- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
משה נאַריד אין זײַן לענגערער פּאָעמע "ריווינגטאָן־סטריט" פֿרעגט רעטאָריש בײַם לייענער — "צי איך קען ריווינגטאָן־סטריט?" הײַנט וואָלט מען אים רויִק געקענט ענטפֿערן — ניין, ר׳ משה, איר קענט נישט ריווינגטאָן־סטריט! ווײַל דאָרט אויף דער באַוערי, צווישן סטאַנטאָן־גאַס און ריווינגטאָן האָט זיך די טעג געעפֿנט אַ היפּער־מאָדערנער מוזיי — "דער נײַער מוזיי פֿון הײַנטצײַטיקער קונסט". די איצטיקע איסט־סײַד איז נישט וואָס ס‘איז אַמאָל געווען און דאָס בויען פֿונעם מוזיי דאָרטן איז אַ סימן, אַז אַלע ליידיקע ערטער אין מאַנהעטן, וווּ זיי זאָלן זיך נישט געפֿינען, האָבן באַקומען אַ ווערט פֿאַר בויערס, ווי אויך טוריסטן. דער אימאַזש פֿון דער מנורה, וואָס האָט געברענט אינעם בית־המיקדש, האָט זיך כּמעט נישט געביטן במשך פֿון טויזנטער יאָרן. דאָס בילד פֿונעם זיבן־צווײַגנדיקן לאָמפּ, וואָס מע האָט געפֿונען אײַנגעקריצט אויף אַלטע טעפּ און מטבעות איז, אין תּוך, דאָס זעלבע וואָס מע זעט הײַנט אין די סינאַגאָגעס, מער ווי 2000 יאָר שפּעטער. אָבער די פֿאָרעם פֿונעם חנוכּה־לעמפּל, וואָס מיר צינדן אָן אַלע אַכט נעכט פֿונעם יום־טובֿ, דער היימישער סימבאָל פֿון דער מנורה, האָט זיך אַנטוויקלט אין כּלערליי ריכטונגען, סײַ אין דער פֿאָלקסקונסט, סײַ בײַ די מער געבילדעטע קינסטלער. מיט 75 יאָר צוריק האָט סאָל פֿרישמאַן, אַ געבוירענער אין בויאַן, בוקעווינע, געעפֿנט אין די בראָנקס אַ קלייט פֿאַר פֿרויען־אונטערוועש, וואָס האָט זיך געהאַלטן ביז איצט. דאָס שליסן זיך פֿונעם געשעפֿט סוף־דעצעמבער אין דער פּעלהעם־פּאַרקוויי־געגנט ווערט באַטראַכט ווי "דער סוף פֿון אַ תּקופֿה"; אַ צײַט, ווען דער סוחר האָט הויך אָפּגעשאַצט די וויכטיקייט פֿונעם קונה און אים (אָדער אין דעם פֿאַל — זי) באַהאַנדלט ווי אַן אויג אין קאָפּ; ווען דער קונה האָט זיך נישט געזאָרגט וועגן דער ערלעכקייט פֿונעם באַלעבאָס און סײַ דער פֿאַרקויפֿער, סײַ דער אײַנקויפֿער האָבן נישט בלויז זיך איינער דעם אַנדערן געטרויט, נאָר אַפֿילו ליב געהאַט. אַ נײַע בילדער־אויסשטעלונג — "יצחק־באַשעוויס זינגער און די איסט־סײַד: פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ברוס דייווידזאָן", האָט זיך געעפֿנט אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי און וועט בלײַבן דאָרט ביזן 3טן פֿעברואַר 2008. די קליינע אויסשטעלונג נעמט אַרײַן צענדליקער בילדער פֿון די 1970ער יאָרן. אויף אַ טעלעוויזאָר אין דער גאַלעריע שפּילט כּסדר דייווידזאָנס 25־מינוטיקער פֿילם "דער קאָשמאַר און פֿרוי פּופּקאָס באָרד", געבויט אויף באַשעוויסעס אַ דערציילונג. דער ייִוו״אָ אין ניו־יאָרק פֿאַרמאָגט, אויב נישט די גרעסטע, איז איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע טעאַטער־מאַטעריאַלן אויף דער וועלט. נאָך אין 1927, אין ווילנע, האָט דער אינסטיטוט אָנגעזאַמלט גענוג מאַטעריאַלן צו שאַפֿן אַ מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ. אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען געוויזן אינעם ייִוו״אָ אין 2001 אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דער דאָזיקער "גראַן־דאַם" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די פֿאָרשער האָבן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז דער אויפֿקום און אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿענאָמען אין דער ייִדישער געשיכטע אָן זײַן גלײַכן. באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאַריקאַטורן און קינדערביכער, האָט וויליאַם שטײַג (1907 — 2003) איבערגעלאָזט אַ קינסטלערישע ירושה, וואָס האָט געדעקט כּמעט דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע צייכענונגען האָבן צענדליקער טויזנטער געזען אויף די שער־בלעטער פֿונעם "ניו־יאָרקער"־זשורנאַל במשך פֿון 73 יאָר. זײַן קינדערביכל "שרעק" מיט זײַן טעקסט און בילדער, האָט האָליוווּד איבערגעמאַכט אויף איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע אַנימירטע פֿילמען. די וואָך עפֿנט זיך אַן אַרומנעמיקע אויסשטעלונג פֿון שטײַגס ווערק אינעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק.
