- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מאָנטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, 7:00 אין אָוונט, אין ניו־יאָרק, וועט פֿאָרקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם "אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" און לכּבֿוד די צוויי מײַסטער פֿון דער ייִדישער טאַנץ־קונסט, פּערל לאַנג און פֿעליקס פֿיביך. דער אָוונט וועט פֿאָרקומען אין Theater 80 St. Mark‘s, וואָס געפֿינט זיך צווישן דער ערשטער און צווייטער עוועניו, 80 סײַנט־מאַרקס פּלייס, אין מאַנהעטן. "עס איז נישטאָ קיין באַוועגונג אָן אַן עמאָציאָנעלן אָפּקלאַנג אין דער כאָרעאָגראַפֿיע פֿון פּערל לאַנג" — האָט געשריבן אַנאַ קיסלגאָף, די טאַנץ־קריטיקערין פֿון די "ניו־יאָרק־טײַמס". די שטאָט סאַן־דיעגאָ און פֿאָרשטאָט לאַ־הויאַ אין קאַליפֿאָרניע זענען מער באַקאַנט פֿאַר זייערע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס און טעכנאָלאָגישע פֿירמעס. אָבער פֿונעם 24סטן ביזן 27סטן אָקטאָבער האָט מען דאָרטן אָפּגעהאַלטן די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן"; אַן אונטערנעמונג וואָס ברענגט צונויף פֿאָרשטייער פֿון אַלע עקן אַמעריקע, ווי אויך ייִדיש־ליבהאָבער פֿון מעקסיקע, קאַנאַדע, און נאָך אַנדערע לענדער. די אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן האָט זיך געגרינדעט אין 1993 אין וואַשינגטאָן און די הײַיאָריקע קאָנפֿערענץ איז געווען די צוועלעפֿטע אין איר געשיכטע. דאָס יאָר האָט מען באַטאָנט עטלעכע טעמעס און צילן. אַ פּלאַן פֿון אַן אַטענטאַט אויף אָבאַמאַ מאָנטיק, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט צוויי "גאָלע־קעפּ" ("סקינהעדס") פֿון טענעסי און אַרקענסאָ, און זיי באַשולדיקט אין צוגרייטן אַן אַטענטאַט אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ. די צוויי בחורים האָט מען באַשולדיקט אין פֿאַרמאָגן אומלעגאַל געווער, פּלאַנירן צו גנבֿענען געווער און אין שטעלן אין סכּנה דאָס לעבן פֿון אַ קאַנדידאַט פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אַ פֿעדעראַלער אַגענט האָט אין אַ ראַפּאָרט, געשריבן, אַז די צוויי יונגען האָבן געוואָלט אומברענגען אַן ערך 88 שוואַרצע תּלמידים אין אַ שול און אָפּהאַקן די קעפּ פֿון 14 פֿון זיי. די צוויי נומערן — 14 און 88 — זענען סימבאָלן אין דער ראַסיסטישער, נאַצישער "גאָלע־קעפּ"־קולטור. דער לאַנגער קינסטלערישער וועג פֿון משה יאַסור, אַ געבוירענער אין רומעניע, האָט אים געפֿירט פֿון יאַס, קיין ישׂראל און דערנאָך קיין ניו־יאָרק. כאָטש ער רעזשיסירט שוין לאַנגע יאָרן אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן מלוכה־ טעאַטער, וועט ער צום ערשטן מאָל שטעלן פֿאַרן "פֿאָלקסבינע־נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער" זײַן באַאַרבעטונג פֿון באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם". די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 23סטן נאָוועמבער און מע וועט זי פֿאָרשטעלן ביזן 28סטן דעצעמבער. די "קינאָ־געזעלשאַפֿט" בײַם לינקאָלן־צענטער אין ניו־יאָרק וועט פֿאָרשטעלן דעם גרעסטן פֿילם־פֿעסטיוואַל וואָס איז אַמאָל אָרגאַניזירט געוואָרן לכּבֿוד דעם פּוילישן פֿילם־רעזשיסאָר, אַנדזשיי ווײַדאַ. דער פֿעסטיוואַל — "מיט אמת אָדער מוט: די פֿילמען פֿון אַנדזשיי ווײַדאַ" — נעמט אַרײַן 37 פֿילמען, וואָס דער קינסטלער האָט געמאַכט בעת זײַן לאַנגער 50־יאָריקער קאַריערע. ווײַדאַ האָט שוין באַקומען די חשובֿסטע פּריזן אין דער קינאָ־וועלט, צווישן זיי דער "פּאַלם־ד׳אָר" בײַם פֿילם־פֿעסטיוואַל אין קאַן, פֿראַנקרײַך און אַן "אָסקאַר"אין האָליוווּד. אַמאָליקע אַריסטאָקראַטן און אַדל־לײַט פֿון אייראָפּע פֿלעגן זאַמלען אָביעקטן פֿון דער נאַטור; זאַכן, וועלכע, אָפֿט מאָל, האָט מען זיי ערשט געפֿונען אין "דער נײַער