פּערזענלעכקײטן
טערעזאַ טובֿה אין דער ראָלע פֿון בעלאַ שאַגאַל

"ווען איך, טײַערע בעלאַ, וואָלט געשריבן בריוו ווי אַן אמתער שרײַבער — וואָלט איך זיי בעסער געמאָלן. פֿאַר ווערטער שעם איך זיך. מע דאַרף זיי שטענדיק אויסבעסערן. אָבער מיר ווילט זיך דיר שרײַבן, כּדי דו זאָלסט מיר ענטפֿערן און שרײַבן וועגן אַלץ, וועגן אַלץ". בריוו פֿון מאַרק שאַגאַל צו בעלאַ שאַגאַל, ציטירט אינעם באַנד "די ערשטע באַגעגעניש".

די ייִדישע אַקטריסע, זינגערין און דראַמאַטורגין פֿון טאָראָנטאָ, טערעזע טובֿה, האָט די וואָך פֿאָרגעשטעלט איר פּיעסע אויף ענגליש ״Bella: The Color of Love״ וועגן דעם לעבן פֿון בעלאַ שאַגאַל, אַ ייִדישע שרײַבערין און מאַרק שאַגאַלס ערשטע פֿרוי. די איין־פּערזאָניקע דראַמע איז געווען אַ טייל פֿונעם "פֿילאַדעלפֿיער אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון קונסט", און האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם יעדן אָוונט.

דורך מאָנאָלאָג, מוזיק און פּראָיעקטירטע שאַגאַל־בילדער אויף דער וואַנט, האָט טובֿה במשך פֿון צוויי שעה איבערגעגעבן סײַ די ליבע, סײַ די קאָנפֿליקטן צווישן בעלאַ און מאַרק. די שטורמישע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, די רוסישע רעוואָלוציע און די צווייטע וועלט־מלחמה האָבן נישט לײַכט געמאַכט זייער צוזאַמענלעבן, אַזוי אויך אַן אָנגעשטרענגטס.

דאָס יאָר, ווען אַלע קולטור־טוערס ציטערן צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע איבער דער וועלט, האָט זיך געיאַוועט אַ געפּאַקטער עולם פֿאַרן וואָך־לאַנגיקן מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל — "קלעזקאַנאַדע". אין עס־צימער איז אָפֿט געווען שווער צו געפֿינען אַ בענקל וווּ זיך אַוועקצוזעצן און כאַפּן אַ ביסן פֿון די "געשמאַקע" מאכלים (דאָס שרײַב איך שוין מיט איראָניע; איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קיינער קומט ניט אויף "קלעזקאַנאַדע" צוליב דעם עסן). עס האָט אַוודאי יעדן איינעם הנאה געטאָן צו זען, אַז דער אינטערעס צו "קלעזקאַנאַדע" וואַקסט, און אַז דאָס 16טע יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט זיכער ניט זײַן דאָס לעצטע.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ גאַסט אין וועטעראַנען־שפּיטאָל, ניו־יאָרק (פֿון רעכטס) איציק גאָטעסמאַן, לייזער בורקאָ און ירמיהו העשעלעס ז״ל

דעם 16טן אָקטאָבער 2010 איז געשטאָרבן דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער געלעגן אין אַ וועטעראַנען־שפּיטאָל אין קווינס, ניו־יאָרק; אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט, צום באַדויערן, נישט פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען געסט. אַפֿילו אויסצוגעפֿינען בײַ זיי דעם טאָג פֿון זײַן פּטירה איז געווען אוממעגלעך, און נאָך דעם ווי איך האָב גערעדט מיט פֿיר אָפּטיילן אין שפּיטאָל, האָט דער הויפּט־באַלעבאָס מיר פּשוט געענטפֿערט, אַז די אינפֿמאָרמאַציע טאָר מען נישט "אַנטפּלעקן". האָב איך געזוכט דורך "גוגל" אויף דער אינטערנעץ, און זוכנדיק בלויז צען סעקונדעס, אויסגעפֿונען ווען העשעלעס איז ניפֿטר געוואָרן.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווען איינער באַקלאָגט זיך צו מיר, אַז די הײַנטיקע קלעזמער־באַוועגונג דערפֿירט נישט צו קיין ייִדישן קולטור־תּכלית, דאָס הייסט, אַז די נײַע קלעזמאָרים לערנען זיך נאָר אויס אַ פּאָר ייִדישע לידער, דוינעס און פֿריילעכס, אָבער נישט די ייִדישע שפּראַך, ברענג איך זיי אַקעגן אַ משל: דעם יונגן־מאַן בנימין פֿאָקס־ראָזען. ער שטאַמט פֿון דײַטשע ייִדן, פֿון אַ רעפֿאָרם־ייִדישער משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס, און קיין ייִדיש וואָרט האָט ער נישט געהערט אין דער היים. הײַנט זינגט פֿאָקס־ראָזען ייִדישע לידער אויף פֿעסטיוואַלן. אָבער, מער וויכטיק — ער לערנט זיך ייִדיש אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם צום צווייטן יאָר, וווּ ער איז אויך דער געזאַנג־לערער.

