קונסט
" שענקט אַ נדבֿה! מיר זענען נישט אַזוי רײַך ווי אונדזערע טאַטע־מאַמעס זענען געווען אין אונדזער עלטער" — דיינאַ פֿראַדאָן, 1992

די "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" וואָס דער פֿינאַנציר־מאַגנאַט פּירפּאַנט מאָרגאַן (1837—1913) האָט געגרידנעט מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן ווי זײַן פּריוואַטע ביבליאָטעק, און איז געוואָרן אַ וויכטיקער פּריוואַטער מוזיי און אומאָפּהענגיקע פֿאָרש־ביבליאָטעק אין צענטער ניו־יאָרק. אין 1924 האָט זײַן זון דזשאַק איבערגעמאַכט די ביבליאָטעק, און זי געמאַכט פֿאַר אַן עפֿנטלעכער אינסטיטוציע.

קונסט
מאַרק שאַגאַל: "לוי", ירושלימער פֿענצטער, 1962

לעבן דעם "קאָלומבוס־קרײַז" אין מאַנהעטן האָט זיך מיט עטלעכע יאָר צוריק שטילערהייט געעפֿנט אַ קליינער מוזיי — "דער מוזיי פֿאַר ביבלישער קונסט" — מיטן שליחות אַרויסצוהייבן די פֿאַרשיידענע פֿאַרבינדונגען צווישן קונסט, רעליגיע און דער ביבל — וואָס פֿאַר די גרינדער, נעמט אַרײַן סײַ דעם ייִדישן תּנ״ך, סײַ דעם קריסטלעכן "נײַעם טעסטאַמענט". לויט זייער פּירסום ווילן זיי "פֿאַרבינדן די באַקאַנטע רעליגיעזע אימאַזשן מיט זייערע געשיכטעס, נישט נאָר קוקן אויף דער קונסט עסטעטיש, נאָר אויך באַטראַכטן זי דורך די פּערספּעקטיוון פֿון מינהג, לעבן־שטייגער, קולטורעלן קאָנטעקסט, פֿונקציע און דעם באַטײַט פֿונעם ווערק, ווען עס איז געשאַפֿן געוואָרן.

קינאָ
דער פּורים־שפּילער

אין 1992 איז געגרינדעט געוואָרן דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל, צונויפֿגעשטעלט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק און דער חשובֿער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער". במשך פֿון דער צײַט, איז עס געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין וועלכער מע קען זען פֿילמען פֿון דער גאַנצער וועלט, וואָס האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן לעבן און קענען ווערן אָפּגעשאַצט. הײַנטיקס יאָר וועט דער פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען פֿונעם 14טן יאַנואַר ביזן 29סטן יאַנואַר און אַרײַננעמען סײַ לענגערע נאַראַטיווע פֿילמען, סײַ קירצערע און דאָקומענטאַלע פֿילמען.

ייִדיש־וועלט, מוזיק
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חנוכּה אין "קלעזקעמפּ"

שוין פֿיר און צוואַנציק יאָר ווי הונדערטער מוזיקער און ליבהאָבער פֿון ייִדיש געזעגענען זיך מיטן אַלטן יאָר סוף־דעצעמבער בײַ אַ וואָך פֿון מוזיק און ייִדישער קולטור בײַם "קלעזקעמפּ"; אַ וואָך־לאַנגיקער פֿעסטיוואַל און סעמינאַר, דורכגעפֿירט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "ליווינג־טראַדישאָנס" (לעבעדיקע טראַדיציעס) אין די קעטסקיל־בערג פֿון ניו־יאָרק. "קלעזקעמפּ" איז געווען דער ערשטער פֿון אַזוינע מוזיק־ און קולטור־וואָכן, וואָס קומען הײַנט פֿאָר אין מאָנטרעאָל,

ייִדיש־וועלט, קולטור
אַ שיל אין שטעטל פֿאַגאַראַס

אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג פֿון די שילן אין דרום־טראַנסילוואַניע (אויף ייִדיש — זיבנבערגן אָדער זימבערגן) אין דער הײַנטיקער רומעניע וועט זיך עפֿענען בלויז אויף עטלעכע טעג אינעם אַטראַן־זאַל בײַם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" דינסטיק, דעם 6טן יאַנואַר. די קוראַטאָרין און פֿאָרשערין פֿון די בילדער איז דזשולי דאָוסאָן, אַן אַמעריקאַנער געבוירענע, וואָס האָט זיך באַזעצט מיט אַנדערטהאַלבן יאָר צוריק אינעם שטעטל סיגאַשאָרע (אויף ייִדיש — טשעסבורג), אַן אָרט מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 32,000 מענטשן.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע

דער ראַבינער מײַקל סטראַספֿעלד, באַקאַנט ווי אַ מחבר און אַקטיוויסט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק, האָט אָנגעהויבן זאַמלען אַלטע ייִדישע שילדן, דער עיקר, פֿון דער איסט־סײַד, מיט דרײַסיק יאָר צוריק. צו יענער צײַט איז ער געווען אַ לערער אין אַ ייִדישער שול אין הײַד־פּאַרק, לעבן באָסטאָן. אין אַ קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע — "חבֿרה שומרי־שבת" — האָט ער געפֿונען אַ שילדל, וואָס איז אַפֿילו מער נישט געהאָנגען אויף דער וואַנט, נאָר געלעגן אין אַ ווינקל. אויפֿן שילדל איז געשטאַנען אויף ייִדיש, אַז אויב מע וויל באַקומען אַן עליה אָדער אַרויפֿגיין צו דוכענען אין דער שיל דאַרף מען זײַן אַ שומר־שבת.

