װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַן (זיצט, לינקס) באַקומט אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג פֿון מיקעל זאַלביד, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער "מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקער שפּראַך", דעם 3טן אָקטאָבער, 2010 אין בראָנקס.

דער וועלט־באַקאַנטער סאָציאָלינגוויסט און לאַנג־יאָריקער שרײַבער פֿאַרן "פֿאָרווערטס", ד״ר שיקל פֿישמאַן, האָט זונטיק, דעם 3טן אָקטאָבער, 2010, באַקומען אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג פֿון דער "מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקער שפּראַך" פֿאַר זײַן צושטײַער צום קאַמף פֿון "מינאָריטעט־שפּראַכן". בײַ דער צערעמאָניע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער דירה פֿון דער משפּחה פֿישמאַן אין בראָנקס, האָט זיך באַטייליקט אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַקאַדעמיע, מיקעל זאַלביד,

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
...

מיטוואָך דעם 13טן אָקטאָבער, וועט די ייִדישע טעאַטער־וועלט אין ניו־יאָרק, זיך פֿרייען בײַ געדעקטע טישן לכּבֿוד דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון דער באַליבטער אַקטריסע שפֿרה לערער. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען אין "סאָטען־פּלייס־סינאַגאָגע", וועלן אויפֿטרעטן די אַקטיאָרן און זינגער עלענאָר ריסאַ און חיים וואָלף. דער אָוונט ווערט אָרגאַניזירט דורכן "ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד־אַקטיאָרן קלוב".

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

פֿונעם ספֿר "מעבֿר יבוק": מע וואַשט זיך די הענט נאָך דער קבֿורה

געשטאָרבן, באַגראָבן, אויף יענער וועלט — ווי געפֿונען! —
אַ ווערטל פֿונעם קברן אין מײַן באָבעס שטעטל

אין דער רובריק האָבן מיר שוין אַרויסגעהויבן עטלעכע מאָל דוגמאות ווען די "פֿאָלק־רעליגיע" אָדער פּאָפּולערע רעליגיע פֿונעם פּשוטן ייִד האָט נישט געשטימט מיט דער "אָפֿיציעלער" רעליגיע. אָפֿט האָבן די רבנים געקעמפֿט קעגן די "פֿאָלקישע" פֿירעכצן און זיי טאַקע אָפּגעשטעלט.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
באָב כּהן

אין ניו־יאָרק קומט איצט פֿאָר דער יערלעכער "ניו־יאָרקער וועלט־פֿעסטיוואַל". הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל — מוזיק פֿונעם שוואַרצן ים. די אונטערנעמונג איז אַ בשותּפֿותדיקע צווישן דעם "מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי", "דעם וועלט־מוזיק־אינסטיטוט" און "דעם צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ". דער פֿעסטיוואַל שטעלט דעם טראָפּ אויף די דינאַמישע טראַדיציעס פֿון די פֿעלקער אַרום דעם שוואַרצן ים, וואָס איז אַ קווערשניט פֿון אַזיע און אייראָפּע. עס וועלן זיך באַטייליקן מוזיקער נישט נאָר פֿון די לענדער בולגאַריע, טערקײַ און רומעניע, נאָר אויך אַמעריקאַנער אימיגראַנטישע מוזיקער פֿון די לענדער.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּראָפֿ׳ בער קאָטלערמאַן

צווישן די געסט דעם זומער אין ניו־יאָרק איז געקומען פֿון ישׂראל פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן פֿון "בר־אילן"־אוניווערסיטעט. געקומען איז ער צוליב אַ קאָנפֿערענץ פֿון העברעיִש־לערערס, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש — וועגן די ייִדישע שריפֿטן פֿונעם יונגן ש. עגנון. אין "בר־אילן" געפֿינט זיך זײַן פּאָזיציע אינעם "אָפּטייל פֿון דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק", וווּ די העברעיִשע ליטעראַטור שטייט אויבן אָן, אָבער מיט קורסן וועגן דער ייִדישער און לאַדינאָ־ליטעראַטור אויך. קורסן וועגן דעם ייִדישן קינאָ און וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען זײַנע ספּעציאַליטעטן. און וועגן דער צווייטער טעמע האָט ער געהאַלטן אַ פֿײַנע לעקציע פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט אין ניו־יאָרק דעם זומער.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער געדאַנק, אַז אַ קרענק איז אַ בייזער שד איז אַ גאָר אַלטער

