װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

איך אַרבעט אינעם "אינסטיטוט פֿון פּאָליטישע און עטנאָ-נאַציאָנאַלע פֿאָרשונגען אויפֿן נאָמען פֿון איוואַן קוראַס" בײַ דער "נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט אין אוקראַיִנע", אינעם אָפּטייל פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1992. דאָס איז דער איינציקער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמישער אַנשטאַלט אין לאַנד, וואָס פֿאַרנעמט זיך אויף אַ הויכן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ מיט דער ייִדישער פּראָבלעמאַטיק.

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫אַמעריקע)
בען סטאָנהיל מיט זײַנע צוויי זין

אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָבן זיך באַוויזן געניטע זאַמלערס פֿון פֿאָלקסלידער, איבערגעגעבן דעם ציל צו "ראַטעווען די אוצרות איידער זיי פֿאַרשווינדן". אין די ערשטע יאָרן האָבן די זאַמלערס נאָר פֿאַרשריבן די ווערטער פֿון די לידער, ווײַל זעלטן ווען, האָט איינער געקענט שרײַבן נאָטן. י. ל. כּהן, למשל, האָט נישט געקענט שרײַבן מוזיק, אָבער ער האָט געפֿונען אַ מוזיקער, מיר דאַכט, ה. רוסאָטאָ, און כּהן האָט פֿאַר אים פֿירגעזונגען די לידער, און רוסאָטאָ האָט זיי פֿאַרשריבן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
בעלאַ בריקס־קלײַן

עס פֿרייט אונדז, ווען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער זענען ממשיך די קולטור־אַרבעט פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס. צום באַדויערן, געשעט דאָס נישט גענוג אויף דער ייִדישער גאַס, אָבער ביילע בריקס־קלײַן, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, איז איינע פֿון די אַקטיווסטע ייִדישע כּלל־טוער הײַנט אין ישׂראל און אַרבעט אין עטלעכע אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרנעמט פֿאַרשיידענע ייִדיש־פּאָזיציעס אין לאַנד, צווישן זיי אויך ווי די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייערין פֿונעם "פֿאָרווערטס".

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אוירווינג פֿילדס

אין אויגוסט וועט דער פּיאַניסט אוירווינג פֿילדס ווערן 95 יאָר. במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק איז ער אויפֿגעטראָטן עטלעכע מאָל בײַם יערלעכן באַנקעט פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן אין ניו־יאָרק, און אַלע האָבן באַוווּנדערט ווי אַ ייִד אין אַזאַ עלטער קען נאָך שפּילן אַזוי פֿלינק און צונויפֿשטעלן אַזוי שאַפֿעריש אַ "פּאָפּורי" פֿון פּאָפּולערע טעאַטער־לידער. דעם אמת געזאָגט, האָב איך בײַ זיך געטראַכט, אַז ער שפּילט בעסער פֿון די הײַנטיקע יונגע קלעזמער־פּיאַניסטן, וואָס ווערן געלויבט אומעטום. בײַם עלטערן דור האָט מען אים געדענקט פֿון די 1950ער יאָרן, ווען ער האָט לאַנצירט דעם זשאַנער פֿון שפּילן ייִדישע מעלאָדיעס מיט "טראָפּישע" ריטמען. אין יענע יאָרן האָבן די "מאַמבאָ"־ און "רומבאַ"־טענץ געהערשט אויף שׂימחות, און זײַנע קאָמפּאָזיציעס און אַראַנזשירונגען זענען גאָר פּאָפּולער געוואָרן אויף ייִדישע חתונות און קערמעשלעך.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אין קלעזקאַנאַדע, 2010, האָט מען זיך געלערנט טאַנצן אַ "פֿריילעכס"

אין ניו־יאָרק, דעם ערשטן דאָנערשטיק פֿון יעדן חודש, קומט פֿאָר אַ "טאַנצהויז" אין אָוונט. עס פֿירט דורך דעם אָוונט "דער צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" מיטן צימבלער פּנחס רושעפֿסקי, בראָש. אויף אַזאַ אָוונט קענט איר זען ווי די "טאַנצמײַסטערס" מיישקע אַלפּערט אָדער זאבֿ פֿעלדמאַן לערנען מיט די אָנטיילנעמער ווי צו טאַנצן אַ שער, אַ פֿריילעכס, אַ האָראַ. אַמאָל קומט צו אַ גאַסט־לערער, ווי אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, און מיט די באַזוכער פֿונעם "טאַנצהויז" לערנט ער אויס אַ קאָלאָמייקע אָדער קאַדריל.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך

דעם 9טן מײַ האָט מען אינעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק געפּראַוועט 100 יאָר פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן און די פּובליקאַציע פֿון אַ נײַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון די פֿאָלקשולן, געשריבן פֿון פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך, וואָס הייסט "Passionate Pioneers" [לײַדנשאַפֿטלעכע פּיאָנערן]. אַמאָליקע תּלמידים פֿון די פֿאָלקשולן און קעמפּער פֿון די ייִדישע קולטורעלע זומער־קאָלאָניעס זענען געקומען הערן וועגן די אינסטיטוציעס וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַזאַ וויכטיקן טייל פֿון דער יוגנט פֿון טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן.

