װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אונדזער מיטאַרבעטערין חנה מלאָטעק אַלט געוואָרן 90 יאָר — ביז הונדערט־און־צוואַנציק! זינט 1970 ביזן הײַנטיקן טאָג, האָט קודם זי און איר מאַן, דער באַקאַנטער דערציִער און כּלל־טוער יאָסל מלאָטעק ז״ל, און דערנאָך זי אַליין, אָנגעפֿירט מיט דער "פֿאָרווערטס"־רובריק "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע". וויפֿל מאַטעריאַלן האָט די רובריק אָנגעזאַמלט? דער זוכצעטל צום טייל פֿון דער רובריק "לייענער דערמאָנען זיך לידער", צוזאַמענגעשטעלט פֿון דוד ראָגאָוו און שמואל גאָלדענבערג (ייִוואָ־בלעטער, 2003), פֿאַרנעמט 80 זײַטן מיט טויזנטער איינסן! פֿאַרן פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן ליד איז די רובריק געוואָרן אַ וויכטיקער רעסורס, און זינט דער אַרבעט פֿון דער ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, איז די רובריק געוואָרן די פֿאַרשפּרייטסטע זאַמל־אַרבעט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר אינעם 20סטן יאָרהונדערט.
עס העלפֿט אַלע מאָל ווען דער פֿאָרשער האָט אויך אַן אײַזערנעם זכּרון ווי חנה מלאָטעק. די ייִדיש־וויסנשאַפֿטלעכע וועלט ווערט זייער, זייער פּאַמעלעך דיגיטאַליזירט אויפֿן קאָמפּיוטער און אויף דער אינטערנעץ, און במילא, אין אַזאַ מצבֿ, דאַרך מען פּשוט געדענקען וווּ מע קען געפֿינען, וווּ מע האָט אַמאָל געלייענט, וווּ מע האָט אַמאָל געהערט, וואָס מע זוכט. חנה מלאָטעק, אין איר פּאָזיציע ווי די מוזיק־פֿאָרשערין אין ייִוואָ, האָט נישט נאָר זיך באַקענט מיט די זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, נאָר אויך מיט די טעאַטער־לידער, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען, ווי אויך מיט די אַרכיוון פֿון זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן, און קולטור־אָרגאַניזאַציעס. לעצטנס האָט זי אָנגעהויבן אויסצוסדרן דעם וויכטיקן אַרכיוו פֿון דער זינגערין און מײַסטער־לערערין מאַשע בעניאָ־מץ, וואָס זי האָט אונדז דערציילט, אַז דער אַרכיוו "איז גאָר אַ וויכטיקע זאַמלונג".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דער זינגער אַנטאָני ראָסעל טרעט אויף בײַם סדר פֿונעם "ייִדישן אַקטיאָרן־קלוב/ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד", דעם 2טן אַפּריל
אָנהייב חודש אַפּריל, בײַם יערלעכן סדר פֿונעם "ייִדישן אַקטיאָרן־קלוב/ייִדישע אַקטיאָרן און פֿרײַנד", האָט דער חזן משה בער פֿאַרבעטן אַרויף צו דער בינע דעם אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער זינגער אַנטאָני ראָסעל, וועלכער האָט פּריטשמעליעט דעם עולם מיט זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון די לידער פֿונעם רעפּערטואַר פֿון סידאָר בעלאַרסקי (1898—1975). דער אָפּרוף אויף זײַן אויפֿטריט איז געווען אַ געוואַלדיקער, און דער זינגער אַליין האַלט, אַז "דער סדר איז געווען פֿון די בעסטע איבערלעבונגען אין מײַן לעבן. הלוואַי וואָלט יעדער עולם זיך צוגעהערט צום זינגער ווי דער דאָזיקער עולם".
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים ווערט ראָסעל מער און מער באַקאַנט דעם ייִדישן קולטור־עולם אין ניו־יאָרק. זײַן ערשטער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז ערשט פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. דערנאָך האָט ער זיך באַטייליקט אין שיין בייקערס טעאַטער־פֿאָרשטעלונג "די גרויסע באָבקעס" אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין מאַנהעטן אין פֿעברואַר, און אין אַ ברוקלינער "קאַוועהויז" אין מאַרץ. מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, 7:00 אין אָוונט, וועט ער זינגען זײַן סידאָר בעלאַרסקי רעפּערטואַר בײַם "קאַוועהויז" פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אינעם נײַעם "אַרבעטער־רינג"־ביוראָ אין מאַנהעטן.
אַנטאָני ראָסעל איז געבוירן געוואָרן אין פֿאָרט־וואָרט, טעקסאַס, אָבער איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע. ער האָט אָנגעהויבן צו זינגען צו 17 יאָר, כאָטש ער האָט לכתּחילה געוואָלט ווערן אַ פּיאַניסט. דעם חולם האָט ער אויפֿגעגעבן, ווען בײַ איין קאָנצערט, לויט ווי ער דערציילט, "האָט אַ קליין מיידל, אַ גרויסער טאַלאַנט, געשפּילט שאָפּען בעסער פֿון מיר". האָט ער באַשלאָסן צו שטודירן געזאַנג. אין וואָקאַלער קונסט האָט ער אין גיכן געוווּנען אַ קאָנקורס, און האָט ווײַטער זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. אָפּערע האָט ער שטודירט אינעם חשובֿן "מאַרטינאַ אַרויאָס פּרעלוד־צו־פֿאָרשטעלונג", אַ וואַרשטאַט וואָס טרענירט אָפּערע־זינגערס.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