ייִדיש־וועלט

דעם טראַדיציאָנעלן פּסח־סדר ריכט מען אָפּ דאָס יאָר אין ייִדישע היימען איבער דער וועלט, און די אַלטע הגדה, כּמעט צוויי טויזנט יאָר אַלט, וועט מען לייענען בײַ דער געלעגנהייט. דער עלטסטער הגדה־כּתבֿ־יד שטאַמט פֿונעם 10טן יאָרהונדערט, און מע האָט אָנגעהויבן צו דרוקן הגדות, ווי באַזונדערע ווערק און נישט ווי אַ טייל פֿון אַ מחזור, אינעם 13טן יאָרהונדערט אין שפּאַניע און איטאַליע.

דער טעקסט פֿון דער הגדה במשך פֿון די יאָרן איז געבליבן דער זעלבער, אָבער דאָ און דאָרט האָט מען עפּעס צוגעגעבן און אַוועקגענומען. "חד גדיא" און "אחד מי יודע", למשל, האָט מען צוגעגעבן אינעם 15טן יאָרהונדערט און זיי זענען געוואָרן אַזוי באַליבט, אַז מע האָט זיי געהאַלטן ווי אַ טייל פֿונעם סדר. פּאַראָדיעס פֿון דער הגדה האָט מען אָנגעהויבן צו דרוקן אינעם 19טן יאָרהונדערט, און מע קען הײַנט אין אַ גוטער ביבליאָטעק געפֿינען אָן אַ שיעור דוגמאות פֿון די הגדה־פּאַראָדיעס.

ייִדיש־וועלט

איינס, דאָס ווייס איך

איינס, דאָס איז אונדזער גאָט,

דער וואָס לעבט, און דער וואָס שוועבט,

אין הימל און אויף דער ערד.

די ערשטע סטראָפֿע פֿונעם ייִדישן נוסח פֿונעם הגדה־ליד "אחד מי יודע" שטאַמט פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָפּענהאַגער הגדה", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1739 אין אַלטאָנאַ־האַמבורג, דײַטשלאַנד. דער קינסטלער פֿון די אילוסטראַציעס אין דער הגדה, וואָס איז אויף לשון־קודש און ייִדיש, האָט געמאָלן אורי פֿײַוווּש, דער זון פֿון יצחק־אײַזיק סגל. דאָס ליד, מיט ענלעכע ווערטער, זינגט מען נאָך הײַנט, בפֿרט אין ליטוויש־ייִדישע היימען. די אַנדערע סטראָפֿעס פֿונעם ליד אין דער אַלטער הגדה זינגט מען אַזוי: צוויי זענען די "טאַוויל"; דרײַ זענען די "פֿעטער"; פֿיר זענען די "מיטער"; פֿינף "די ביכער", זעקס "לערנונג", זיבן "פֿײַערונג", אַכט "באַשנײַדונג", נײַן "געווינערין", צען "די צען געבאָט", עלף "שטערן", צוועלף "געשלעכט", און דרײַצן "די זיטן".

צווישן נח פּרילוצקיס ערשטע עסייען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט אין דער פּסח־בײַלאַגע פֿון דער וואַרשעווער צײַטונג "אונדזער לעבן" אין 1910, איז געווען זײַן קליינע שטודיע "פֿאָלקס חד־גדיא: אַ בלעטל פֿאָלקלאָר". ער האָט באַשלאָסן צו שרײַבן וועגן די לידער צוליב זייער עלטער און ייִחוס; און פּרילוצקי איז געווען גערעכט — עס זעט אויס, אַז די פּסחדיקע לידער אויף ייִדיש, בפֿרט די וואַריאַנטן פֿון "אחד מי יודע" און "חד גדיא", זענען פֿון די עלטסטע לידער וואָס ווערן נאָך הײַנט געזונגען.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

מיט וועלכן ווערק זאָל מען אָנהייבן אַן עסיי וועגן באַשרײַבונגען פֿון ייִדישע מינהגים אין דער ייִדישער ליטעראַטור? אַ סך מעגלעכקייטן קען מען פֿאָרלייגן, אָבער איך וואָלט געשטימט פֿאַר משה־אַהרן שאַצקעס בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח: אָדער מנהג ישׂראל", אַ בוך, וואָס אין זײַן צײַט, האָט מען געלייענט, פּונקט ווי י. י. לינעצקיס שטאַרק אַנטי־חסידיש ווערק "דאָס פּוילישע ייִנגל", אין אַלע ווינקלען און עטלעכע אויפֿלאַגעס זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן.

משה־אַהרן שאַצקעס (זײַן אמתער נאָמען איז געווען מ. זעליקאָוויטש) איז געבוירן געוואָרן אין קאַרלין אין 1825 און געשטאָרבן אין קיִעוו אין 1899. דאָס בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח" האָט ער אָנגעשריבן אינעם משׂכּילישן גײַסט, מיט חוזק, סאַטירע און איראָניע לגבי דעם טראַדיציאָנעלן לעבן פֿונעם ייִד אין שטעטל. פּראָפֿ׳ דן מירון האָט לאַנצירט דעם טערמין "אַנטי־פֿאָלקלאָר", וואָס שייך די משׂכּילישע שרײַבער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וועלכע האָבן אויסגעלאַכט די גלייבענישן, פֿירעכצן און מינהגים פֿונעם אַלטן שטייגער־לעבן. מירונס באַגריף איז פּונקט צוגעפּאַסט אין דעם פֿאַל. שאַצקעס שרײַבט:

"באמת האָבן באַדאַרפֿט אונדזערע ייִדן נאָכגיין אונדזער טײַערן פֿאָטער אַבֿרהם. יעדע זאַך באַקלערן מיטן שׂכל־הישר, זען צו באַטראַכטן יעדער מינהג, יעדער פּאַראַדאָקס — צי האָט ער עפּעס אַ ממש, אָדער ניין? צי איז ער באמת אַ דין־תּורה, אָדער גלאַט אַ שטיקל חומרא און אַ פּוסק אַ פֿאַנאַטיקער, וואָס האָט קיין חס ניט אויף ייִדיש געלט, אויף זייערע מי און מאַטערניש".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער באָסטאָנער כאָר "
אַ בעסערע וועלט"
 טרעט אויף בײַ דער הזכּרה

פֿרײַטיק, דעם 25סטן מערץ, 2011, האָט מען אָפּגעמערקט הונדערט יאָר נאָכן טרײַענגל־פֿײַער, אין וועלכן 146 מענטשן זענען אומגעקומען אין אַ סוועטשאַפּ־שׂרפֿה; ס'רובֿ פֿון די קרבנות זענען געווען ייִדישע פֿרויען. לפּחות אויף צוויי פֿון די הזכּרות דאָס יאָר האָט מען געהערט ליטעראַרישע ווערק און לידער אויף ייִדיש.

אינעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי", אין אַן אַלטער שיל אויף דער איסט־סײַד האָט מען אָנגעהויבן די הזכּרה מיט אַן אָנדענק־מאַרש אויף די גאַסן. דער מאַרש האָט זיך אָנגעהויבן בײַם בנין, וואָס שטייט נאָך לעבן דעם וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק. נאָך דעם ווי מע האָט געזונגען ייִדישע אַרבעטער־ און סוועטשאַפּ־לידער מיטן חזן ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט מען אָנגעהויבן צו גיין. אינעם שטילן מאַרש האָבן אנטייל גענומען 146 מענטשן, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די אומגעקומענע אַרבעטער. צווישן די מאַרשירערס זענען געווען שרײַבער, ריכטערס, מיטגלידער פֿונעם "נײַעם ייִדישן כאָר" און קינדער.
זיבן מאָל איז מען שטיין געבליבן בײַ די הײַזער, וווּ עטלעכע פֿון די קרבנות האָבן געוווינט. אַלע אָנטיילנעמער האָבן זיך אָנגעטאָן אין די קליידער פֿון יענער צײַט (1911) און געטראָגן אַ פּלאַקאַט מיטן נאָמען פֿונעם אומגעקומענעם, וועלכן זיי האָבן פֿאָרגעשפּילט. דער פּײַקלער דזשאָיִ ווײַזענבערג האָט באַגלייט דעם מאַרש און ריטמיש געפּײַקלט.

