- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַנט באַטראַכט מען די חסידישע באַוועגונג ווי אַ זײַטיקע גרופּע, אָבער מע פֿאַרגעסט, אַז פֿאַרן חורבן איז חסידיזם געווען די הויפּט־פֿרומע באַוועגונג בײַ די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, און ווײַט נישט קיין קליינער קולט. אַפֿילו מיט דער וואַקסנדיקער אַסימילאַציע פֿון די ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען זיך סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל, געדאַרפֿט רעכענען מיט די חסידישע ייִדן און זייער השפּעה. אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור האָט די חסידישע פֿאָלקס־מעשׂה אויך משפּיע געווען אויפֿן אופֿן פֿון דערציילן אַ מעשׂה, נישט נאָר ווי מע געפֿינט אין י. ל. פּרצעס ווערק "חסידיש", נאָר אויך בײַ אַ שלל ייִדישע שרײַבער במשך פֿון עטלעכע דורות. די פּרץ־טראַדיציע פֿון באַאַרבעטן און איבערדערציילן חסידישע מעשׂיות פֿאַר אַ נײַעם עולם אין אַ נײַערער צײַט האָט זיך אָנגעהאַלטן ביז אונדזערע טעג. די דאָזיקע פֿאָלקס־ליטעראַטור אויף ייִדיש, די שפּראַך, אין וועלכער מע האָט זיי, לכתּחילה, דערציילט, פֿאַרמאָגט אוצרות, וואָס מע קען נישט געפֿינען אין אַנדערע שפּראַכן, און פֿון דעם גרויסן קוואַל האָט מען געשעפּט. פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט איז אַן עובֿדה בײַם לייענען די מעשׂיות — צו דערקענען, וועלכע עלעמענטן זענען פֿאָלקישע, און וועלכע "מאָדערנע". די ליטעראַטור־קריטיק באַהאַנדלט סײַ די טראַדיציאָנעלע מעשׂיות, און סײַ די מאָדערנע באַאַרבעטונגען, און ביידע מינים האָבן זייער אייגענעם כאַראַקטער און זענען ווערט אַ טיפֿערן אַנאַליז. "פֿאָלקסבינע" הייבט אָן איר 97סטן סעזאָן ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע איז יאָרן לאַנג געווען דער ראָש פֿונעם "סעגאַל־צענטער פֿאַר בינעקונסט" אין מאָנטרעאָל, האָט די טעג איבערגענומען די לייצעס, ווי די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין, פֿון דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק. זי וועט צוזאַמען מיט זלמן מלאָטעק, דעם קינסטלערישן רעזשיסאָר, אָנפֿירן איצט די עלטסטע ייִדישע טעאַטער־טרופּע אויף דער וועלט, וואָס וועט פּראַווען איר 100־יאָריקן יוביליי אין האַרבסט 2014. קלעזמער־מוזיק איז, במשך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר, געגאַנגען אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען — דזשעז, רעגיי, אַמעריקאַנער "בלוגראַס", ווי אויך געמאַכט אַ סינטעז מיט קלאַסישער מוזיק. אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל — "קלעזמער-שיל" — פֿון דער סאַן־פֿראַנציסקער טריאָ־גרופּע "ווערעצקי־פּאַס", הערט מען די השפּעה סײַ פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ פֿון דזשעז, סײַ פֿון טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק און פֿאָלקסמוזיק. די גרופּע רופֿט אָן די שאַפֿונג "אַ טאָן־פּאָעמע". לויט דער געוויינטלעכער דעפֿיניציע פֿון דעם זשאַנער, איז די קאָמפּאָזיציע געשאַפֿן פֿאַר אַן אָרקעסטער און איז אינספּירירט פֿון אַ "טעקסט"; עס מעג זײַן אַ פֿאָלקס־מעשׂה, אַ ליד, אַ בילד און, אינעם פֿאַל פֿון "קלעזמער־שיל" באַשטייט דער "טעקסט פֿון די ייִדישע תּפֿילות" בײַם דאַוונען. אָבער, להיפּוך צו די תּפֿילות אין שיל, וויל "קלעזמער־שיל" באַרירן דעם צוהערער נאָר דורך מוזיק, אָן קיין שום ווערטער. קיין בעל־תּפֿילה וועט מען דאָ נישט הערן. די דאָזיקע "טאָן־פּאָעמע" ווערט צעטיילט אין פֿיר מוזיקאַלישע באַוועגונגען, וואָס ווערן ווײַטער אײַנגעטיילט אין 23 קלענערע אָפּטיילן. "אונדזער ערשטער געדאַנק בײַם שאַפֿן דאָס ווערק איז געווען צו געבן דעם צוהערער אַן עמאָציאָנעלע איבערלעבונג ווי בײַם דאַוונען אין שיל", שרײַבן זיי; און זיי האָבן איבערגעטײַטשט דאָס דאַוונען, ניצנדיק פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע וואָקאַבולאַרן, וואָס האָבן עפּעס אַ שײַכות צו דער קלעזמער־מוזיק, און צו קלעזמאָרים. פּונקט ווי אַ טייל חסידישע ניגונים ווערן "געליגן" פֿון וועלטלעכע און אַפֿילו גוייִשע קוואַלן און ווערן מיט דער צײַט "געהייליקט" דורך זייער געזאַנג בײַ חסידים, אַזוי האָט די גרופּע אויך געהאַלטן, אַז מע מעג נעמען פֿון פֿרעמדע אוצרות, און דורך דעם אַרײַנפֿלעכטן די "פֿרעמדע" מוזיק אין אַזאַ ייִדישער רוחניותדיקער שאַפֿונג, וואָס מאַכט זי הייליק.
אַ גרוס פֿון "קלעזקאַנאַדע 2011"
Klezkanada 2011
זונטיק בין איך געווען אויף אַ חנוכּת־הבית און דאָרטן דערציילט אַ גאַסט, אַ חסיד פֿון דערבײַיקן וויליאַמסבורג, אַז איך גיי אויף אַן אָפּשערעניש מאָנטיק אין דער פֿרי, אַן אָפּשערעניש בײַ אַ נישט־חסידישער משפּחה. "דאָס ייִנגל וועט טראָגן פּאות?", האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט. "ניין, כ׳בין כּמעט זיכער, אַז נישט", האָב איך געענטפֿערט, און ער האָט געגעבן אַ צי מיט די פּלייצעס, אַזוי צו זאָגן — "נו, אויב אַזוי, צו וואָס דאַרף מען דאָס האָבן?" זעט אויס, אַז די טראַדיציע פֿון אַן אָפּשערעניש — דאָס אָפּשערן צום ערשטן מאָל די האָר פֿון אַ דרײַ־יאָריק ייִנגל — אַנטוויקלט זיך אויף נײַע וועגן... דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע אָפּשערעניש וואָס איך בין בײַגעווען. מיט צוועלף יאָר צוריק, בין איך אייגנס געפֿאָרן קיין מירון, לעבן צפֿת, אינעם טאָג פֿון ל״ג בעומר, זיך צו באַטייליקן אינעם יום־טובֿ. קלעזמאָרים פֿון גאַנץ ישׂראל זענען געקומען צו שפּילן בײַם קבֿר פֿון ר׳ שמעון בר־יוחאי, און דערלעבן האָט מען אָפּגעשוירן די האָר פֿון צענדליקער דרײַ־יאָריקע ייִנגלעך. די שטימונג איז געווען אַ געהויבענע, אַ יום־טובֿדיקע. אָבער מע האָט אַזוי פֿיל קינדער אָפּגעשוירן מיט איין מאָל, אַז עס האָט אויסגעזען ווי אַ מאָנטאַזש־ליניע אין אַ פֿאַבריק, און נישט קיין פּערזענלעך, אינטימע משפּחה־צערעמאָניע. דאָרטן רופֿט מען די צערעמאָניע "חלאקה" (כאַלאַקאַ), אַ וואָרט וואָס שטאַמט פֿונעם אַראַבישן אויסדרוק פֿאַר אָפּשערעניש. גאַנץ מעגלעך, אַז דער מינהג שטאַמט פֿון די ספֿרדים מיט הונדערטער יאָרן צוריק, אָבער דער שורש בלײַבט דערווײַל אַ מיסטעריע. אינעם תּלמוד שטייט גאָר נישט וועגן אַזאַ פֿירעכץ. זעלטן ווען האָב איך אַ געלעגנהייט צו שרײַבן וועגן קאָמיקס, איין וואָך נאָך אַן אַנדערער, אין דער צײַטונג. אָבער אינעם נײַעם בוך "Yiddishkeit" , רעדאַקטירט פֿון האַרווי פּעקאַר און פּאָל בול, גיבן זיי איבער דורך בילדערשטרײַפֿן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. ווי אַן אונטערקעפּל פֿונעם בוך שטייט "אַ ייִדישע פֿאָלקשפּראַך און דאָס נײַע לאַנד", און דער טראָפּ פֿון די קאַפּיטלעך ליגט טאַקע אויף ייִדישער אימיגראַנטישער איבערלעבונג אין אַמעריקע. אַזוי ווי אַ גרויסער טייל פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט אַ שײַכות צו ייִדישער מוזיק, נעמען מיר דאָס אַרײַן אין אונדזער רובריק. דאָס בוך האָט מען אײַנגעטיילט אין קאַפּיטלעך לויט געוויסע טעמעס, עלעהיי ס׳וואָלט געווען אַן אילוסטרירטע ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. די צענדליקער קאָמיקס האָבן געשאַפֿן פֿאַרשיידענע קינסטלער און שרײַבער, אָבער אַלע דערציילן זיי וועגן דער ייִדישער קולטור מיט אַן אָריגינעלן וויזועלן צוגאַנג. האַרווי פּעקאַר איז אַ באַקאַנטער שרײַבער פֿון קאָמיקס, אָבער ער צייכנט נישט די בילדער, נאָר שרײַבט די טעקסטן. ער איז געשטאָרבן אין יוני 2010 און "ייִדישקייט" איז זײַן לעצט בוך. פּאָל בול האָט אַ סך געשריבן וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און בפֿרט דער לינקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָליטיק. אַוודאי האָט מען נישט געקענט אויסמײַדן פּאָליטיק אין אַזאַ אַרומנעמיקער אונטערנעמונג, אָבער אין דעם באַנד פֿאַרנעמט די ייִדישע שפּראַך און קולטור דעם אויבן אָן. מע באַקענט זיך מיט האַרווי פּעקאַרס משפּחה־בוים אינעם ערשטן בילדערשטרײַף וואָס הייסט — "אַ פּראָלאָג", אין וועלכן פּעקאַר דערציילט ווי זײַנע באָבע־זיידע זענען געקומען קיין אַמעריקע פֿון דער ביאַליסטאָקער געגנט, און ער איז דאָ געבוירן געוואָרן אין 1939. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ קליינע שפּײַזקראָם. ייִדיש איז געווען זײַן ערשטע שפּראַך און מיטן זיידן האָט ער גערעדט בלויז ייִדיש. אָבער נאָך דעם זיידנס טויט האָט ער פֿאַרגעסן די שפּראַך. ער האָט פֿאַרשטאַנען ייִדיש און שרײַבט אַז "צוליב דער קאָלירפֿולקייט און ריטעם פֿון ייִדיש האָט עס מיר געטאָן הנאה צו הערן, כאָטש איך האָב עס צוביסלעך פֿאַרגעסן". אַזוי ענדיקט זיך דער "פּראָלאָג" און מיט דעם וויל מען זאָגן, מסתּמא, אַז מיט "ייִדישקייט" האָט פּעקאַר געשטרעבט צו געפֿינען זײַנע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען. דאָס יאָר, ווען אַלע קולטור־טוערס ציטערן צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע איבער דער וועלט, האָט