- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די קונסט־אויסשטעלונג "ליאָנעל פֿײַנינגער: בײַם ראַנד פֿון דער ערד" האָט זיך געעפֿנט אין "וויטני־מוזיי" אין ניו־יאָרק סוף יוני און וועט בלײַבן אויסגעשטעלט ביז מיטן פֿון אָקטאָבער 2011. פֿײַנינגער איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע קינסטלער אין דער "באַוהאַוז"־באַוועגונג, אָבער די דאָזיקע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג, די ערשטע אין לאַנד אין 45 יאָר, וועט אַנטפּלעקן אַ טיפֿערן און ברייטערן קינסטלער. ליאָנעל פֿײַנינגער (1871—1956) שטאַמט פֿון די דײַטשן אין ניו־יאָרק. ס'איז נישט קלאָר, צי ער האָט געשטאַמט פֿון ייִדן צי נישט. זײַן טאַטע איז געווען אַ מוזיקער, און ווען דער 16־יאָריקער ליאָנעל איז געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, איז דער ציל געווען ממשיך צו זײַן זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג; צו זײַן טאַטנס פֿאַרדראָס, האָט ער אין גיכן געביטן דעם פֿאָקוס פֿון זײַן שטודיע אויף קונסט. אַזוי ווי ער האָט פֿאַרברענגט 50 יאָר אין דײַטשלאַנד, ווערט ער אָפֿט פֿאַררעכנט ווי אַ דײַטשער קינסטלער, אָבער די אויסשטעלונג הייבט אַרויס דווקא די צוויי־בירגערישקייט פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. אין 1894 האָט ער אָנגעהויבן צייכענען פּאָליטישע קאַריקאַטורן און סאַטירשע אילוסטראַציעס אין דײַטשע וואָכנבלעטער און האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ קאַריקאַטוריסט. אין אַמעריקע האָט די צײַטונג "שיקאַגע זונטיק טריבון" אים פֿאַרבעטן צו שאַפֿן אַ וועכנטלעכע בילדערשטרײַף, און זײַנע צוויי קאָמיקס־רובריקן "Wee Willie Winkies World" און "The Kin-der-kids", מיט זייער עקספּערימענטאַלישן כאַראַקטער, האַלט מען ווי פּיאָנערישע ווערק אין דער געשיכטע פֿון קאָמיקס. זײַן חוש פֿון הומאָר, און ליבשאַפֿט צו פֿאַנטאַסטישע סוזשעטן האָט זיך בולט אַנטפּלעקט אין דעם קונסט־זשאַנער. אין דער אויסשטעלונג פֿאַרשאַפֿן די עטלעכע פֿילפֿאַרביקע זײַטן קאָמיקס פֿון די אַלטע צײַטונגען אַ קינדערישע הנאה בײַם עולם.
"ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", 2011
Yiddish Summer Weimar 2011
ווי אַ לעקטאָר אין דער הײַיאָריקער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַרער"־פּראָגראַם האָב איך געהאַט די געלעגנהייט צו פֿאַרגלײַכן די ייִדישע פֿאָלקס־באַלאַדעס מיט די דײַטשע וואַריאַנטן. אַזוי ווי די טעמע דעם זומער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף ייִדישע און דײַטשע פּאַראַלעלן אין פֿאָלקמוזיק, טענץ און פֿאָלקסליד, האָב איך געלייענט "דאָס גרויסע פֿאָלקסבאַלאַדן־בוך" פֿון אָטאָ האָלצאַפּפֿעל, אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון דײַטשע באַלאַדן, וואָס געפֿינען זיך אינעם "דײַטשן פֿאָלקסליד־אַרכיוו" אין פֿרײַבורג, דײַטשלאַנד. יאָרן לאַנג איז ד״ר האָלצאַפּפֿעל געווען דער דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, וואָס פֿאַרמאָגט די גרעסטע זאַמלונג פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון דײַטשע פֿאָלקזינגער. ניצנדיק די מאַטעריאַלן, האָב איך געוואָלט פֿאַרגלײַכן די דײַטשע מיט