דאָס יאָר, ווען אַלע קולטור־טוערס ציטערן צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע איבער דער וועלט, האָט זיך געיאַוועט אַ געפּאַקטער עולם פֿאַרן וואָך־לאַנגיקן מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל — "קלעזקאַנאַדע". אין עס־צימער איז אָפֿט געווען שווער צו געפֿינען אַ בענקל וווּ זיך אַוועקצוזעצן און כאַפּן אַ ביסן פֿון די "געשמאַקע" מאכלים (דאָס שרײַב איך שוין מיט איראָניע; איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קיינער קומט ניט אויף "קלעזקאַנאַדע" צוליב דעם עסן). עס האָט אַוודאי יעדן איינעם הנאה געטאָן צו זען, אַז דער אינטערעס צו "קלעזקאַנאַדע" וואַקסט, און אַז דאָס 16טע יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט זיכער ניט זײַן דאָס לעצטע.
צום ערשטן מאָל האָט מען געבעטן דעם טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, ער זאָל אָנפֿירן ווי דער קינסטלערישער קאָאָרדינאַטאָר, און אַ דאַנק אים און זײַן קינסטלערישער פֿאַרוואַלטונג, האָט מען פֿאַרבעטן גאָר אינטערעסאַנטע לערערס, לעקטאָרן און מוזיקער.
צו דערציילן וועגן דער ספֿרדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע האָט מען פֿאַרבעטן דעם מוזיקאָלאָג פּראָפֿ׳ עדוואַרד סערוסי פֿון ישׂראל. ניט נאָר האָט ער געהאַלטן לעקציעס וועגן דעם נײַעם ישׂראלדיקן זשאַנער "מעדיטאַריאַנישע מוזיק", אָבער אויך געפֿירט אַ וואַרשטאַט, אין וועלכן ער האָט געלערנט די אָנטיילנעמער אַלטע ספֿרדישע פּיוטים. די לעגענדאַרע ספֿרדישע זינגערין פֿון באָסניע, פֿלאָרי יאַגאָדאַ, שוין אין די הויכע 80 יאָרן, איז געקומען פֿון איר היים אין וואַשינגטאָן. זי זינגט סײַ טראַדיציאָנעלע לידער, וועלכע זי געדענקט פֿון אירע קינדער־יאָרן, סײַ אָריגינעלע לידער אויף דזשודעזמאָ. איר קאָנצערט אינעם גרויסן קאָנצערט־זאַל האָט צוגצויגן אויך צוהערער פֿון דער שטאָט מאָנטרעאָל, וואָס געפֿינט זיך 80 מײַל פֿונעם "בני־ברית" זומער־לאַגער, וווּ "קלעזקאַנאַדע" קומט פֿאָר.
נאָך אַ בן־שמונים איז געקומען אויפֿן פֿעסטיוואַל און האָט יעדן באַגײַסטערט מיט זײַן חכמה, פּאָליטישן־אַקטיוויזם און יוגנטלעכקייט — דער זינגער טעאָדאָר ביקעל. ער איז געקומען מיט זײַן גרופּע "סערענדיפּיטי 4", אַ קוואַרטעט פֿון באַקאַנטע זינגערס און מוזיקער; צווישן זיי, די האָלענדישע זינגערין שורה ליפּאָווסקי, וועלכע הייבט אַרויס די אַנדערשקייטן, ווי אויך די ענלעכקייטן, אין דער מוזיק פֿון פֿעלקער. מיט ביקעל האָט די גרופּע געזונגען לידער אויף ייִדיש, דזשודעזמאָ, באָסניש, העברעיִש און גריכיש. אויף איין לעקציע האָבן זיי גערעדט וועגן זייער פּאָליטישן אַקטיוויזם, און ווי זיי פֿלעכטן אַרײַן די פּאָליטישע געדאַנקען אין זייער מוזיק־פֿאָרשטעלונגען.