זעלטן הערן מיר הײַנט פֿון אַ נײַעם קאָמפּאָזיטאָר פֿון ייִדישע לידער און, נאָך זעלטענער, פֿון גאַנצע אָפּערעס אויף ייִדיש. פֿון צײַט צו צײַט, אָבער, יאַווען זיך מוזיקער, וואָס ווילן דווקא יאָ שאַפֿן אָפּערעס און אָפּערעטעס אויף ייִדיש, ווי למשל באַאַרבעטונגען פֿונעם "דיבוק" און "גימפּל תּם". אין ישׂראל שאַפֿט הײַנט דניאל גלאַי ייִדישע אָפּערעס און קאַנטאַטעס, און ער האָט אַרויסגעלאָזט זײַנע שאַפֿונגען אויף קאָמפּאַקטלעך. שטעלט זיך אַרויס, אַז מיר, אין אַמעריקע, האָבן אויך אַ מחבר פֿון ייִדישע אָפּערעס, און ער הייסט אַהרן בלומענפֿעלד.
אַהרן בלומענפֿעלד איז אַ קאָמפּאָזיטאָר, לערער און קלאַסיש־טרענירטער פּיאַניסט, וועלכער שאַפֿט אין דרײַ פֿאַרשיידענע זשאַנערן פֿון מוזיק: דזשאַז, קלאַסישע און ייִדישע מוזיק. זײַן טאַטע איז געווען אַ למדן, און בלומענפֿעלד איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ שטרענג פֿרומער היים. די חזנים וואָס ער האָט געהערט אין שיל און אויף קאָנצערטן, האָבן אויף אים געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק. ער האָט זיך פֿאַרשריבן קודם אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט און דערנאָך אין "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" צו ווערן אַ חזן. אָבער ער האָט, סוף־כּל־סוף, גראַדויִרט פֿון ראָטגערס־אוניווערסיטעט מיט אַ מאַגיסטער אין מוזיק־קאָמפּאָזיציע, און געפֿאָרשט די ערשטע תּקופֿה פֿון דער דזשאַז־פּיאַנע־מוזיק אין אַמעריקע. פֿון דער פֿאָרשונג זענען אַרויסגעקומען צוויי ביכער וועגן "בלוז"־פּיאַנע און דזשאַז־אימפּראָוויזאַציע אויף דער פּיאַנע. ווי אַ לערער, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ קלאַס פֿון פּיאַנע־אימפּראָוויזאַציע לאַנגע יאָרן בײַם בערקלי־אוניווערסיטעט.
וואָס שייך דער ייִדישער מוזיק האָט בלומענפֿעלד דיריגירט מיט טעמפּל־כאָרן, געזונגען ווי אַ חזן, און געשאַפֿן גרויסע סימפֿאָנישע ווערק ווי "עזרוך: אַ סימפֿאָנישע פּאָעמע" און אַ "חורבן־אָנדענק סימפֿאָנישע פּאָעמע". אין דער ייִדישער שפּראַך האָט ער קאָמפּאָנירט און געשריבן די ליברעטאָ פֿון צוויי אָריגינעלע אָפּערעס "רחל" און "פּגיאל און בת־שבֿע".

