייט פֿונעם בלינדן, וואָס פֿאַרשווינדט. בלײַבן וועט אַ סימן פֿונעם ים, אַ שנירל שוים. בלײַבן וועט אַ וואָלקנדל פֿאַרטשעפּעט אויף אַ בוים... זשעניע לאָפּאַטניק איז הײַנט אַ לערערין פֿון ייִדיש פֿאַר קינדער אין כאַרקאָוו, אוקראַיִנע, און איז צווישן אַ גרופּע מוזיקער, וועלכע איז ערשט באַקאַנט געוואָרן אין די מערבֿ־לענדער נאָך דעם ווי "קלעזפֿעסט־קיִעוו" און "קלעזפֿעסט־פּעטערבורג", און פֿעסטיוואַלן אין מאָסקווע האָבן צוזאַמענגעבראַכט יונגע טאַלאַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט די קלעזמאָרים און ייִדישע זינגער פֿון אַמעריקע און אייראָפּע אין די 1990ער און אָנהייב 2000ער יאָרן. לאָפּאַטניק איז געוואָרן די זינגערין פֿון דער "כאַרקאָווער קאַפּעליע" וואָס דער פֿידלער סטאַש רײַקאָ האָט געשאַפֿן; אַ גרופּע וואָס איז אָנערקענט ווי איינע פֿון די בעסטע אין מיזרח־אייראָפּע. |