זיך געיאַוועט אַ געפּאַקטער עולם פֿאַרן וואָך־לאַנגיקן מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל — "קלעזקאַנאַדע". אין עס־צימער איז אָפֿט געווען שווער צו געפֿינען אַ בענקל וווּ זיך אַוועקצוזעצן און כאַפּן אַ ביסן פֿון די "געשמאַקע" מאכלים (דאָס שרײַב איך שוין מיט איראָניע; איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קיינער קומט נישט אויף "קלעזקאַנאַדע" צוליב דעם עסן). עס האָט אַוודאי יעדן איינעם הנאה געטאָן צו זען, אַז דער אינטערעס צו "קלעזקאַנאַדע" וואַקסט, און אַז דאָס 16טע יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט זיכער נישט זײַן דאָס לעצטע. צום ערשטן מאָל האָט מען געבעטן דעם טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, ער זאָל אָנפֿירן ווי דער קינסטלערישער קאָאָרדינאַטאָר, און אַ דאַנק אים און זײַן קינסטלערישער פֿאַרוואַלטונג, האָט מען פֿאַרבעטן גאָר אינטערעסאַנטע לערערס, לעקטאָרן און מוזיקער. צו דערציילן וועגן דער ספֿרדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע האָט מען פֿאַרבעטן דעם מוזיקאָלאָג פּראָפֿ׳ עדוואַרד סערוסי פֿון ישׂראל. נישט נאָר האָט ער געהאַלטן לעקציעס וועגן דעם נײַעם ישׂראלדיקן זשאַנער "מעדיטאַריאַנישע מוזיק", אָבער אויך געפֿירט אַ וואַרשטאַט, אין וועלכן ער האָט געלערנט די אָנטיילנעמער אַלטע ספֿרדישע פּיוטים. די לעגענדאַרע ספֿרדישע זינגערין פֿון באָסניע, פֿלאָרי יאַגאָדאַ, שוין אין די הויכע 80 יאָרן, איז געקומען פֿון איר היים אין וואַשינגטאָן. זי זינגט סײַ טראַדיציאָנעלע לידער, וועלכע זי געדענקט פֿון אירע קינדער־יאָרן, סײַ אָריגינעלע לידער אויף דזשודעזמאָ. איר קאָנצערט איין אָוונט אינעם גרויסן קאָנצערט־זאַל האָט צוגצויגן אויך צוהערער פֿון דער שטאָט מאָנטרעאָל, וואָס געפֿינט זיך 80 מײַל פֿונעם "בני־ברית" זומער־לאַגער, וווּ "קלעזקאַנאַדע" קומט פֿאָר. עס איז מיר אויסגעקומען עטלעכע מאָל, סײַ אין טעקסאַס, סײַ אין ניו־יאָרק און פֿילאַדעלפֿיע, זיך צו באַקענען מיט קאַריקאַטוריסטן, קינסטלער פֿון "קאָמיקס"; בפֿרט, פֿון די אַזוי־גערופֿענע "אונטערערדישע" קאָמיקס. אָפֿט מאָל געבן אַרויס די קינסטלער אַליין זייער ווערק ביז, אין אַ מזלדיקער שעה, זיי ווערן "אַנטדעקט". בדרך־כּלל, מײַדן אויס די קינסטלער אַן עפֿנטלעכע געזעלשאַפֿט, בלײַבן אַליין אין שטוב און האַלטן זיך באַזונדער, אָפּגעפֿרעמדט. דאָס צייכענען בילדער־שטרײַפֿן איז אַ ייִחידישע קונסט, להיפּוך, למשל, צו שאַפֿן פֿילמען, וווּ מע נייטיקט זיך אין אַ גאַנצער מאַנשאַפֿט פֿון מיטהעלפֿער און מבֿינים אין כּלערליי שײַכותדיקע קונסטן. דער פֿראַנצויזישער ייִד, זשאָאַן ספֿאַר, האָט, אָבער, באַוויזן צו ווערן סײַ אַ באַקאַנטער קאַריקאַטוריסט, און לעצטנס, סײַ אַן אָנערקענטער פֿילם־רעזשיסאָר. די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרעמיערע פֿון זשאָאַן ספֿאַרס ערשטן פֿילם "גאַנזבורג", וועגן דעם פֿראַנצויזיש־ייִדישן פּאָפּ־זינגער סערזש