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

אַ חסידיש בלעטל פֿאַר קינדער זיך אויסצולערנען "די פֿיר קשיות" , באַקומען אין וויליאַמסבורג, ברוקלין
אַזוי פֿיל מינהגים זענען פֿאַרבונדן מיט פּסח, און פֿאַר יעדן מינהג קען מען געפֿינען מער ווי איין אויסטײַטש, איין סיבה, איין טעם, פֿאַר וואָס מע האַלט זיך בײַ דעם מינהג. די טעמים בײַטן זיך במשך פֿון דורות, און דער וואָס זאָגט, אַז מע טוט אַ מינהג צוליב בלויז איין סיבה, דאַרף אַרײַנקוקן אין די אַלטע מינהגים־ביכער צו פֿאַרשטיין ווי קאָמפּליצירט דער ענין איז באמת.
שבת־הגדול, דער שבת פֿאַר פּסח, האָט מען אין מײַן טאַטנס שטעטל, סערעט, אין דער בוקעווינע, זיך אָנגעטאָן אין אַלטע קליידער, און אָנגערופֿן דעם טאָג "שמאַטע־שבת". דער געדאַנק אַפּנים, איז געווען, אַז מע זאָל נאָך דעם טאָג זיך צוגרייטן אויף פּסח מיט נײַע קליידער, ריינע שטיבער און באַגריסן דעם יום־טובֿ מיט ריינקייט. פּסח איז דאָך אַ פֿרילינג־יום־טובֿ און די באַנײַוּנג פֿונעם יאָר ווערט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע. בײַ די קריסטן איז אויך אַ מינהג פֿאַר זייער פֿרילינג־חגא — פּאַסכע ("איסטיער"), צו טראָגן נײַע קליידער.
שבת־הגדול האַלט דער רבֿ אַ דרשה אין שיל וועגן דער גרויסער צאָל דינים פֿון פּסח. אין אַמעריקע איז דאָס אויך געווען אַ זעלטענע געלעגנהייט צו הערן אַ דרשה אויף ייִדיש, אַפֿילו דעמאָלט ווען אַלע אַנדערע וואָכן פֿון יאָר האָט מען שוין געדרשנט אויף ענגליש. לויטן "טעמי־מינהגים", האָט מען נאָך אַ טײַטש פֿאַר וואָס עס הייסט "שבת־הגדול", פּראָסט־פּשוט ווײַל "אין דעם דרשענען דויערט זייער לאַנג, דעריבער ווײַזט זיך אויס דער טאָג בײַ דעם פֿאָלק לאַנג און גרויס, מער ווי אַן אַנדער טאָג." נישט אַלע מאָל דאַרף מען האָבן אַ טיפֿן זינען צו יעדן מינהג.
לייענענדיק די מינהגים־ביכער געפֿינט מען אויך אויס אַלטע טראַדיציעס וואָס זענען נישט אַזוי באַקאַנט. לויטן "ספֿר מטעמים" עסט מען מילכיקס ערבֿ־פּסח. פֿאַר וואָס? "ווײַל מילעך מאַכט שווער דעם גוף און עס ברענגט שלאָף. וועט מען זיך אויסשלאָפֿן בײַ טאָג כּדי מען זאָל קענען בײַ נאַכט צום סדר זײַן וואַך".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן


גיתּאַי וועט פֿילמירן אַפּעלפֿעלדס "צילי" אויף ייִדיש

דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער פֿילם־רעזשיסאָר עמוס גיתּאַי וועט דעם האַרבסט אָנהייבן פֿילמירן אַהרן אַפּעלפֿעלדס דערציילונג "צילי", און האָט באַשלאָסן, אַז די ייִדישע כאַראַקטערן וועלן רעדן אויף ייִדיש. אַוודאי וואָלט דאָס נישט געדאַרפֿט זײַן קיין חידוש, אָבער דער אמת איז, אַז אין האָליוווּד־פֿילמען און אויך אין אייראָפּעיִשע פֿילמען וועגן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן בעתן חורבן, רעדט מען רק אַנדערע שפּראַכן — פּויליש, דײַטש, ענגליש — אַבי נישט קיין ייִדיש.
עמוס גיתּאַי האָט שוין געשאַפֿן פֿערציק פֿילמען: טייל דאָקומענטאַר־פֿילמען, אָבער ס‘רובֿ דערציילערישע פֿילמען. אין אַ באַגעגעניש מיטן רעזשיסאָר אין ניו־יאָרק האָט ער דעם "פֿאָרווערטס" דערציילט, אַז ער זוכט נאָך אַן אַקטריסע צו שפּילן די הויפּט־ראָלע צילי, און דאָס וועט נישט זײַן אַזוי לײַכט.
דער שרײַבער פֿון "צילי", אַהרן אַפּעלפֿעלד, איז געבוירן געוואָרן אין 1932 לעבן טשערנעוויץ, רומעניע. די דײַטשן האָבן דערהרגעט זײַן מאַמע און ער האָט איבערגעלעבט טראַנסניסטריע בעתן חורבן. ער איז אָפּגעטיילט געוואָרן פֿון זײַן טאַטן און האָט זיך געפֿונען אַליין עטלעכע יאָר. אַזוי ווי דאָס 14־יאָריקע מיידל צילי, אין דער דערציילונג, האָט אַפּעלפֿעלד אויך, אַליין נאָך אַ קינד, געוואַנדערט איבער דעם בוקעווינער פּייסאַזש, בעטנדיק עסן בײַ די פּויערים. ער האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1946. אין 1962 האָט ער געדרוקט זײַן ערשטע זאַמלונג דערציילונגען, און איז הײַנט פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די בעסטע העברעיִשע שרײַבער פֿון אונדזער צײַט.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
אין פּאָדריאַד" — אין אַ הײַנטיקער מצה־פֿאַבריק
אין ברוקלין"
אין זײַן דעפֿיניציע פֿון "פֿאָלקלאָר" האָט פּראָפֿ׳ דבֿ נוי צעטיילט די וויסנשאַפֿט אין דרײַ גרויסע קאַטעגאָריעס: פֿאָלקלאָר מיט אַ טעקסט, מיט ווערטער (פֿאָלקס־מעשׂיות, פֿאָלקס־לידער, ווערטלעך); וויזועלער פֿאָלקלאָר (פֿאָלקקונסט), און פֿאָלקלאָר "אין מוח" (גלייבענישן, מינהגים). אַ יום־טובֿ צי אַ פֿעסטיוואַל נעמט אַרײַן אַלע דרײַ קאַטעגאָריעס. למשל, אויב מע נעמט פּסח ווי אַ דוגמא — מע לייענט די הגדה, און מע זינגט לידער; די קערה און כּוס זענען אָפֿט געווען מוסטערן פֿון פֿאָלקקונסט; דאָס באַהאַלטן דעם אַפֿיקומן, דאָס אַרײַנלאָזן אליהו־הנבֿיא, זענען מוסטערן פֿון טראַדיציעס און גלייבענישן.