די ייִדישע באַלאַדן און פֿאָרשן די קולטורעלע אונטערשיידן צווישן זיי. לייענענדיק דעם באַנד, האָב איך באַמערקט, וויפֿל באַלאַדעס אויף דײַטש הייבן זיך אָן מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה: דרײַ רײַטער, דרײַ "רעגימענטער", דרײַ ווײַבער, דרײַ טעכטער, דרײַ געפֿאַנגענע, דרײַ זעלן, דרײַ מוזיקער, דרײַ סוחרים, דרײַ שוואַרצע ראָבן, דרײַ קיסרים — און די רשימה נעמט אַרײַן נאָר אַ העלפֿט פֿונעם בוך! להיפּוך — אַרײַנקוקנדיק אין דער גרויסער זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון גינזבורג און מאַרעק, 1901, "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", געפֿינט מען בלויז איין לידל אינעם גאַנצן באַנד מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה. קען מען דעריבער קומען צו דער מסקנא, אַז די צאָל "דרײַ" איז מער וויכטיק אין דײַטשע באַלאַדעס ווי אין די ייִדישע. דער נומער דרײַ איז אַ וויכטיקער ציפֿער אין אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר בכלל, אין די פֿאָלקס־מעשׂיות, די ייִדישע מעשׂיות, בפֿרט. אָבער, זעט אויס, נישט אין די באַלאַדעס — אַ קליינע, אָבער טשיקאַווע אָבסערוואַציע. ווען מע זאַמלט אָן אַ ריזיקן באַרג פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַל, בלײַבט די קשיא, ווי אַזוי זאָל מען אַלץ אײַנסדרן, מע זאָל קענען געפֿינען וואָס מע וויל? ווען די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט באַלד נאָך דער גרינדונג פֿונעם ייִוואָ אין 1925, האָבן צענדליקער — דערנאָך הונדערטער — זאַמלערס איבער גאַנץ פּוילן גאָר אין גיכן אָנגעהויבן אַרײַנשיקן אַהין פֿאָלקלאָר. ייִדישע וויצן האָט מען אַרײַנגעשיקט אין די טויזנטער און די אַספּיראַנטקע, נחמה עפּשטיין, איז געווען דער מענטש צווישן דעם ייִוואָ־פּערסאָנאַל וואָס האָט געדאַרפֿט באַשליסן, ווי אַזוי אײַנצוטיילן די גרויסע זאַמלונג וויצן. אין אירע זכרונות פֿון דער ייִוואָ־אַספּיראַנטור אין די 1930ער יאָרן האָט לוסי דאַווידאָוויטש באַמערקט, אַז עפּשטיין האָט געהאַט אַן אויסערגעוויינטלעכן חוש פֿון הומאָר; דעריבער איז נישט קיין וווּנדער, וואָס ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ, האָט דווקא זי געבעטן צו באַאַרבעטן די וויצן־מאַטעריאַלן. נחמה עפּשטיין איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין לאָדזש און געוואָרן אַ לערערין אין די ייִדישע קולטור־קרײַזן פֿון ווילנע, ווען זי איז אַהין אַריבערגעפֿאָרן אין 1922. זי האָט אויך געשריבן לידער און רעצענזיעס, און אָפֿט פֿאַרדינט ווי אַן איבערזעצערין פֿון פּויליש אויף ייִדיש. עס קאָן זײַן, אַז איר ערשטער קאָנטאַקט אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר איז געווען איר איבערזעצונג פֿון רעגינאַ ליליענטאַלס אַרטיקל וועגן דעם "עין־הרע" אינעם זשורנאַל "ייִדישע פֿילאָלאָגיע." ווען דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן איז געקומען קיין ווילנע פֿון ניו־יאָרק אין 1930, אָנצופֿירן מיט אַ סעמינאַר וועגן פֿאָלקלאָר, האָט זי אָנטיילגענומען, און פֿון דעמאָלט אָן, האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט דער שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר. זי