װעלט פֿון ייִדיש
דזשאָנאַטאַן ברענט

דער ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ניו־יאָרק איז אַ צענטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, דעריבער איז זײַן צוקונפֿט און זײַנע פּלענער פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער ייִדיש־וועלט. מיטן אויסקלײַב פֿון דזשאָנאַטאָן ברענט ווי דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, האָט מען באַשטימט אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט פֿון דער פֿאַרלעגערישער וועלט, וואָס האָט געדאַנקען און אײַנפֿאַלן, וועגן דער ווײַטערדיקער אַרבעט פֿון ייִוואָ.

ייִדיש־וועלט

"רב קרובֿ, איר פֿאָרט ניט קיין כעלעם?"
"נו, זענט איר דער גרויסער חכם"

יעדעס יאָר בײַ דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון די אַמעריקאַנער פֿאָלקלאָריסטן, קומט פֿאָר אַ באַנקעט און מע זיצט בײַ געדעקטע טישן — אַ טיש פֿאַר יעדן מין מומחה; דהײַנו, די פֿאָרשער פֿון אַלטע באַלאַדעס זיצן, געוויינטלעך צוזאַמען בײַ איין טיש. די זאַמלערס פֿון ווערטלעך און אויסדרוקן זיצן בײַ אַן אַנדער טיש, און די ספּעציאַליסטן אין וויצן און וויציקע מעשׂיות בײַ זייער אייגענעם טיש.

מוזיק, ייִדיש־וועלט
דזשאַש דאָלגין (לינקס) מיט זײַן קלאַס

צי געפֿינט זיך אַ מין ייִדישע מוזיק וואָס איז לויטער; וואָס איר ייִחוס־בריוו ציט זיך נאָך פֿון דוד־המלכס צײַטן, וואָס קיין פֿרעמדע השפּעה הערט מען אַבסאָלוט נישט? מע ניצט אַזוינע טערמינען ווען מע רעדט וועגן פֿאָלק־ און עטנישער מוזיק ווי "עכט" און "אַלט", אָבער אין דער אמתן, איז עכטקייט אַ רעלאַטיווער באַגריף, און די עלטער פֿון פֿאָלקמוזיק איז כּמעט ווי אוממעגלעך אָפּצושאַצן.

װעלט פֿון ייִדיש, מוזיק
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סטיווען ווײַנטרויב

נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער וועלט, און אַ פֿאַרקלענערטער צאָל אָנטיילנעמער, האָט מען אויף 7 טעג, פֿונעם 24סטן ביזן 30סטן אויגוסט, פֿאַרבראַכט אין אַ געהויבענער שטימונג, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, צווישן די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. די טרײַבנדיקע כּוחות פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס פּראַוועט זײַן 14טן יאָר, זענען, פֿון זײַן אָנהייב אָן, געווען און געבליבן ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן פֿון טאָראָנטאָ. ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער פּראָגראַם.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּוילישע אויפֿשטענדלער פֿון 1863

ווען מע הערט דאָס וואָרט "לעגענדע", טראַכט מען, געוויינטלעך, וועגן הונדערטער יאָרן צוריק, וועגן אליהו־הנבֿיא, וועגן תּלמודישע פֿיגורן. אָבער אין וואַרשע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעג זיך צוזאַמענקומען אַ גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין דער שטוב פֿונעם אַדוואָקאַט, פֿאָרשער און זאַמלער נח פּרילוצקי, און צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן געזאַמלט, זענען געווען לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר פֿון דער מאָדערנער, הײַנטיקער וועלט.

װעלט פֿון ייִדיש

אין איטאַליע איז לעצטנס אַרויס אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע, מיט ענגלישער איבערזעצונג — "טראָט בײַ טראָט: הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע" [Step By Step: Contemporary Yiddish Poetry], 233 זײַטן, בראָשירט, רעדאַקטירט פֿון עליסאַ בן־פּורתּ און מאַרגעריטאַ פּאַסקוטשי. דאָס בוך נעמט אַרײַן לידער פֿון 22 מאָדערנע פּאָעטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער איבער דער וועלט.

אין זייער אַרײַנפֿיר שרײַבן די רעדאַקטאָרן וועגן זייער נאָענטער באַציִונג מיטן דײַטשן ייִדישיסט, פֿאָטאָגראַף און שרײַבער, יאַנקל קאָזין. אַ דאַנק זײַן אייגנאַרטיקן כאַראַקטער, האָט ער זיי אינספּירירט צו בלײַבן נאָענט צו ייִדיש, און זײַן ייִדישע פּאָעזיע האָט אויף זיי משפּיע געווען צונויפֿצושטעלן די דאָזיקע אַנטאָלאָגיע.