דערמיט וויל איך אַרויסהייבן, אַז פּסח נעמט אין זיך אַרײַן אַ שלל מיט סימבאָליק, קונסט, פֿאָלקס־אויסדרוק, וואָס דעקט נישט נאָר די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים, וואָס ליגט בײַם צענטער פֿונעם יום־טובֿ, נאָר אַ סך מער. דעריבער קען מען פֿאַררעכענען פֿאַרשיידענע מינים לידער ווי פּסח־לידער, כאָטש זיי האָבן נישט קיין דירעקטע שײַכות מיט דער הגדה.

‫רעפּאָרטאַזשן

דער בדחן בײַם סקלאָיער שטיבל אין באָראָ־פּאַרק
דאָס יאָר האָט דער יום־טובֿ פּורים זיך אָנגעהויבן אַ ביסל פֿריִער, ווײַל פֿינף טעג פֿאַר פּורים, שבת־צו־נאַכטס, דעם 3טן מאַרץ, האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדן פֿאַר עקאָנאָמישן און סאָציאַלן יושר" געפּראַוועט פּורים אין אַן אינדוסטריעלן סקלאַד אין אַ געגנט פֿון ברוקלין וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאַבריקן, אָבער נישט ווי אַן אָרט צו וווינען. פֿון דעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די פּוסטע, פֿינצטערע גאַסן איז געקומען אַ גרויסער עולם, עטלעכע הונדערט יונגע־לײַט, צו דער שׂימחה, און ס׳רובֿ אָנטיילנעמער האָבן זיך פּורימדיק פֿאַרשטעלט.
ווי אַ פֿאַרווײַלונג, האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ פּורים־שפּיל אויף ענגליש, "דײַנע המן־טאַשן הרגענען מיך אַוועק"; אַ ספּעקטאַקל מיט אַ פּראָגרעסיוון סדר־היום, געשריבן און רעזשיסירט פֿון דזשעני ראָמיין. די שפּיל האָט מיט הומאָר אַרויסגעהויבן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע פּראָבלעמען אין דער ניו־יאָרקער געזעלשאַפֿט, און נישט געלאָזט דעם עולם פֿאַרגעסן, אַז זיי זענען מחויבֿ צו העלפֿן. אינעם מוזיקאַלישן טייל האָט מען געהערט ייִדיש, ווען דער קאַפּעלמײַסטער, אַבֿי פֿאָקס־ראָזען, האָט געזונגען מיטן עולם "באַלעבאָסטע זיסינקע" און אַנדערע ייִדישע לידער.
צו הערן די מגילה, ערבֿ פּורים, זענען געפֿאָרן מײַן פֿרוי נחמה און איך צו דער אַזוי־גערופֿענער "6טער גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז גרעג וואָל, אַ באַקאַנטער דזשעז־סאַקסאָפֿאָניסט. פֿאַר אים איז דער פּורים טאַקע געווען אַ יום־טובֿ: ער האָט קוים מיט צרות נאָך פֿאַרשיידענע פּראָצעסן אין געריכט, באַקומען דאָס רעכט אָנצופֿירן מיט דער שיל, נאָך דעם ווי אַ גרופּע פֿונעם מנין, אָנגעפֿירט פֿון חב״דניקעס, האָבן זיך אַרויסגעשטעלט ווי די אמתע באַלעבאַטים פֿון דער סינאַגאָגע. דער לעגאַלער קאַמף, הער איך, האָט זיך נאָך אין גאַנצן נישט געענדיקט...

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

צוויי גרויסע ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן

דער "ייִדיש־פֿעסט" אין מאָסקווע, 2012
מע דאַרף נישט וואַרטן אויפֿן זומער צו פֿאַרברענגען אויף קלעזמער־פֿעסטיוואַלן. במשך פֿונעם חודש מאַרץ קומען פֿאָר צוויי חשובֿע אונטערנעמונגען, וואָס ברענגען ייִדישע קלאַנגען און לידער צו אַ ברייטערן עולם.