איז געוואָרן אַן אַספּיראַנטקע אין ייִוואָ אין 1935 און געבליבן דאָרט אַלע פֿיר יאָר ביז דער מלחמה. זי איז אומגעקומען אין פּאָנאַר אין 1942. ווי באַקאַנט, איז דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, אַן אינסטיטוציע, וווּ עס קומט פֿאָר יעדן זומער איינע פֿון די סאַמע אינטענסיווסטע ייִדיש־פּראָגראַמען אויף דער גאָרער וועלט. דעם אַלגעמיינעם ציל פֿון דער "שטײַנער־זומער־פּראָגראַם", וואָס וועט זיך באַלד פֿאַרענדיקן, האָבן די אַכצן סטודענטן גוט פֿאַרשטאַנען פֿון פֿריִער: זיך צו באַקענען מיט דער ייִדישער שפּראַך, קולטור, ליטעראַטור און געשיכטע אין משך פֿון די זיבן וואָכן. די באַטייליקטע האָבן אָבער נישט געוווּסט אַז די הײַנטיקע פּראָגראַם איז אַ בולטער רעזולטאַט פֿון אַ פֿרישן באַשלוס אין ביכער־צענטער אָנצונעמען נײַע פּראָיעקטן, וואָס שטעלן דעם טראָפּ אויף דערציִונג און נישט בלויז אויף דער געוויינטלעכער אַרבעט פֿון זאַמלען און דיגיטאַליזירן ייִדישע ביכער. גאַנצענע דרײַ שעה יעדן פֿרימאָרגן לערנט מען זיך ייִדיש, און יעדן נאָכמיטאָג ווערט געהאַלטן אַ לעקציע וועגן דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. מיט די לערן־ביכער און אַ טויזנט־זײַטיקער כרעסטאָמאַטיע אין דער האַנט האָבן די סטודענטן זיך תּיכּף גענומען צו דער אַרבעט. דער נײַער אַקאַדעמישער פֿאָקוס לאָזט זיך דערקענען דורך די פֿאָרש־אַרבעטן וואָס יעדער איינער דאַרף אָנשרײַבן. אין דעם פּרט איז די־אָ פּראָגראַם בײַם ביכער־צענטער אָן אַ פֿאַרגלײַך צווישן די אַלע ייִדישע זומער־פּראָגראַמען. יעדער סטודענט האָט באַשטימט אַ געוויסע טעמע מיט אַ שײַכות צו ייִדישיסטיק, וואָס די ייִדיש־שפּראַכיקע מקורים וועגן איר קאָן מען געפֿינען אָדער אין "ביכער־צענטער", אָדער אין "ייִוואָ" אין ניו־יאָרק. מיט אַ טויזנט יאָר צוריק האָט זיך ייִדיש אַנטוויקלט אויף דער דײַטש־רעדנדיקער טעריטאָריע, און די פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דאָס יאָר באַשלאָסן אַרויסצוהייבן די קולטורעלע פֿאַרבינדונגען, בפֿרט די מוזיק־ און טאַנץ־טראַדיציעס צווישן די צוויי קולטורן במשך פֿון די הונדערטער יאָרן. ד״ר אַלען בערן, דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האָט דאָס יאָר פֿאַרבעטן געלערנטע און עקספּערטן, סײַ אין דער ייִדישער קולטור, מוזיק און טענץ, סײַ אין דײַטשישע פֿאָלקלאָר־טראַדיציעס. אין דײַטשלאַנד איז פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק אינעם פֿאָלקלאָר צווישן דעם צפֿון־ און דרום־טייל פֿון לאַנד, האָט מען פֿאַרבעטן מומחים פֿון ביידע שטחים. אין דעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט, אין וועלכן איך האָב זיך באַטייליקט ווי אַ לעקטאָר וועגן ייִדישע פֿאָלקסלידער, האָט מען צעטיילט די קלאַסן אויף דרײַ טעמעס. "אַשכּנז 1" האָט געדעקט די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דײַטשלאַנד, וווּ מע האָט גערעדט "מערבֿ־ייִדיש"; ווי אויך טיילן פֿון צפֿון־איטאַליע, אַמסטערדאַם, און אַנדערע ערטער, וווּ די אַשכּנזישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט צו דער צײַט. "אַשכּנז 2" האָט געדעקט ייִדיש אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. אַגבֿ, האָט