וועלט" און מען איז נישט געווען זיכער אַפֿילו, וואָס זיי זענען. די קוריאָזן האָט מען אויסגעשטעלט פֿאַר געסט, דיפּלאָמאַטן, אָדער אַנדערע מענטשן מיט אַ דעה, כּדי צו מאַכן אויף זיי אַ רושם מיט זייער וויסן און מאַכט. אויף דײַטש האָט מען אַזאַ זאַמלונג אָנגערופֿן אַ וווּנדער־קאַמער, מיינענדיק אַ גאַנצע שטוב, אָנגעפֿילט מיט די קוריאָזן־חפֿצים. אין אַנדערע ערטער האָט מען זיי אויסגעשטעלט אין אַ שאַפֿקע, און די זאַמלונג אָנגערופֿן — "אַ שאַפֿקע פֿון קוריאָזן". קול תּקיעה וקול תּרועה — און עס קומט נאָך אַלץ ניט די ישועה דער שורש פֿונעם וואָרט "שופֿר" איז פֿאַרבונדן, האַלט מען הײַנט, מיטן וואָרט פֿאַר אַ ווילדן שעפֿל. די בלאָז־קלאַנגען פֿונעם שופֿר "תּקיעה" און "תּרועה" ווערן דערמאָנט אין חומש. ווי וויכטיק איז די ראָלע פֿונעם שופֿר אין דער צײַט פֿונעם נײַעם יאָר, זעט מען שוין אין דער פֿאַרצייכענונג פֿון ראָש־השנה ווי "יום-תּרועה" אין חומש. די סימבאָליק וואָס מע געפֿינט אין די ראָש־השנהדיקע מינהגים, איז גוט באַקאַנט — למשל, מע עסט דעם קאָפּ פֿון אַ פֿיש, ווײַל ראָש איז טײַטש קאָפּ, אָדער מע עסט מערן־צימעס, מע זאָל, מיט מזל, זיך מערן אינעם נײַעם יאָר. דעם זיסן עפּל אײַנגעטונקען אין האָניק עסט מען, מע זאָל האָבן אַ זיס יאָר. אַנדערע דערמאָנען, אַז עזרא הסופֿר האָט שוין אונדז געהייסן ראָש־השנה עסן זיסע מאכלים — "אכלו משמנים ושתו ממתקים". איינער פֿון די גרעסטע און שאַפֿערישסטע, ווי אויך עקצענטרישסטע, אַמעריקאַנער דענקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט איז געווען ר. באָקמינסטער פֿולער (1895 — 1983). ער איז געווען אַן אַרכיטעקט, אַ פֿילאָסאָף, אַ פּאָעט, אַן אויסגעפֿינער און צווישן די ערשטע שטיצער פֿון אַלטערנאַטיווע מקורים פֿון ענערגיע. פֿולער האָט אויסגעטראַכט דעם "געאָדעזישן קופּאָל", וואָס מע האָט געניצט איבער דער וועלט צו בויען הײַזער און אַנדערע סטרוקטורן. דאָס יאָר איז דער "קלעזקאַנאַדע"־פֿעסטיוואַל געוואָרן אַ ביסל מער היימישער ווי געוויינטלעך. מע קען "דאַנקען" דעם פֿינאַנציעלן קריזיס פֿאַר דעם — עטלעכע צענדליק מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשריבן מיט חדשים פֿריִער, האָבן אין דער לעצטער מינוט באַשלאָסן, אַז זיי קענען זיך נישט פֿאַרגינען צו קומען און בלײַבן אין דער היים. וווּ מען איז געגאַנגען, האָט מען געקאָנט הערן, ווי מע ברומט אונטער מיט כּעס אויף די אַמעריקאַנער, וועלכע זענען "שולדיק" אין דעם שלעכטן מצבֿ, וואָס ווירקט אויף אַלע קולטור־אונטערנעמונגען די טעג. אין 1973, ווען ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס מײַסטערווערק — די פֿיר בענדיקע "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" האָט מען באַלד אײַנגעזען, אַז דאָס איז נישט נאָר אַ געשיכטע פֿון ייִדיש, נאָר אַ געשיכטע פֿון דער גאַנצער אַשכּנזישער קהילה, און נאָך מער — עס האָט אויך אַנאַליזירט די באַציִונג צווישן שפּראַך און געזעלשאַפֿט און די היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון שפּראַכן אין אַלגעמיין. ווײַנרײַכס "געשיכטע" האָט תּיכּף פֿאַרנומען דעם אויבן אָן אין דער ליטעראַטור פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק. פֿונעם נײַעם נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך: צײַטשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען תּשס״ח/ 28" איז צו זען, אַז פֿון אַ ירושלימער אַלמאַנאַך איז געוואָרן אַ וועלט־אַלמאַנאַך פֿון דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור. דער הײַנטיקער רעדאַקטאָר, פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער, וועלכער האָט איבערגענומען די רעדאַקציע פֿון זײַן טאַטן, דער פּאָעט, יוסף קערלער ז״ל, האָט פֿאַרברייטערט דעם תּוכן פֿון דער צײַטשריפֿט, סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ טעמאַטיש. |