ייִדיש־וועלט, מוזיק

עס זענען פֿאַראַן קאַפּעליעס אין דער אַזוי־גערופֿענער "נײַער קלעזמער־באַוועגונג" וואָס האָבן אַנטוויקלט אַ וועג צו שפּילן אינעם אַלטן סטיל פֿון קלעזמער־מוזיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער מיט אַ פֿרישן קוק אויף דער קונסט; דער קלאַנג זאָל דאָך קלינגען הײַנטצײַטיק און אינטערעסאַנט פֿאַרן נײַעם עולם. צוויי קאַפּעליעס וואָס האָבן אַזאַ צוגאַנג זענען "ווערעצקי־פּאַס" און "די מערלין שעפּהערד־קאַפּעליע".

די גרופּע "ווערעצקי פּאַס" באַשטייט פֿון דער פֿידלערין קוקי זעגלשטיין, דעם אַקאָרדיאָניסט און צימבלער דזשאַש האָראָוויץ און דעם קאָנטראַ־באַסיסט סטואַרט בראָטמאַן. הײַנט, זענען די דרײַ מוזיקער אָנערקענט, און טרעטן אויף אומעטום;

ביאָגראַפֿיעס, ייִדיש־וועלט

בעת מײַנע לאַנגע אינטערוויוען מיט מײַן טאַטן וועגן אונדזער משפּחה, און אַמאָליקע קרובֿים, האָט ער אַלע מאָל צוגעגעבן דעם אויסדרוק, ווי עס פֿירט זיך ווען מע זאָגט אַ קריטיש וואָרט אויף אַ פֿאַרשטאָרבענעם — "מײַנע רייד זאָלן נישט צו שווער זײַן". אָבער אַ מאָל איז דאָס קריטישע וואָרט געווען אַזוי שאַרף, אַז מיר האָבן ביידע זיך צעלאַכט, ווײַל דער אויסדרוק האָט זיכער נישט געקענט "צוגלעטן" דעם נעגאַטיוון אַרויסזאָג. אַזוינע מחשבֿות זענען מיר אַרויפֿגעקומען אויפֿן געדאַנק, ווען איך האָב געהערט, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, אינאַ העקער־גראַדע, איז געשטאָרבן יענע וואָך.

‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

טינט און גאָלד לאָזט מען שטיין,
ווען מע רופֿט, מוז מען גיין.
(פֿאָלקסליד)

עס איז טשיקאַווע, וואָס נח פּרילוצקי האָט אויסגעקליבן די טעמאַטיק פֿון טויט פֿאַר זײַן צווייטער זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקסלידער, וואָס איז דערשינען אין וואַרשע, תּרע״ג (1913).

ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין 1860 האָט אַבֿרהם טענדלאַו געדרוקט זײַן זאַמלונג "ייִדישע שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד. די הונדערטער ווערטלעך האָט טענדלאַו אַליין געזאַמלט פֿונעם פֿאָלקסמויל, און כאָטש די זאַמלונג איז די ערשטע פֿון דעם זשאַנער אין בוך־פֿאָרעם, איז זי געבליבן אַ קלאַסיש און ניצלעך ווערק ביזן הײַנטיקן טאָג אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. די ווערטלעך גופֿא, דרוקט ער אין זייער אָריגינעלער שפּראַך, ייִדיש, אָבער אין לאַטײַנישע אותיות. זײַנע באַמערקונגען שרײַבט ער אויף דײַטש.

װעלט פֿון ייִדיש, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווער וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין בערלין וועט נאָכן חורבן זיך געבן אַ צעבלי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער מוזיק און קולטור; און נאָך מער — אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער די דײַטשן נעמען מער אָנטייל ווי ייִדן. אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע חידושן מיר זיך שוין נישט וועגן דעם פֿענאָמען, ווײַל יאָר נאָך יאָר באַקענען מיר זיך מיט פֿײַנע יונגע ייִדיש־רעדערס — נישט־ייִדן — וואָס שטאַמען פֿון בערלין, צווישן זיי יאַנינאַ וווּרבס, אַנאַ קוקאַ און אַניאַ קוויליטש.

מוזיק, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער בדחן ישׂראל־יצחק ציפּערשטיין

צווישן די לידער אין מײַן באָבעס רעפּערטואַר האָט זי געזונגען אַזאַ קורץ לידל:
בײַ דעם רבֿ אין שטוב, איז מיר זייער ליב,
צוצוקוקן וואָס סע טוט זיך דאָרט, דאָרט.
דאָרטן איז מען פֿרום, מער ווי אומעטום,
נאָר איין זאַך געפֿעלט מיר ניט פֿאָרט.
דער קעכינס בויך איז העכער ווי די נאָז,