דער פֿילאָלאָג מאַקס ווײַנרײַך לאַנצירט די צוויי "אַשכּנז"־טערמינען. אַ דריטע "אַשכּנז"־טעמע האָט מען אויך געלערנט אין אַן אַנדער וואַרשטאַט — "אַשכּנז X". דער לערער פֿון דעם וואַרשטאַט איז געווען דער יונגער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר דן קאַהן, און אין דעם קלאַס האָבן די אָנטיילנעמער זיך באַמיט צו שאַפֿן אָריגינעלע ווערק אויף ייִדיש, אָדער וועגן ייִדיש, אָדער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, אָדער פֿון אַן אַנדער שפּראַך אין ייִדיש. אין מײַ 1951 האָט אַ גרופּע עולים, בונדיסטן, פֿון דער שארית־הפּליטה אין ישׂראל, געגרינדעט אַ סאָציאַליסטישן קרײַז מיטן נאָמען "חוג רעוני", און אַ צווײַג פֿונעם "אַרבעטער־רינג". במשך פֿון די יאָרן האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעזאַמלט אַ ריזיקע ייִדישע ביבליאָטעק מיט 30,000 ביכער, געשאַפֿן דעם "מיכאל קלעפּפֿיש כאָר", פֿאָרגעשטעלט צענדליקער ייִדישע פּיעסעס, דורכגעפֿירט אינטערעסאַנטע לעקציעס אינעם "קולטור־קרײַז" און גיט אַרויס, עד־היום, דעם חודשלעכן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן"; הײַנט, דער איינציקער וועלטלעכער ייִדישער זשורנאַל אין ישׂראל. דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל איז געווען י. אַרטוסקי, און דער צווייטער, יצחק לודען, וואָס פּראַוועט מיט דער אויסגאַבע שוין פֿערציק יאָר. אין מײַ־יוני איז דערשינען דער טאָפּל־נומער 703־704. אין דעם דאָזיקן יובֿל־נומער צייכנט אָפּ דער זשורנאַל זײַנע 60 יאָר מיט באַגריסונגען און ספּעציעלע אַרטיקלען. די געשיכטע פֿונעם זשורנאַל הייבט זיך אָן פֿון וולאַדימיר מעדעם, דעם לעגענדאַרן בונדישן פֿירער, וואָס האָט אין וואַרשע אין 1912 רעדאַקטירט די ערשטע צוויי נומערן פֿונעם בונדישן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן". דערנאָך האָט מעדעם ווידער אַרויסגעגעבן "לעבנס־פֿראַגן", ווי אַ וואָכנבלאַט אין 1918 און ווי אַ טאָג־צײַטונג אין 1920. די צײַטונג איז געשלאָסן געוואָרן דורך דער פּוילישער מאַכט, און שפּעטער אויפֿגעלעבט געוואָרן ווי די באַקאַנטע וואַרשעווער "פֿאָלקסצײַטונג". אין ישׂראל, נאָך דער מלחמה, האָט מען ווײַטער אַקטיוו אָנגעהאַלטן די טראַדיציע פֿון דער בונדישער פּרעסע און אַרויסגעגעבן "לעבנס־פֿראַגן", וואָס איז געבליבן אַן אומאָפּהענגיק קול אין דער פּאָליטישער און קולטורעלער ייִדישער וועלט. וועגן דער וויכטיקייט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" פֿאַר די בונדיסטן אין ישׂראל, און ספּעציעל פֿאַר אים אַליין, שרײַבט אַהרן שפּיראָ אין זײַן אַרטיקל "לעבנס־פֿראַגן — 60 יאָר!" און מאַיוס נאָוואַגרודזקי פֿון ניו־יאָרק, דערציילט ווי דער זשורנאַל איז געבליבן אַ ליכט פֿאַרן "בונד" איבער דער וועלט. אין דער קלעזמער־וועלט, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים אין די סוף 1970ער יאָרן, פֿאַרגעטערט מען צוויי קלאַרנעטיסטן פֿון דער אַלטער היים, דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן. די צוויי שפּילערס שטעלן מיט זיך פֿאָר דאָס בעסטע וואָס אַ מוזיקער קען דערגרייכן, שפּילנדיק אינעם טראַדיציאָנעלן נוסח. בראַנדווײַן האָט געשפּילט מיט אַ ווילדן, האַסטיקן סטיל, וואָס