נאָך דעם ווי מען איז אָנגעקומען אינעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי" האָט ישׂשׂכר וואַרשאַוער, די פֿידלערין דבֿורה שטראַוס און פּײַקלער דזשאָיִ ווײַזענבערג געשפּילט און געזונגען לידער פֿון די סוועטשאַפּ־פּאָעטן, צווישן זיי דוד איידלשטאַדט און מאָריס ווינטשעווסקי. די אַקטריסע און פֿאָרשערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, קאַראַיִד אָ'ברײַען און דער אַקטיאָר דוד מאַנדעלבאַום האָבן פֿאָרגעלייענט פֿון די ווערק פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד (צווישן זיי די לידער וועגן דעם פֿײַער וואָס דער דאָזיקער פּאָעט האָט געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" באַלד נאָך דער טראַגעדיע). דער קאָנצערט האָט זיך געענדיקט מיט דער תּפֿילה "אל מלא רחמים" און יעדער פֿון די 146 אָנטיילנעמער האָט אָנגעצונדן אַ ליכט אין אָנדענק פֿון אַ געוויסן קרבן פֿונעם פֿײַער.

דער אָנדענק־מאַרש אויף די גאַסן, דעם 27סטן מערץ

שבת־צו־נאַכטס, דעם 26סטן מאַרץ, האָט דער "אַרבעטער־רינג" אין ניו־יאָרק אָפּגעמערקט די "טרײַענגל־פֿײַער" טראַגעדיע מיט אַ הזכּרה אין אַ קלויסטער אין דער "איסט־ווילעדזש" געגנט פֿון מאַנהעטן. דער עולם אינעם געפּאַקטן זאַל האָט געהערט ווי תּלמידים פֿון דער "אַרבעטער־רינג" "מידטאַון"־שול זינגען און דערציילן וועגן דעם פֿײַער. די זינגערין אַדריאַן קופּער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַרבעטער־לידער אין עטלעכע שפּראַכן. סײַ קאַהן, וואָס איז יאָרצענדליק אַקטיוו ווי אַ זינגער, אַרבעטער־ און מענשטן־רעכטס קעמפֿער האָט געזונגען און דערציילט וועגן דער אַרבעטער־באַוועגונג אַמאָל און הײַנט.

ספּעציעל פֿון באָסטאָן איז געקומען דער "אַרבעטער־רינג"־כאָר — "אַ בעסערע וועלט", וואָס באַשטייט פֿון יונגע און אַלטע זינגערס. זײַן פֿאָרשטעלונג — "דער שטאָף פֿון וועלכן מיר זענען געשניטן" — האָט אַרײַנגענומען ייִדישע לידער און דראַמאַטיזירונגען פֿון געקליבענע סצענעס אין דער געשיכטע פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. דער ספּעקטאַקל האָט דערציילט ווי די ייִדישע אימיגראַנטן־קהילה אין לאַנד האָט געליטן, אָבער צוזאַמען געקעמפֿט פֿאַר בעסערע אַרבעטער־באַדינגונגען און רעכט, קעגן דעם "סוועטשאַפּ". דערבײַ האָט מען אַרויסגעהויבן דעם פֿאַקט, אַז דער קאַמף גייט ווײַטער אָן, כאָטש די אַרבעטער אין די פֿאַבריקן זענען מער נישט קיין ייִדן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
מילענאַ קאַרטאָווסקי

אין אַפּריל און מײַ וועט מען אין אַ קליינעם טעאַטער אין פּאַריז קענען הנאה האָבן פֿון אַ נײַער מוזיקאַלישער אויפֿפֿירונג פֿון ייִדישע לידער — "טשאָלנטגאַנג". די יונגע זינגערין מילענאַ קאַרטאָווסקי האָט געשאַפֿן דעם סצענאַר וועגן אַ גרופּע קלעזמאָרים וואָס שטייען אײַן אין אַ קרעטשמע און עסן כּלערליי מאַכלים, און דערבײַ הערט מען ייִדישע לידער אויף דער טעמע — עסן.