אין פֿירט, דײַטשלאַנד, קומט פֿאָר איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין דער דײַטשער שטאָט פֿירט, פֿונעם 9טן מאַרץ ביזן 18טן מאַרץ. דאָס יאָר, וואָס איז דאָס 13טע פֿונעם פֿעסטיוואַל, וועלן 125 מוזיקער פֿון 15 לענדער זיך באַטייליקן אין 30 קאָנצערטן אינעם "אינטערנאַציאָנאַלן קלעזמער־פֿעסטיוואַל פֿירט". עס וועלן אויך פֿאָרקומען טאַנץ־ און מוזיק־וואַרשטאַטן און פֿילם־פּרעזענטאַציעס. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.klezmer-festival.de


דער "ייִדיש־פֿעסט" אין מאָסקווע איז געשאַפֿן געוואָרן פֿון אַנאַטאָלי פּינסקי אין 2005. אין "פֿאָרווערטס" האָבן מיר דעמאָלט אים אינטערוויויִרט. נאָך זײַן פֿרי־צײַטיקן טויט אין 2006, האָבן זײַנע צוויי טעכטער אַנאַ און זויאַ איבערגענומען די לייצעס און פֿירן הײַנט אָן מיטן פֿעסטיוואַל לכּבֿוד זײַן אָנדענק. פֿון אַנאַ פּינסקי האָבן מיר באַקומען דעם ווײַטערדיקן באַריכט.
"ייִדיש־פֿעסט איז דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין מאָסקווע, און דער גרעסטער אין רוסלאַנד. ׳ייִדיש־פֿעסט׳ האָט צוזאַמענגעבראַכט די בעסטע קלעזמאָרים פֿון דער וועלט, דאָס יאָר — פֿון בעלאַרוס, מאָלדאָווע, לעטלאַנד, פֿינלאַנד, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, עסטרײַך, ישׂראל, קאַנאַדע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די קאָנצערטן קומען פֿאָר אין די פּאָפּולערסטע זאַלן אין דער שטאָט ווי ׳דאָס מאָסקווער אינטערנאַציאָנאַלע הויז פֿון מוזיק׳, און די קלובן ׳איקראַ׳ און ׳מילק׳. די צאָל מענטשן אין עולם איז געוואַקסן פֿון 200 אין 2005 ביז 3,000 אין 2011.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

די קאַפּעליע "באַקלאַוואַ" פֿון מאַקעדאָניע
אַלצדינג אין אונדזער עולם־השקר ווערט איבערגעזעצט, איבערגעמאַכט, מגולגל אין דער דיגיטאַלישער וועלט. עמעצנס פּריוואַטע, פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע קען אַנטפּלעקט ווערן פֿאַר דער גאַנצער וועלט, כאָטש גיי שרײַ חי־וקים. איך קען זיך בלויז טרייסטן מיט דער האָפֿענונג, אַז איך בין אַזוי נישט־וויכטיק, רעלאַטיוו גערעדט, צו דער גאַנצער וועלט, אַז קיינעם וועט נישט אײַנפֿאַלן אויסצופֿאָרשן מײַנע פּערזענלעכע ידיעות און זיי צעפּויקן, אָדער מיך באַשווינדלען, ניצנדיק די אינפֿאָרמאַציע. אַמאָל פֿאַרקערט — די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע ווערט נעלם. למשל, לידער און אַנדערע שאַפֿונגען פֿליִען אַרום דער וועלט דורך דער אינטערנעץ, און זייער מחבר קען פֿאַרגעסן ווערן אין אַ סעקונדע. אין די אַמאָליקע צײַטן איז אַ ליד געוואָרן אַן אַנאָנים פֿאָלקסליד במשך פֿון יאָרן; אָבער הײַנט, קען עס ווערן אַ פֿאָלקסליד, אַ פֿאָלקס־וויץ, אָדער אַ פֿאָלקס־מעשׂה מיט איין קוועטש פֿונעם קנעפּל אויפֿן קאָמפּיוטער, כאָטש דער מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, שאַפֿער, לעבט און ווייסט גאָרנישט פֿון דעם.
יעדע עטלעכע וואָכן, זעץ איך זיך אַוועק מיט מײַן מאַמע, די דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און מיר גיבן אַ קוק, צי עמעצער דערמאָנט זי, אָדער שרײַבט אַ קריטיק פֿון איר, צי אַ רעצענזיע. גאָר גיך האָבן מיר געזען, אַז נישט נאָר מען שרײַבט, נאָר זינגערס און קאַפּעליעס זינגען אירע לידער, רעקאָרדירן אירע לידער, און מיר ווייסן גאָרנישט דערפֿון. אונדזער גרעסטער סורפּריז איז פֿאָרגעקומען, ווען מיר האָבן געפֿונען אויף "יו־טוב", אַז איינער וואָס רופֿט זיך "מײַן זיידי", האָט גענומען דער מאַמעס זינגליד, וואָס זי האָט געשאַפֿן די ווערטער און מוזיק, וועגן דעם חורבן פֿונעם בוקעווינער שטעטל זוויניעטשקע — "געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל" — און האָט צוגעפּאַסט פֿאָטאָגראַפֿיעס און צייכענונגען צו באַגלייטן די רעקאָרדירונג פֿונעם קאָמפּאַקטל "אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט", אין וועלכער עס זינגט לאָרין סקלאַמבערג פֿון די "קלעזמאַטיקס".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן


ביכער אויף פֿרעמדע שפּראַכן פֿאַרן ייִדיש־לייענער

זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט זײַן זעקסטן ראָמאַן אויף פֿראַנצויזיש: D‘Un Pays Sans Amour [פֿון אַ לאַנד אָן ליבע], אַ ווערק וואָס האָט אַ בפֿירושן ייִדיש־ליטעראַרישן אינהאַלט. דאָס ווערק קומט פֿאָר אין מיזרח־אייראָפּע אין דער תּקופֿה — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1930ער יאָרן — און דערציילט וועגן פּיער, אַ בחור וואָס אַנטדעקט ייִדיש און די ייִדישע קולטור. ער שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג אין רוים מיט דער טאָכטער פֿונעם שרײַבער און פֿאָטאָגראַף אַלטער קאַציזנע, שולמית, וועלכע האָט אָנגעזאַמלט די גרעסטע ייִדישע ביבליאָטעק אויף דער וועלט. זי דערציילט אים וועגן דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין וואַרשע פֿאַרן חורבן, וועגן די קאָלעגן־שרײַבער פֿון איר טאַטן, פּרץ מאַרקיש, אורי־צבֿי גרינבערג און מלך ראַוויטש, די רעדאַקטאָרן פֿונעם אַוואַנגאַרדישן זשורנאַל "כאַליאַסטרע".
ביז הײַנט האָבן פֿאַרלאַגן אין זעקס אַנדערע שפּראַכן אָנגעהויבן דאָס איבערצוזעצן.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