גאַנזבורג. איז דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט, ספֿאַר געקומען אין שטאָט זיך צו טרעפֿן מיט דער אַמעריקאַנער פּרעסע צו רעדן וועגן זײַן פֿילם. "גאַנזבורג" האָט מען שוין רעצענזירט און געלויבט אין אונדזער צײַטונג, ווען מע האָט אים אָנגעהויבן צו ווײַזן אין אייראָפּע און ענגלאַנד מיט אַ יאָר צוריק. דער גאַנצער טיטל פֿונעם פֿילם איז "גאַנזבורג: אַ העלדיש לעבן", און דער טיטל שפּיגלט אָפּ ספֿאַרס גרויס דרך־ארץ פֿאַרן זינגער. ספֿאַר דערציילט: "איך בין אַוועק פֿון דרום־פֿראַנקרײַך און געקומען קיין פּאַריז מיט איין ציל: זיך צו טרעפֿן מיט סערזש גאַנזבורג... אַ חודש נאָך דעם ווי איך בין אָנגעקומען קיין פּאַריז איז ער געשטאָרבן". אַ מאָל האָט מען נישט באַטראַכט וואָס מע טוט אין דער קיך פֿון אַ ייִדישער היים ווי אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. אָבער דאָס עסן, דאָס צוגרייטן די מאָלצײַטן און אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן קאָכן, פֿאַרנעמט הײַנט אַן אָנגעזען אָרט צווישן די זשאַנערן פֿון פֿאָלקלאָר. די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" אין ווילנע האָט געזאַמלט וויצן, מעשׂהלעך און לידער, אָבער נישט קיין קאָך־רעצעפּטן, און דאָס איז טאַקע אַ גרויסער שאָד. די טראַדיציעס, פֿאַרבונדן מיט די מאכלים, האַלטן זיך אָן אין דער משפּחה לאַנג נאָך דעם ווי אַנדערע טראַדיציעס זענען שוין פֿאַרגעסן געוואָרן. דער צווייטער דור אַמעריקאַנער האָבן גיך אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש, אַ צענטראַלער אַספּעקט פֿונעם אימיגראַנטישן לעבן, אָבער ווי די מאַמע אָדער באָבע האָט געמאַכט פֿלודן, געדענקט מען יאָ. מע קען ברייט אויסטײַטשן דעם פֿאָלקלאָר פֿון קאָכערײַ, אויב מע זאָל אַרײַננעמען אין דער קאַטעגאָריע נישט נאָר די רעצעפּטן פֿון די מאַכלים, נאָר אויך ווי מע פֿירט זיך בײַם קאָכן, וועגן וואָס מע רעדט בײַם קאָכן, און אַפֿילו די קאָך־מכשירים וועלכע מע ניצט; צי דערציילט די מאַמע די זעלבע זכרונות וועגן איר מאַמען בײַם קאָכן ווערעניקעס? אַזאַ געוווינהייט קען מען אויך אָנרופֿן אַ טראַדיציע. דאָס יאָר האָט "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", אָנגעפֿירט פֿון ד״ר אַלען בערן, טאַקע געהאַט דאָס געפֿיל פֿון אַן אַינטערנאַציאָלער פּראָגראַם. סטודענטן זענען געקומען פֿון האָלאַנד, עסטרײַך, פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, לעטלאַנד, רוסלאַנד און אַוודאי דײַטשלאַנד. איך האָב גערעדט מיט פֿיר מענטשן פֿון פֿיר לענדער, מיט גאַנץ אַנדערע פּערזענלעכע געשיכטעס און אינטערעסן. סאָניע גאַלאַנץ פֿון פֿילאַדעלפֿיע סאָניע גאַלאַנץ איז נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. זי איז טאַקע פֿון די אַקטיווסטע ייִדישיסטן הײַנט בײַם ייִנגערן דור: ווען זי איז געווען אַ ביז־גראַדויִר־סטודענטקע אין שיקאַגער אוניווערסיטעט האָט זי אָרגאַניזירט אַ לאַנדישן "ייִדיש־סוף־וואָך" דורך