איינער פֿון די ערשטע סטודענטן, מיט וועלכע איך האָב זיך באַקענט, וואָס האָט שטודירט פֿאָלקלאָר, איז געווען אין מיטן פֿון שרײַבן זײַן דיסערטאַציע אויף דער טעמע — "פֿאָלקס־רפֿואות פֿאַר הינט אין די אַפּאַלאַטשיער בערג". אַז מע קען פֿאָרשן און שרײַבן באַריכות וועגן הינטישער מעדיצין איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, און וועגן דעם פֿעלד פֿון פֿאָלקס־מעדיצין האָב איך אָנגעהויבן מער צו טראַכטן: ווי קען מען אויסגעפֿינען מער וועגן דעם אינעם ייִדישן לעבן פֿון מיזרח־אייראָפּע, און וווּ קען מען לייענען מכּוח דעם אין דער ליטעראַטור.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דאָראָטעאַ גרעווע, פֿון האַמבורג, לערנט מיט אַ ייִדיש־קלאַס אין ווײַמאַר

עס קאָכט זיך מיט דער ייִדישער קולטור די טעג אין האַמבורג, דײַטשלאַנד. לעצטע וואָך, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער, איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער אָרטיקער "שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט", וועגן דעם לעבן און ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, מיט דער באַטייליקונג פֿון יאַנינאַ וווּרבס, העטהער וואַלענסיע, אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין. די וואָך הייבט זיך אָן דער "אינטערנאַציאָנאַלער קלעזמערפֿעסט־האַמבורג" מיט קאָנצערטן, וואַרשטאַטן און לעקציעס. נישט נאָר פֿאַרבעטמען די וועלט־באַרימטע מוזיקער, ווי "בראַווע אַלטע וועלט" און לאָרין סקלאַמבערג; אויך די האַמבורגער און אַנדערע דײַטשע זינגערס און קאַפּעליעס וועלן באַווײַזן דאָרט זייער קונסט.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

מיט דער נײַער טעכנאָלאָגיע, מיט וועלכער מע קען צעשיקן קלאַנג־טעקעס ("פֿײַלס") דורך דער אינטערנעץ, האָט זיך אונדז אויסגעדאַכט, אַז דאָס אַרויסגעבן קאָמפּאַקטלעך וועט אין גאַנצן אויסשטאַרבן. דער עולם האָט זיך שוין צוגעוווינט צו באַקומען לידער און מוזיק נאָר בחינם, אַ דאַנק דעם קאָמפּיוטער, און מיר לייענען שוין אָפֿט אין דער פּרעסע וועגן דעם שווערן מצבֿ אַפֿילו פֿון די גרעסערע רעקאָרדיר־סטודיאָס און פֿירמעס. הײַנטיקע צײַטן, זעט אויס, אַז דאָס פֿאַרקויפֿן קאָמפּאַקט־דיסקן האָט נאָר אַ זין פֿאַר אַ קאַפּעליע, וואָס פֿאָרט אַרום אויף טורן, און קען בײַ די קאָנצערטן פֿאַרקויפֿן איר מוזיק.