"משנכּנס אדר מרבין בשׂמח", און וואָס קען זײַן אַ גרעסערע שׂימחה בײַ ייִדן, ווי די פּורים־שפּיל? לאָמיר באַטראַכטן די פֿאַרשיידענע טעמעס פֿון דעם פֿאַרשפּרייטן און באַליבטן פֿאָלקלאָר־זשאַנער. אַפֿילו אין די תּלמודישע צײַטן האָט מען פּורים אײַנגעפֿירט פֿאַרשיידענע קאָמישע און ווילדע פֿאַרווײַלונגען. אָבער די ערשטע פּורים־שפּילן שטאַמען פֿון איטאַליע,אינעם 16טן יאָרהונדערט. די עלטסטע שפּילן האָבן טאַקע דראַמאַטיזירט מגילת־אסתּר, אָבער במשך פֿון די יאָרן האָט די געשיכטע פֿון יוסף און זײַנע ברידער, "מכירת יוסף" געוואָרן מער פּאָפּולער, און אין גאַליציע און בוקעווינע, האָט מען אַפֿילו נישט געזאָגט "פּורים־שפּילער", נאָר "יוסף־שפּילער" (אַרויסגערעדט "יאָסעף"). אין אַנדערע געגנטן האָבן אַנדערע טעמעס פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן אין געוויסע תּקופֿות.
די פּורים־שפּילער אין שטעטל האָבן געוואָלט אויפֿטרעטן סײַ צו פֿאַרווײַלן דעם עולם, סײַ צו פֿאַרדינען. די אַקטיאָרן האָבן געשטאַמט פֿונעם אַרבעטער־קלאַס; פֿון די וואַרשטאַטן פֿון די בעל־מלאָכות, און אין טאָג פֿון פּורים האָט מען געקענט זיך אָנשטאָפּן די קעשענעס מיט געלט. האָט מען געשטעלט קורצע שפּילן, מע זאָל קענען גיין פֿון הויז צו הויז, און פֿאַרדינען וואָס מער געלט. אַ פֿײַנע באַשרײַבונג פֿון דער פּורים־שפּיל אין זײַן שטעטל, סײַ פֿונעם פּראָצעס פֿון רעפּעטירן די וואָכן פֿאַר פּורים, סײַ פֿון דער פֿאָרשטעלונג אַליין, גיט אונדז דער קאָמפּאָזיטאָר מיכל געלבאַרט אין זײַן בוך זכרונות "פֿון משוררים לעבן" (1942). אין יצחק שיפּערס "געשיכטע פֿון ייִדישער טעאַטער־קונסט און דראַמע" שטעלט דער מחבר זיך אָפּ אויפֿן פֿאַקט, אַז ס‘איז געווען אַן אַלטע טראַדיציע, אַז די יונגע משוררים, ווי געלבאַרט, האָבן אָפֿט פֿאָרגעשטעלט די פּורים־שפּיל אין שטעטל. געלבאַרט שרײַבט:
שבת חנוכּה האָבן די משוררים זיך צונויפֿגעקומען — "מאָשקעלע הולטײַ, זעליקל קונצנמאַכער, הערשל בדחן, בערל דראָנג, און נאָך אַ פּאָר לצים, וואָס קענען זיך פֿאַרשטעלן און שפּילן טרעיאַטער
..."

צום צווייטן מאָל האָט די ייִדישע מוזיק־ און שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" געשטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער, טענץ און אינסטרומענטאַלער מוזיק. דער אַנאַליז פֿון דער געשיכטע לגבי די באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער, דײַטשן און ייִדן, איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן נאָכן חורבן, און ד״ר אַלען בערן, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האַלט, אַז איצט איז געקומען די צײַט צו באַטראַכטן די בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע אַספּעקטן אין דער געשיכטע.
מיט דעם ציל און אויף דער טעמע האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לערערס אָנצופֿירן מיט די אינטענסיווע וואַרשטאַטן. אַנדרעאַס שטיטגאַס, אַ דײַטשער מוזיקער פֿון קעלן, פֿון דער קאַפּעליע "קיצל אין האַרצן", האָט בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעזוכט די פּאַראַלעלן צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. נוסחאָות פֿון די זעלביקע לידער, אויף ביידע שפּראַכן, האָט ער געפֿונען סײַ בײַ מער באַקאַנטע לידער ווי "גיי איך מיר שפּאַצירן", סײַ בײַ זעלטן־געזונגענע באַלאַדעס ווי "פֿאָרט אַ ייִדעלע, פֿאָרט אַרויס" און "אַ בער פֿון וואַלד". דאָס פּסח־ליד "אחד מי יודע" האָט אויך אַן אַלטן וואַריאַנט אויף דײַטש, און מע האָט זיי ביידע געלערנט. שמיטגאַס און זײַן מיט־לערערין, די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש, האָבן אָפֿט בײַם זינגען געמישט די ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן, כּדי אַרויסצוהייבן די ענלעכקייטן.