אויף דער טעמע "ייִדישער הומאָר" האָט מען פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן עטלעכע מוזיקער און אַקטיאָרן. שיין בייקער, דער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אין ניו־יאָרק, האָט אויפֿגעפֿירט זײַן איין־פּערזאָניקע פּיעסע "די גרויסע בובקעס: אַ גוייִשער וועגווײַזער צום ייִדישן וואָדעוויל". די פֿאָרשטעלונג נעמט אַרײַן רעציטאַציעס פֿון ייִדישע לידער, קונצן פֿון כּישוף, און בויך־רעדערײַ. בייקער האָט, במשך פֿון דער וואָך, אויך געהאַלטן לעקציעס וועגן זײַן בינע־קונסט און דערציילט וועגן זײַנע פֿרײַנדשאַפֿטן מיט די "גראַן־דאַמען" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. ער האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם טעאַטער־וואַרשטאַט פֿון דזשעני ראָמיין, מכּוח וועלכן ס'איז כּדאַי צו רעדן באַזונדער.
די אַוואַנגאַרדישע רעזשיסאָרין און טעאַטראַל, דזשעני ראָמיין, האָט געוואָלט דורך טעאַטער באַרירן די טעמעס פֿון ייִדישן הומאָר און מוסר. צוזאַמענצובינדן די צוויי גאָר היפּוכדיקע געדאַנקען, האָט זי געניצט ווי אַ סימבאָל די הון. בײַ אונדז, ייִדן, שלאָגט מען מיט הינער כּפּרות (דאָס איז דער מוסר־מאָטיוו), אָבער מע דערציילט אויך אַ סך וויצן מיט, אָדער וועגן, הינער. דעם פֿרילינג, ווען איך האָב דערציילט ראָמיינען וועגן דער ייִוואָ־פֿאָרשערין נחמה עפּשטיין און איר אַרבעט צו קלאַסיפֿיצירן די ייִדישע וויצן וואָס די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע־קאָמיסיע" האָט געהאַט אָנגעזאַמלט אין ווילנע, האָט זי באַשלאָסן, אַז אַזאַ פּערזענלעכקייט דאַרף מען אויך אַרײַננעמען אין דער פֿאָרשטעלונג. האָט זי געבויט, כּמעט איינע אַליין, אַ "נחמה עפּשטיין־הינערפּאַרק", אַ מין קאַרנאַוואַל מיט פֿינף בודקעס. בײַ יעדער בודקע האָבן די אַקטיאָרן דערציילט וויצן, אָדער געבעטן דעם עולם צו דערציילן וויצן, אָדער וועגן מוסר און הינער. גרופּעס פֿון צען צוקוקערס זײַנען געגאַנגען פֿון בודקע צו בודקע.
שבת־צו־נאַכטס האָט די טרופּע אַקטיאָרן פֿאָרגעשטעלט אַ קורצע דראַמע — "דער אמת שיין באַקליידט", אַן אויסדרוק וואָס דער דובנער מגיד האָט געניצט צו באַשרײַבן זײַנע משלים. דער הויפּט־העלד אינעם ספּעקטאַקל איז געווען אַ ריזיקע מאָנסטער־הון, וואָס האָט יעדן איבערגעשראָקן. דזשעני ראָמיינס שאַפֿערישקייט האָט אויף אַלעמען געמאַכט אַ רושם, ווי אויך איבערגעלאָזט גענוג געדאַנקען צו פֿאַרדייען.
וואָס שייך ייִדישן הומאָר, האָט מען אויך פֿאַרבעטן צום ערשטן מאָל פּראָפֿ׳ דזשעק קוגלמאַס, אַ מבֿין אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן הומאָר, ווי אויך "קלעזקאַנאַדע"־וועטעראַנען מײַקל וועקס און פּראָפֿ' יודזשין אָרענשטיין. ד״ר אָרענשטיין האָט אויך געהאַלטן אַ לעקציע אויף ייִדיש וועגן דער קאַנאַדער ייִדישער שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב ע״ה. דער פּיאַניסט פּיט סאָקאָלאָוו איז אויפֿגעטראָטן אין אַ קאָנצערט פֿון קאָמישע לידער אויף "ייִנגליש" — חצי ענגליש, חצי ייִדיש.
דער פֿולער טעקסט: "פֿאָרווערטס", סעפּטעמבער 2—8, ז׳ 10