איז שווער נאָכצומאַכן, אַפֿילו פֿאַר די געניטסטע מוזיקער, אויב מע האָט נישט דעם טעמפּעראַמענט דערפֿאַר. טאַראַס האָט געשפּילט מער גלאַטיק, אָבער מיט אַלע קנייטשן פֿון אַן עכטן ייִדישלעכן סטיל. נו, און וואָס וועגן די אַנדערע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן אין אַמעריקע, וועלכע האָבן געשפּילט אויף טויזנטער חתונות, ווען קלעזמער זענען נאָך געווען אין דער מאָדע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה? שמואלקע בעקערמאַן, האַלט מען אויף אַ ביסל אַ נידעריקערער מדרגה ווי טאַראַס און בראַנדווײַן, אָבער אויך פֿאַר אַן עכטן שפּילער. אין אונדזער צײַט האָט געשפּילט זײַן זון סיד בעקערמאַן, אַ פּאָסט־טרעגער בײַ טאָג, און מוזיקער אין די אָוונטן (אַגבֿ, האָט ער געשפּילט אויף מײַן חתונה). פֿאַרן קלאַרנעטיסט פּאָל פּינקוס ז״ל האָט מען אויך געהאַט גרויס דרך־ארץ. וועגן פּינקוס האָט מיר דערציילט אַ טשיקאַווע מעשׂה נחום קויפֿמאַן, דער קלאַנג־ און ווידעאָ־אינזשיניער בײַ אונדז אין "פֿאָרווערטס". מע האָט אים אָנגעשטעלט צו שפּילן אַקאָרדעאָן אויף אַ ציגײַנערישער "לוויה" אין ניו־יאָרק. דער טויטער איז געלעגן אין קאַסטן און די ציגײַנער האָבן באַשטעלט אַ ייִדישע קאַפּעליע, זי זאָל שפּילן פֿריילעכע קלעזמער־שטיקלעך, כּדי "אויפֿצומונטערן" דעם מת — אַ שׂימחה! די ציגײַנער־עדה האָט שטענדיק באַשטעלט פּאָל פּינקוס, ער זאָל שפּילן אויף זײַן קלאַרנעט בײַ די געלעגנהייטן, און אים צוגעשטופּט אַלץ נאָענטער און נאָענטער צום טויטן. עס איז שווער צו דעפֿינירן דעם טערמין "פֿאָלקלאָר", אָבער פֿאַרשיידענע דעפֿיניציעס האַלטן, אַז די סטרוקטור פֿון דעם "פֿאָלקלאָר", דאַרף מער ווייניקער זיך נישט ענדערן במשך פֿון אַ צײַט, כּדי צו ווערן אָנגענומען ווי טראַדיציאָנעל. ווען דער וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן האָט פֿאַרשריבן דעם שמועס צווישן אַן אונטערוועלטניק און זײַן "פֿרײַער", בײַ וועמען ער האָט אויסגעפּרעסט געלט, האָט ער דערקענט אין דעם משׂא־מתּן אַ סטרוקטור, וואָס איז געווען כּדאַי צו פֿאַרשרײַבן. אין דעם זינען, איז לעהמאַן געווען פּיאָנעריש וואָס שייך דער דעפֿיניציע פֿון פֿאָלקלאָר. אין אַ באַנד "ייִוואָ־בלעטער" (נײַע סעריע, באַנד 4) האָב איך באַשריבן די איינציקע זאַמלונג פֿון ייִדישע קלאָגענישן אויף דער וועלט. די ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע אין ווילנע, אין פֿרילינג, 1928, האָט געבעטן די ייִוואָ־זאַמלערס אין פּוילן און אַנדערע לענדער, צו באַשרײַבן און פֿאַרשרײַבן 1) דעם מינהג פֿון "קלאָגערינס" (אויך באַקאַנט ווי "קלאָגמוטערס"); 2) די קלאָגענישן וואָס מע הערט אויף אַ לוויה; 3) ספּעציעלע נוסחאָות פֿון הספּדים. וועגן דער טראַדיציע פֿון קלאָגערינס, קלאָגמוטערס און באַוויינערינס, שרײַבט פּרטימדיק אַבֿרהם רעכטמאַן, פֿון אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, אין זײַן באַנד "ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר". אַנ־סקיס זאַמלאַרבעט האָט מען דורכגעפֿירט מיט אַ דור פֿריִער פֿונעם ייִוואָ, און אין דער קורצער צײַט, מיט דער קאַטאַסראָפֿאַלער ערשטער וועלט־מלחמה אין מיטן, איז כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די