צום צווייטן מאָל האָט די ייִדישע מוזיק־ און שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" געשטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער, טענץ און אינסטרומענטאַלער מוזיק. דער אַנאַליז פֿון דער געשיכטע לגבי די באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער, דײַטשן און ייִדן, איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן נאָכן חורבן, און ד״ר אַלען בערן, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האַלט, אַז איצט איז געקומען די צײַט צו באַטראַכטן די בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע אַספּעקטן אין דער געשיכטע.
מיט דעם ציל און אויף דער טעמע האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לערערס אָנצופֿירן מיט די אינטענסיווע וואַרשטאַטן. אַנדרעאַס שטיטגאַס, אַ דײַטשער מוזיקער פֿון קעלן, פֿון דער קאַפּעליע "קיצל אין האַרצן", האָט בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעזוכט די פּאַראַלעלן צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. נוסחאָות פֿון די זעלביקע לידער, אויף ביידע שפּראַכן, האָט ער געפֿונען סײַ בײַ מער באַקאַנטע לידער ווי "גיי איך מיר שפּאַצירן", סײַ בײַ זעלטן־געזונגענע באַלאַדעס ווי "פֿאָרט אַ ייִדעלע, פֿאָרט אַרויס" און "אַ בער פֿון וואַלד". דאָס פּסח־ליד "אחד מי יודע" האָט אויך אַן אַלטן וואַריאַנט אויף דײַטש, און מע האָט זיי ביידע געלערנט. שמיטגאַס און זײַן מיט־לערערין, די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש, האָבן אָפֿט בײַם זינגען געמישט די ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן, כּדי אַרויסצוהייבן די ענלעכקייטן.
אַ וויכטיקער מקור וווּ צו געפֿינען די דײַטשע פֿאָלקסלידער, איז דער "דײַטשער פֿאָלקסליד־אַרכיוו", וואָס געפֿינט זיך אין דער דײַטשער שטאָט פֿרײַבורג. די ביבליאָטעקערין, באַרבאַראַ באַך, האָט מען אויך פֿאַרבעטן אויף "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", זי זאָל אויפֿטרעטן מיט עטלעכע לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דײַטשער פֿאָלקסליד־פֿאָרשונג און זאַמלאַרבעט. אין דעם אַרכיוו ליגט אַן אוצר פֿון דײַטשן פֿאָלקלאָר, און באַך פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישן זכּרון און קען זינגען די דײַטשע באַלאַדעס אויסנווייניק.
פֿון האַלע, דײַטשלאַנד, איז געקומען ד״ר דיאַנאַ מאַטוט, אַ פֿאָרשערין פֿון די עלטסטע זינגלידער אויף ייִדיש. אין איר וואַרשטאַט, האָט איר געהאָלפֿן לערנען דער מוזיקער דזשעף וואַרשאַוער. מאַטוט האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעגעבן דאָס וויכטיקע ווערק "דיכטונג און מוזיק אין פֿרי־נײַצײַטישן אַשכּנז", אין וועלכן זי שרײַבט וועגן די דאָזיקע ייִדישע לידער. אין איר קלאַס האָבן די סטודענטן זיך אויסגעלערנט די לידער, און זיי האָבן אָפֿט געקלונגען ניט אַנדערש ווי די קריסטלעכע לידער פֿון יענער צײַט. זעט אויס, אַז אַזוי איז געווען די מאָדע... ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך.
די סטודענטן זײַנען הײַנטיקס יאָר געקומען פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, רוסלאַנד און לעטלאַנד, און געווען אויף אַן אַוואַנסירטער מדגרה. אינעם וואַרשטאַט וועגן ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון מיזרח־אייראָפּע, מיט וועלכן איך און די זינגערין עטל ריים האָבן אָנגעפֿירט, האָט מען זיך אָפּגעגעבן מיטן עלטערן סטיל פֿון געזאַנג אויף ייִדיש; אַ סטיל, דער עיקר, געזונגען פֿון פֿרויען אָן באַגלייטונג.
עטל ריים, אַ מומחה אינעם פֿאָלקסגעזאַנג־סטיל פֿון פֿאַרשיידענע טראַדיציעס — באַלקאַניש, רוסיש, אַמעריקאַניש — האָט יעדן מעלאָדישן קנייטש אין די לידער אײַנגעחזרט מיט די סטודענטן, וועלכע זײַנען געווען פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערס און מוזיקער און האָבן גיך אויפֿגעכאַפּט אירע עצות און אָנווײַזונגען. ווען דער גאַנצער קלאַס האָט צוזאַמען געזונגען די אַלטע באַלאַדע "טײַערע טאָני" מיט אַלע סטיליסטישע פּיטשעווקעס, האָט אַזש געציטערט אין די ביינער.
אין אָוונט האָט "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", ווי געוויינטלעך, דורכגעפֿירט אַן עפֿנטלעכן קאָנצערט פֿאַר דער גאַנצער שטאָט. די ערשטע נאַכט האָבן די לערערס פֿון דער פּראָגראַם געזונגען און געשפּילט אין אַ קאָנצערט לזכר דער זינגערין חנה קופּער, וועלכע איז געשטאָרבן אין דעצעמבער 2011. אַ צווייטן אָוונט האָט דיאַנאַ מאַטוטס גרופּע "שׂימחת־הנפֿש" געשפּילט און געזונגען ייִדישע לידער פֿון עטלעכע הונדערט יאָר צוריק.