מילענאַ קאַרטאָווסקיס זיידע האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ, דערציילט זי, צום טייל, ווײַל ער איז געווען אַ חזן. ער האָט זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי אין אַ שארית־הפּליטה־לאַגער אין דײַטשלאַנד און איז געקומען קיין פּאַריז. שוין 90 יאָר אַלט, איז ער נאָך אַקטיוו, שפּאַצירט, טרינקט ווײַן, זינגט, און זײַן ביאָגראַפֿיע מיט פֿרייד און לייד, זײַן לוסט צום לעבן, האָט באַגײַסטערט זײַן אייניקל צו שאַפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין 1986, איז, אין ניו־יאָרק, געבוירן געוואָרן די קאַפּעליע "קלעזמאַטיקס" — אַן אייגנאַרטיקע גרופּע, וואָס האָט, דורך איר מוזיק, אויסגעפֿורעמט די הײַנטיקע השׂגה פֿון קלעזמער־מוזיק. די "קלעזמאַטיקס" זענען נישט געווען די ערשטע פֿון די אויפֿלעבערס פֿון דער אַלטער מוזיק, אָבער זיי זענען מסתּמא די וויכטיקסטע, מיט אַ השפּעה וואָס גרייכט איבער דער גאָרער וועלט. אין 2006 האָבן זיי געוווּנען אַ "גראַמי"־פּריז, די העכסטע אָנערקענונג פֿאַר מוזיקער פֿון דער "מוזיק־אינדוסטריע" — די איינציקע קלעזמאָרים צו באַקומען דעם פּריז. אין אַ קינסטלערישער וועלט, וווּ מוזיקער הייבן אָן נײַע פּראָיעקטן, אָבער אָפֿט מאָל דערפֿירן זיי נישט ביזן סוף, איז אַ חידוש, וואָס די "קלעזמאַטיקס" זענען געבליבן צוזאַמען פֿאַר אַזאַ לאַנגער צײַט און, דער עיקר, געבליבן שאַפֿעריש מיט נײַע געדאַנקען.

הײַנט שפּילן נאָר דרײַ מוזיקער פֿון די ערשטע באַטייליקטע אין דער גרופּע — דער טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, דער זינגער לאָרין סקלאַמבערג און דער באַסיסט און צימבלער פּאָל מאָריסעט. די אָריגינעלע פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס איז אַוועק פֿון דער גרופּע מיט צען יאָר צוריק, און הײַנט פֿאַרנעמט איר אָרט ליסאַ גוטקין. פֿאַרשיידענע קלאַרנעטיסטן האָבן געשפּילט אין דער גרופּע במשך פֿון איר געשיכטע: צו ערשט, מאַרגאָ לעווערעט, דערנאָך דוד קראַקאַוער, און נאָך אים מאַט דאַריאָ, וועלכער שפּילט נאָך הײַנט. אויפֿן אָרט פֿונעם ערשטן פּײַקלער דוד ליכט, איז געקומען ריטשי באַרשיי.


פּורים אין ניו־יאָרק, 2011
אַ רעפּאָרטאַזש פֿון איציק גאָטעסמאַן
מיט סצענעס פֿון קלעזמער־שׂימחות
 און חסידישע טישן

Purim 2011
Holiday Report
by Itzik Gottesman

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
די זינגערין שׂרה גאָרדאָן מיט איר גרופּע
"די ייִדישע פּרינצעסין"

פּורים האָט זיך אָנגעהויבן דאָס יאָר שבת־צו־נאַכטס אין דער היים, אין בראָנקס, וווּ מײַן מאַמע און איך האָבן צוזאַמען געלייענט די מגילה אויף ייִדיש לויט יהואשס איבערזעצונג — נישט אומזיסט זאָגט מען "אַ לאַנגע מגילה"! מיר האָבן זיך דערמאָנט אין די מדרשים וואָס מײַן טאַטע פֿלעג צוגעבן בײַם דערציילן די מגילה; פּרטים וואָס געפֿינען זיך נישט אין דער מגילה בכּתבֿ, נאָר אין דער "מגילה בעל־פּה". טייל מדרשים, ווי למשל, אַז אסתּר המלכּה איז געווען אַ גרינע, האָט מאַנגער אַרײַנגענומען אין זײַן שאַפֿונג.

מיט מײַן טאָכטער אסתּרל בין איך געפֿאָרן צו דער יערלעכער פּורים־שׂימחה פֿון דער גרופּע "ייִדן פֿאַר ראַסן־ און עקאָנאָמישן יושר". אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען די שׂימחה אָפּגעהאַלטן בשותּפֿות מיטן "אַרבעטער־רינג" אינעם "אַרבעטער־רינג"־בנין אויף דער 33סטער גאַס אין מאַנהעטן. דעם בנין, וואָס איז אויך געווען דער לאַנג־יאָריקער אַדרעס פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען פֿאַרקויפֿט סוף 2010, האָט מען געדאַרפֿט געפֿינען אַן אַנדער לאָקאַל — אַ קאַטוילישער קלויסטער, "סאַנקט צעציליע", אין דער פּוילישער געגנט פֿון ברוקלין, גרינפּוינט.