"כ"וועל שענקען דיר — וועלט,
ווי אַ טייל פֿון דעם "אוי־הו"־מוזיק־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, האָט די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט ווי די זינגערין און אָנפֿירערין פֿון דער גרופּע "פּרעהס טאָכטער", געשטעלט אַ זעלטענע פּראָגראַם אונטערן נאָמען "ראַדיקאַלער חידוש: אַ מוזיקאַלישע אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם יהושע העשעל" — אין מאַנהעטן, דעם 23סטן אָקטאָבער.
"וואָס אין פֿראַנקרײַך האָט פּאַסירט
דאָס לידל האָט מײַן עלטער־באָבע זיך אויסגעלערנט פֿון אַ קאַטאַרינשטשטיק אין די גאַסן פֿון איר שטעטל; אַ סימן, אַז די נײַעס פֿון דעם טרויעריקן קאַפּיטל פֿון דער דרײַפֿוס־אַפֿערע, מיט איר בולטן אַנטיסעמיטשן כאַראַקטער, האָט דערגרייכט יעדן ווינקל אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. עס איז אָקאָרשט אַרויס פֿון דרוק אַ פּרעכטיקער בילדער־אַלבאָם פֿונעם פֿאָלקס־קינסטלער, מאיר קירשענבלאַט. דאָס בוך נעמט אַרײַן צענדליקער קאָלירטע בילדער, וואָס באַמאָלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אַפּט, פּוילן, אַזוי ווי דער מאָלער האָט זיי פֿאָרגעדענקט. אָבער דאָס ווערק "They Called Me Mayer July" ["מ‘האָט מיך גערופֿן מאיר תּמוז"] שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך מער ווי אַ זאַמלונג מאָלערײַען, ווײַל אַ פּרטימדיקע פּערזענלעכע און עטנאָגראַפֿישע באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל באַגלייט די בילדער און דערגאַנצט דעם לייענערס פֿאַרשטאַנד פֿונעם מאָלערס היימשטאָט. דער פּאָעט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט אנדערע ליטעראַרישע זשאַנערן — זכרונות ("דורכן שפּאַקטיוו פֿון אַ זייגער־מאַכער", 2000), קריטיק ("בלאָע ווינקלען — איציק מאַנגער, לעבן, ליד און באַלאַדע", 2003) און פּראָזע (דער ראָמאַן "קרימעווע — אַן אַלטפֿרענקישע מעשׂה, 2005). אין זײַן נײַסטן ווערק — "דורך פֿאַררייכערטע שײַבלעך", 2007, איז ער ממשיך זײַן ביאָגראַפֿיע מיט קאַפּיטלעך פֿון זײַן לעבן נאָכן חורבן, אינעם ניו־יאָרקער "מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי" קען מען איצט קומען אָנקוקן אַ וויכטיקע נײַע אויסשטעלונג — "די תּקופֿה פֿון רעמבראַנדט: האָלענדישע בילדער אינעם מעטראָפּאָליטאַנער קונסט־מוזיי". צום ערשטן מאָל קען מען הנאה האָבן מיט איין מאָל פֿון אַלע 228 האָלענדישע בילדער, ס‘רובֿ פֿון די 1600ער יאָרן, אין דער זאַמלונג פֿון דעם מוזיי. די בילדער ווערן אויך אויסגעשטעלט לכּבֿוד 400 יאָר נאָכן געבוירן ווערן פֿונעם מײַסטער־קינסטלער רעמבראַנדט וואַן רין (1606 — 1669), וועלכער האָט געוווינט אינעם ייִדישן קוואַרטאַל אין אַמסטערדאַם און האָט געמאָלן סײַ אָנפֿירנדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן פֿון זײַן סבֿיבֿה, סײַ בילדער אויף אַ ביבלישער טעמאַטיק. איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער אימפּרעסיאָניסטישער באַוועגונג אין דער מאָלערײַ איז געווען דער ייִד, קאַמיל פּיסאַראָ (1830—1903). ער איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען יעקבֿ אויפֿן קאַריבישן אינדזל, סאַנקט־טאָמאַס, וואָס האָט דעמאָלט געהערט צו דענמאַרק. זײַן טאַטע, פֿרעדעריק, אַ ספֿרדישער ייִד פֿון פֿראַנקרײַך, איז געקומען אויפֿן אינדזל צו העלפֿן זײַן מומע, אַן אַלמנה. זיי האָבן זיך פֿאַרליבט און געהאַט דרײַ קינדער צוזאַמען. די אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט ערשט אָפֿיציעל אָנערקענט דעם זיווג מיט יאָרן שפּעטער. |