װעלט פֿון ייִדיש
פּראָפֿ רחל ראָזשאַנסקי

אונדזערע לייענער, וועלכע האַלטן אַ חשבון פֿון וואָס ס‘קומט פֿאָר אין דער ייִדיש־וועלט אין מדינת־ישׂראל, האָבן אַוודאי זיך געכאַפּט, אַז מע האָט שוין לאַנג נישט געהערט קיין נײַעס פֿון דער מלוכה־אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש — "די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור". מע זעט נישט קיין נײַע נומערן פֿון "טאָפּלפּונקט", און מע הערט נישט קיין אַנדערע ידיעות. צוליב פֿאַרשיידענע טעמים, דער עיקר, אינערלעכע קריגערײַען נאָך דעם ווי אשר פּורת האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָזיציע ווי דער ראָש, געפֿינט זיך די אינסטאַנץ אין אַ פּאַראַלאַזירטן מצבֿ שוין אָט דרײַ יאָר.

טעאַטער
די טרופּע פֿון "קינדער און ייִדיש"

ווי אַזוי ציט מען צו די אַמעריקאַנער יוגנט, וואָס קען אין גאַנצן נישט קיין ייִדיש, צו מאַמע־לשון? די אַלטע, האַרבע פּראָבלעם האָט מער ווי איין דור געפּלעפֿט. זייער ווייניק אַמעריקאַנער געבוירענע משפּחות פֿון דער וועלטלעכער סבֿיבֿה רעדן ייִדיש אין דער היים מיט זייערע קינדער. קיין ייִדישע טאָגשולן פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערנער ייִדישער קולטור האָט מען קיין מאָל נישט אויפֿגעשטעלט. די ייִדישע פֿאָלקשולן האָבן אויפֿגעטאָן אַ סך, אָבער נישט אויפֿגעהאָדעוועט קיין ייִדיש־רעדנדיקע קינדער.

טעאַטער
גימפּל תּם (אָדם שאַפּיראָ)

— ס‘איז קיין גאָט אויך נישטאָ
— וואָס זשע, זאָג איך, איז יאָ דאָ?
— אַ טיפֿע בלאָטע

אין יצחק באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם", וואָס איז אַרויס אין אַ זאַמלונג אין 1957, האָט דער מחבר אַרויסגעבראַכט דאָס שלימזלדיקע לעבן פֿונעם העלד און זײַן באַציִונג צו דער וועלט, צום לעבן און צום גורל פֿונעם מענטשן.

‫רעפּאָרטאַזשן
די וווּלקאַנען הויערן איבער די שטעטלעך פֿון גוואַטאַמאַלע

אונדזער נסיעה קיין גוואַטעמאַלע איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך בין געפֿאָרן קיין צענטראַל־אַמעריקע. אונדזער טעכטערל, אסתּרל, האָט באַשלאָסן צו נעמען אַ יאָר פֿרײַ פֿון אוניווערסיטעט דאָס יאָר, כּדי צו זען די וועלט, איידער זי גייט ווײַטער אָן מיט אירע שטודיעס. זי האָט געפֿאָרשט דורך אינטערנעץ חדשים לאַנג, וווּ אָנהייבן איר נסיעה, און געפֿונען, אַז אינעם לענדל גוואַטעמאַלאַ קען מען אי וווינען זייער ביליק, אי געפֿינען פּראָגראַמען צו שטודירן שפּאַניש און העלפֿן דער אָרטיקער אָרעמער באַפֿעלקערונג אין דער זעלביקער צײַט.

ייִדיש־וועלט
שרון בר־כּוכבֿה

פֿון פּאַריז איז געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק די יונגע לערערין און פֿאָרשערין, שרון בר־כּוכבֿא. אַ דאַנק אירע טאַטע־מאַמע, וועלכע האָבן גענומען פֿרײַ עטלעכע יאָר פֿון זייער אַרבעט אין ישׂראל צו קענען וווינען אין ניו־יאָרק, האָט זי אויך געהאַט אַ גוטן תּירוץ צו קומען קיין ניו־יאָרק צום ערשטן מאָל. בר־כּוכבֿא האָט אונדז געבראַכט אַ גרוס פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", וווּ זי איז אַקטיוו ווי אַ ביבליאָטעקערין, אַ לערערין און סטודענקטע שוין עטלעכע יאָר.

קונסט
מאַרק שאַגאַל, “אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער

דעם זונטיק, דעם 9טן נאָוועמבער, האָט זיך געעפֿנט אַ זעלטענע אויסשטעלונג אינעם "ייִדישן מוזיי" (Jewish Museum) אין ניו־יאָרק — "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטרוסלאַנד, 1919—1949". די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן מער ווי 200 חפֿצים — מאָלערײַען, צייכענונגען, אַפֿישן, פּראָגראַמען, קאָסטיומען־עסקיזן — ס‘רובֿ האָט מען קיין מאָל נישט געזען פֿריִער אין אַמעריקע. די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, סוזאַן טומאַרקין־גודמאַן, פֿונעם "ייִדישן מוזיי", האָט צוזאַמענגעבראַכט די אָביעקטן פֿון די אַרכיוון און פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.