בערן האָט אויך אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן מיט דער שטאָט ווײַמאַר, אַז אין די אָוונטן ווען קיין קאָנצערט קומט ניט פֿאָר, זאָלן די סטודענטן פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" זינגען און שפּילן אומזיסט אין דרויסן, פֿאַרן ברייטערן עולם, מע זאָל מהנה זײַן ווער נאָר עס שפּאַצירט פֿאַרבײַ אָדער עסט אינעם דערבײַיִקן רעסטאָראַן. ווען פּאַנטשור האָט געזונגען אירע בײַערישע לידער, אין וועלכע מע יאָדלט, האָבן אַלע מיטגעיאָדלט.
ווער זײַנען געווען די סטודענטן? שׂרה מײַערסאָן פֿון ניו־יאָרק שטודירט אויף צו ווערן אַ חזן בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר". זי וועט אויך זײַן די וואָך פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" וואָס גיט זיך אָפּ מיט קינדער־לידער און שפּילן, ווײַל אין ניו־יאָרק פֿירט זי אָן מיט געזאַנג־קלאַסן און קינדער־פּראָגראַמען. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאָלקמוזיק־ און פֿאָלקטאַנץ־סבֿיבֿה.
האַנס־קריסטיאַן ווײַסקער שטאַמט פֿון דער געגנט טיורינגען, פֿון אַ קליין שטעטל, און איז געווען דער איינציקער זכר אינעם גאַנצן וואַרשטאַט. ער איז אַ פֿיזיקער און אַרבעט אין מאַרסיי, פֿראַנקרײַך, אין אַ פֿאָרש־אינסטיטוט. "מיט אַ סך יאָרן צוריק האָב איך געהערט אַ קאָנצערט פֿון דער גרופּע ׳בראַווע אַלטע וועלט׳ און עס האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם. אין 2002 בין איך דאָס ערשטע מאָל אַהערגעקומען, און איך קום צוריק כּמעט יעדעס יאָר. צו ערשט, האָב איך זיך פֿאַרשריבן אין די קלאַסן פֿון אינסטרומענטאַלער מוזיק פֿאַר אַקאָרדעאָן, אָבער די לעצטע פֿיר יאָר באַטייליק איך זיך אינעם געזאַנג־וואַרשטאַט." האַנס האָט שטודירט קלאַסישע וואָקאַלע מוזיק אין "יענאַ־אוניווערסיטעט" און איז ספּעציעל פֿאַרכאַפּט פֿון די ווערטער פֿון די לידער, און וואָס זיי האָבן באַטײַט פֿאַר די זינגער. ער איז זיך מודה, אַז ער ווייסט ווייניק וועגן דעם קאָנטעקסט פֿון די זינגער און זייערע לידער און דאָס איז איין סיבה, פֿאַר וואָס ער קומט. סוף־כּל־סוף, וועט ווײַסקער שאַפֿן אַ גרופּע און אויפֿטרעטן מיט די אַלטע ייִדישע לידער, ווי אויך נײַערע לידער וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט אין ווײַמאַר, ווי די לידער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר יעפֿים טשאָרני.
ד״ר דיאַנאַ מאַטוט לערנט אינעם דײַטשן אוניווערסיטעט אין האַלע, ניט ווײַט פֿון ווײַמאַר, אין אַן אינסטיטוט פֿון ייִדישע שטודיעס. זי איז די לערערין פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווי אויך פֿון דער ליטעראַטור און געשיכטע, בפֿרט פֿון דער תּקופֿה 1500 ביז 1800. איר דיסערטאַציע האָט געפֿאָרשט דעם עלטסטן כּתבֿ־יד פֿון ייִדישע זינגלידער, געשריבן אין 1600, אָבער קיין מוזיק־נאָטן זײַנען ניט געדרוקט געוואָרן אינעם טעקסט, נאָר די נעמען פֿון די ניגונים, צו וועלכע מע דאַרף זינגען די ווערטער.
צום ערשטן מאָל וועט מען אין דער פּראָגראַם פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָבן אַ קינדער־וואַרשטאַט און ד״ר מאַטוט וועט דאָס פֿירן — "מיר האָבן אַראָפּגענומען פֿון אינטערנעץ די אַלטע ייִדישע קינדער־ביכער און אויסגעקליבן אַלטע לידער און נײַע לידער. ס‘רובֿ קינדער אינעם וואַרשטאַט, אַחוץ די דרײַ קינדער פֿון פּראָפֿ׳ נויבערג פֿון טריִער אוניווערסיטעט, קענען ניט קיין ייִדיש, דאַרף מען בויען אַ בריק מע זאָל קענען גיין אַריבער."
אויף דער טעמע טאַקע — די בריקן פֿון אַשכּנז — האָבן אַלע וואַרשטאַטן אין "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" זיך אָפּגעגעבן, און אַ דאַנק דער געטרײַשאַפֿט פֿון די לערער און סטודענטן, וועט מען די פּראָגראַם געדענקען לאַנגע יאָרן.