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

יענע וואָך איז אַרויס דאָס נײַע קאָמפּאַקטל Saints & Tzadiks (סאַנקטן און צדיקים) פֿון די זינגערס לאָרין סקלאַמבערג און סוזען מיק׳קאַוען. סקלאַמבערג איז באַקאַנט ווי דער זינגער פֿון דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס" און פֿאַר זײַנע רעקאָרדירונגען פֿון ניגונים און זמירות, צוזאַמען מיטן טרומייטער פֿראַנק לאָנדאָן. אָבער די רעקאָרדירונג נעמט נישט נאָר אַרײַן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿאָלקסלידער, נאָר אויך אירלענדישע פֿאָלקסלידער. ביידע זינגערס זינגען סײַ די ייִדישע, סײַ די אירלענדישע לידער, און די רעזולטאַטן זענען זייער געראָטענע.

ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַן עלטערע זאַמלונג פֿון די מעשׂיות פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער; פּשעמישל, אָן אַ דאַטע

"איין מאָל איז הערשעלע געזעסן צווישן אַ גרויסער געזעלשאַפֿט מיט וויכטיקע סוחרים. פֿרעגן זיי אים, "ר' הערש, ווער נייט אײַך צו דעם, וואָס איר פֿאַרברענגט די צײַט כּסדר אין לצנות. זאָגט הערשעלע — "זעקס זאַכן האָבן מיך געבראַכט דערצו. איך האָב איין ווײַב מיט פֿיר קינדער און קיין ברויט." די סוחרים איז זייער געפֿעלן געוואָרן דער ענטפֿער פֿון הערשעלען האָבן זיי אים געמאַכט אַ שיינע נדבֿה".

דער וויצלער הערשעלע אָסטראָפּאָליער (בײַ אונדז זאָגט מען — "הערשעלע סטראָפּעלער", אַנדערע "עסטראָפּאָלער) איז איינער אין אַ לאַנגער אייראָפּעיִשער טראַדיציע פֿון וויצלערס, וואָס רעאַגירן אויף זייער ביטערער דאָליע מיט קלוגע, שאַרפֿע ווערטער און שפּיצלעך.

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דאָס קאָמפּאַקטל אין וועלכן מאיר באָגדאַנסקי זינגט פֿאָלקסלידער

זונטיק, דעם 2טן אויגוסט, האָט מען בײַם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם פֿאָלק־זינגער און קאָמפּאָזיטאָר מאיר באָגדאַנסקי (1912—2005). דאָס איז אַ יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר דעם ערשטן נאָכמיטאָג פֿון "אָט אַזוי!" — אַן אינטענסיווער ייִדיש־קורס, וואָס הייבט איצט אָן דעם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אין זײַן אַכטן יאָר.

אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטן פֿון לאָנדאָן: חיהלע ביר, ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, באַרי דייוויס, ייִדיש־לערער און אַקטיאָר, העטהער וואַלענסיע, ייִדיש־לערער.

חורבן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אילוסטראַציע פֿון עזרא מאַש, פֿונעם בוך
"Folktales of Joha"

אינעם וועלט־פֿאָלקלאָר פֿון וויצן און וויציקע דערציילונגען פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט דער כיטרער כאַראַקטער פֿון אַן אָרעמאַן, אָדער איינער פֿון די נידעריקע קלאַסן, וואָס דורך זײַן חכמה נאַרט ער אָפּ דעם שטאַרקערן, דעם "אָפֿיציעלן", די מאה־דעה. טייל אַקאַדעמישע אויסטײַטשער פֿון דער תּורה האַלטן, אַז אַפֿילו אַבֿרהם אָבֿינו שפּילט צו מאָל אַזאַ ראָלע אין געוויסע קאַפּיטלעך פֿון בראשית, און אין דער מאָדערנער צײַט זענען די וויצלער — הערשעלע אָסטראָפּאָליער, מאָטקע חב״ד, פֿרוים גרײַדינגער — גוט באַקאַנט דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד.

קהילה־לעבן, קולטור
דני קאָרן

אין תּל־אָבֿיבֿ שפּילט "בית־בסרביה", דער וועלט־צענטער פֿון די בעסאַראַבער ייִדן, נישט קיין קליינע ראָלע אינעם ייִדישן קולטור־לעבן פֿונעם לאַנד. דער איצטיקער פּרעזידענט, דני קאָרן, דער זון פֿונעם פּאָליטיקער, שרײַבער און גרינדער פֿונעם "וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש", יצחק קאָרן ז״ל, איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע און מיר האָבן אים אויסגעפֿרעגט וועגן דער אינסטיטוציע, איר געשיכטע, אויפֿטוען און פּלענער.

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אַלע ווייסן פֿון וואָס עס באַשטייט אַ ביבליאָגראַפֿיע — אַ פּרטימדיקע רשימה פֿון ביכער, געוויינטלעך, אויף אַ געוויסער טעמע. פֿאַר ס‘רובֿ פֿאָרש־אָרבעטן דאַרף מען זיך באַניצן מיט ביכער, אַרטיקלען און אַרכיוו־דאָקומענטן, און די ביבליאָגראַפֿיעס קענען דעם פֿאָרשער פֿאַרשפּאָרן אַ סך צײַט און מי, און פֿאַרזיכערן, צווישן אַנדערע זאַכן, אַז מע פֿאָרשט נישט די זעלבע טעמע וואָס אַ צווייטער האָט שוין געמאַכט (דאָס הייסט, אויב מע וויל נישט).