דער אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף"; הײַנט, ווי אַ גראַדויִר־סטודענטקע אינעם "פּענסילווייניער אוניווערסיטעט" קאָאָרדינירט זי, צוזאַמען מיט דניאל שעכטער, דעם "ייִדיש־טיש". זי איז געקומען צום "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" זיך צו באַטייליקן אין די וואַרשטאַטן פֿון געזאַנג, טענץ און דעם אַקאַדעמישן סימפּאָזיום אויף דער טעמע "אַשכּנז". אַ געבוירענע אין ניו־יאָרק, וווינט הײַנט סאָניע גאַלאַנץ אין פֿילאַדעלפֿיע, וווּ זי גרייט זיך צו שרײַבן אַ דאָקטאָראַט אינעם אָפּטייל פֿון דײַטשע לימודים. די טעמע פֿון איר דאָקטאָר־אַרבעט האָט זי נאָך נישט באַשטעטיקט, אָבער זי דערציילט, אַז "איך בין נײַגעריק צו וויסן, צי עס זענען פֿאַראַן בשותּפֿותדיקע טעמעס צווישן די דײַטש־ייִדישע און ייִדישע ליטעראַטורן, בפֿרט וועגן פֿרויען." אויך אַ גאָר אַנדערע טעמע אינטערעסירט זי פֿאַרן דאָקטאָראַט — ווי אַזוי מע באַשרײַבט און באַניצט טענץ אין דער ייִדישער און דײַטש־ייִדישער ליטעראַטור.
"ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", 2011
Yiddish Summer Weimar 2011
בײַ איינעם פֿון די אָוונט־קאָנצערטן בעת דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין יולי איז אויפֿגעטראָטן אייווערי גאָספֿילד און איר טרופּע "לוטשידאַריום" (Lucidarium). די גרופּע איז געקומען פֿון צפֿון-איטאַליע, אָבער זיי זענען וועלט־באַקאַנט פֿאַר זייער פֿאָרשטעלונג פֿון אייראָפּעיִשע לידער פֿון דער רענעסאַנץ־תּקופֿה. צום קאָנצערט אין ווײַמאַר האָבן זיי צוגעגרייט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, אויף וועלכער זיי אַרבעטן שוין אַ לענגערע צײַט, פֿון אַלטע אַשכּנזישע ייִדישע לידער. די פּראָגראַם הייסט "אײַן נויע ליד: ווען ייִדיש איז יונג געווען". אַ גרויסע פֿאָרש־אַרבעט האָט געמאַכט די מיט־דירעקטאָרין פֿון "לוטשידאַריום", אייווערי גאָספֿילד, כּדי צוזאַמענצושטעלן די לידער, וואָס זענען הונדערטער יאָר אַלט. אַ טייל פֿון דער פֿאָרשונג באַשטייט אין רעקאָנסטרויִרן די לידער, כּדי מע זאָל זיי קענען זינגען, ווײַל, בדרך־כּלל, האָבן זיך אָפּגעראַטעוועט אַ סך פֿון די טעקסטן צו די לידער, אָבער נאָר געציילטע מעלאָדיעס. דער "לוטשידאַריום"־קאָנצערט האָט אויך אַרויסגעהויבן די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע קולטורן אין יענער צײַט. בעת דעם 16טן יאָרהונדערט האָבן ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזישע ייִדן זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר אויף מיזרח — פֿון דײַטשלאַנד אַרײַן קיין פּוילן — נאָר אויך אויף דרום — אין צפֿון איטאַליע — און אויף מערבֿ — אין אַמסטערדאַם. די אַשכּנזישע קהילה האָט אַרײַנגענומען עטלעכע לענדער אין מערבֿ־, מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע. ביכער וואָס מע האָט געדרוקט אין פֿאַרלאַגן אין איטאַליע האָט מען געלייענט אין לובלין, פּראָג און פֿראַנקפֿורט. |