אַלטע קלאָגמוטער־טראַדיציע. בײַם ניו־יאָרקער ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין יאַנואַר האָט מען געוויזן דעם פֿילם "ראָמעאָ און דזשוליעט אין ייִדיש" פֿון איוו אַנענבערג, און די פּרעסע האָט אַ סך געשריבן סײַ וועגן דעם אויסטערלישן פֿילם, און סײַ וועגן דער חסידישער וועלט. אונדזער מיטאַרבעטערין, רחל שעכטער, האָט אינטערוויויִרט די אַקטיאָרן צו יענער צײַט און באַשריבן דעם "הו־האַ" אַרום אַ סעקס־סצענע. די וואָך, דעם 8טן יולי, וועט דער פֿילם געוויזן ווערן אַ לענגערע צײַט אינעם נײַעם קינאָ בײַם "לינקאָלן־צענטער" אין מאַנהעטן — אַ גרויסער כּבֿוד — און מיר האָבן איצט די געלעגנהייט דעם פֿילם צו רעצענזירן. די רעזשיסאָרין, איוו אַנענבערג, האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר וועלכער פֿאַרבינדט עטלעכע נאַראַטיוון, מיטן טראָפּ אויף דער קשיא — ווי זעצט מען איבער אַ שפּראַך, אַ קולטור, אַ לעבן־שטייגער? דעריבער נעמט אָן דאָס וואָרט "איבערזעצן" אַ סך אַ רײַכערן באַטײַט ווי נאָר איבערזעצן ווערטער. געוועזענע יונגע ברוקלינער חסידים וואָס זענען אַוועק פֿון זייערע היימען און קהילה, פּרוּוון זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער גרויסער וועלט, אָבער עס קומט זיי נישט אָן לײַכט. אַ ביסל שווינדלערײַ דאָ, אַ ביסל ליגנערײַ דאָרט, אָבער מיט אַ מאָל באַקומען זיי די געלעגנהייט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט דורך איבערזעצן אויף ייִדיש און פֿאַרהײַנטיקן שייקספּירס קלאַסישע טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" — כאָטש זיי קענען זיך אויס אין דעם טעקסט, ווי אַ האָן אין בני־אָדם.
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts
די אינטערנעץ פֿאַרמאָגט אירע מעלות און חסרונות. צווישן די חסרונות קען מען אויסרעכענען, אַז צוליב דער אינטערנעץ לייענט מען וואָס ווייניקער צײַטונגען און ביכער. די געזעלשאַפֿט געוויינט זיך צו אַראָפּצושלינגען נאָר קליינע "דאָזעס" אינפֿאָרמאַציע מיט אַ מאָל; די יוגנט האָט מער נישט קיין זיצפֿלייש צו הערן, אָדער צו לייענען, אָדער צו קוקן אויף עפּעס וואָס געדויערט מער ווי דרײַ מינוט. אַ מעלה פֿון דער אינטערנעץ, אָבער, איז וואָס זי דערמעגלעכט דעם צוטריט פֿאַר דער ברייטער וועלט צו רעסורסן וואָס זענען פֿריִער זייער שווער געווען צו געפֿינען. למשל, עס זענען פֿאַראַן זעלטענע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסזינגערס, וואָס, אָן דער אינטערנעץ, וואָלטן בלויז געציילטע פֿאָרשער זיי געקענט הערן. מיט עטלעכע יאָר צוריק איז אַרויס דער פֿילם, "אַ בת־ווילנע: דאָס לידערבוך פֿון מאַשע ראָסקעס", רעזשיסירט פֿון דזשאַש וואַלעצקי. דער פֿילם באַשרײַבט דאָס לעבן אין ליד פֿון מאַשע ראָסקעס, געבוירן אין ווילנע און געשטאָרבן אין מאָנטרעאָל. אַ ווידעאָ־פֿראַגמענט, ווי מאַשע ראָסקעס זינגט ייִדישע לידער קען מען זען אויף דער וועבזײַט: https://www.youtube.com/user/wsupress#p/u/4/_UeuczNy7cUנאָך דעם ווי דער פֿילם איז אַרויס, האָט איר זון, פּראָפֿ׳ דוד ראָסקעס, געשריבן אַ משפּחה־כראָניק "Yiddishlands: A Memoir" וועגן זײַן ייִחוס. דאָס בוך איז אַרויס אויף העברעיִש אונטערן נאָמען "בארץ מאַמע־לשון". |