פֿאַרשײדנס
דער שופֿר בײַ די ספֿרדישע ייִדן זעט אויס אַנדערש ווי בײַ די אַשכּנזים

אָפֿט באַטראַכטן מיר די ספֿרדישע קהילה ווי איין גאַנצקייט און שיידן נישט אונטער די פֿאַרשיידענע עדות צווישן זיי; פּונקט ווי אַלע אַשכּנזישע ייִדן פֿון כּלערליי לענדער און געגנטן פֿירן זיך אַנדערש אין אַ סך פּרטים; אָבער ווערן אָפֿט באַהאַנדלט ווי איין גרופּע. ייִדן פֿון סיריע, מאַראָקאָ, גריכנלאַנד, טערקײַ און אַנדערע, אַזוי־גערופֿענע "שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע" ייִדן, שטאַמען פֿון גירוש־שפּאַניע, אָבער האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ ברייטן שטח; אין אַמעריקע האָבן זיי אויפֿגעשעטלט זייערע באַזונדערע סינאַגאָגעס. אַ טייל פֿון די ספֿרדישע מינהגים אויף ראָש־השנה זענען ענלעך צו די אַשכּנזישע מינהגים, אָבער אַנדערע — נישט.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

עדוואַרד קאַגאַנסקי (רעכטס) און יאָסל פּאָלאַק,
צוויי קלעזמאָרים פֿון בעסאַראַביע, האָבן געלערנט מיט
די ייִנגערע דורות אין "קלעזקאַנאַדע"

דאָס יאָר האָט דער "קלעזקאַנאַדע-פֿעסטיוואַל", וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט, 2010, אין די לאָרענשאָן־בערג, אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, אַרײַנגענומען אַ רײַכע פּראָגראַם. למשל, פֿון אייראָפּע איז געקומען אַ גרופּע פֿון אַכט מוזיקער, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם "אַנדערע אייראָפּעער־פּראָיעקט". דאָס איז אַ געמיש פֿון רומענישע, אוקראַיִנישע, ציגײַנערישע און ייִדישע מוזיקער, וואָס שפּילן צוזאַמען שוין צוויי יאָר אונטערן אויפֿזע פֿון אַלען בערן. אין גיכן וועט מען אַרויסלאָזן אַ פֿילם וועגן די צווישן־קולטורעלע פֿאַרבינדונגען פֿון די מוזיקער, און דערבײַ הערן ווירטואָזע מוזיק.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער שער־בלאַט פֿונעם באַנד "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", 1901

אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטישער ליטעראַטור טרעפֿט מען אָפֿט זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, וואָס די זאַמלערס האָבן אַרײַנגעשיקט פֿון פֿאַרשיידענע ערטער איבער מיזרח־אייראָפּע. אַמאָל, אָבער זעלטענער, ווערט געדרוקט אַ זאַמלונג פֿון איין שטעטל, אָדער אַפֿילו פֿון איין זינגער פֿון אַ שטעטל. לאָמיר אַ קוק טאָן אויף די קלאַסישע אַנטאָלאָגיעס און זען פֿון וואַנען די לידער האָבן געשטאַמט.

ש. גינזבורג און פּ. מאַרעקס זאַמלונג "ייִדישע פֿאָלקסלידער אין רוסלאַנד", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1901, איז געווען די ערשטע וויכטיקע אויסגאַבע. אין 1898 האָבן די צוויי רעדאַקטאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אויפֿרוף צו זאַמלען פֿאָלקסלידער. פֿופֿציק "קאָרעספּאָנדענטן" האָבן אַרײַנגשיקט לידער צו די צוויי רעדאַקטאָרן.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די ליבע איז דאָרט — מײַן נר־תּמיד.

עס ברענט און לעשט קיין מאָל ניט אויס.

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען


די זינגערין און חזנטע חנהלע בראַון איז גוט באַקאַנט דער ייִדיש־וועלט אין ניו־יאָרק. ווען זי האָט נאָך געהאַט איר מיידלשן נאָמען — חנה סלעק האָט מען זי געזען און געהערט שפּילן און זינגען אינעם "פֿאָלקסבינע"־טעאַטער. אין "פֿאָרווערטס" פֿירט זי די רובריק "טײַערע חזנטע", אין וועלכער זי ענטפֿערט אויף פּערזענלעכע פֿראַגעס פֿון לייענער איבערן לאַנד. נאָך דעם ווי זי האָט שטודירט חזנות אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט זי געפֿונען אַ שטעלע אינעם באַקאַנטן "סיני טעמפּל" אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי וווינט און אַרבעט הײַנט ווי אַ חזנטע.