» איציק גאָטעסמאַן
די "ייִוואָ"־פֿונדאַציע אין אַרגענטינע האָט אַרויסגעלאָזט אַ וווּנדערלעכן אַלבאָם פֿון די קונסטווערק פֿונעם מאָלער מאָריס מינקאָווסקי.
מאָריס מינקאָווסיק איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1881 בײַ אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה, אָבער בײַ פֿינף יאָר, צוליב אַן אומגליק־סיבה איז ער געבליבן טויב. זײַן טאַלאַנט פֿאַר קונסט האָט זיך אָבער אַנטוויקלט, בפֿרט פֿאַר צייכענונג און מאָלערײַ. פֿינף יאָר האָט ער שטודירט קונסט אין דער חשובֿער קראָקעווער קונסט־אַקאַדעמיע.
פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען די ידיעה, אז די "חנה און לייב רובינליכט־פּרײַז" האָט מען אין 2006 צוגעטיילט צו די פּראָפֿעסאָרן און שרײַבער הירשע־דוד כּ״ץ און דובֿ־בער קערלער; דעם "שוואַרצמאַן־פּרײַז" האָט געוווּנען דער מאָלאָר קלמן פּאָלגער. די זשורי איז באַשטאַנען פֿון דניאל גלאַי, ישׂראל רודניצקע און אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט. מרדכי צאַנין איז געווען דער ערן־פֿאָרזיצער.
יעדער כּלל־טוער אין דער ייִדישער קולטור דאַרף האָבן ברייטע פּלייצעס צו טראָגן דאָס אַחריות וואָס איז אויף אים אַרויפֿגעלייגט געוואָרן — אָבער איטשע גאָלדבערגס פּלייצעס זענען געווען די ברייטסטע. טאָג און נאַכט, יאָר-אײַן, יאָר-אויס, האָט ער געהאָרעוועט, כּדי די ייִדישע קולטור זאָל ווײַטער אָנגיין, זי זאָל נישט אָפּגעשוואַכט ווערן אויף קיין איין האָר, ווי ווײַט ס׳איז פֿאַר אים נאָר מעגלעך געווען. ייִדישיסטן פֿון אַלע באַוועגונגען, פּערספּעקטיוון און אינסטיטוציעס האָבן באַוווּנדערט זײַן איבערגעגעבנקייט און געטרײַשאַפֿט צו דעם ענין. לאַנג נאָך דעם ווי אַ סך האָבן זיך אונטערגעגעבן און אַוועק אויף אַנדערע דרכים האָט איטשע גאָלדבערג זיך געהאַלטן שטאָל און אײַזן בײַם קאַמף פֿאַר ייִדיש און מענשטלעכקייט.
דער "ייִדישער מוזיי" און "די פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער" וועלן דורכפֿירן דעם 16טן ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל פֿונעם 10טן יאַנואַר ביזן 25סטן יאַנואַר. כּמעט אַלע פֿילמען וועט מען ווײַזן אינעם "וואָלטער־ריד"־קינאָ, 165 וועסט 65סטע גאַס אין מאַנהעטן. דאָס יאָר וועט דער פֿעסטיוואַל אַרײַננעמען צוויי וועלט־פּרעמיערעס, נײַן אַמעריקאַנער פּרעמיערעס און נײַן ניו־יאָרקער פּרעמיערעס. סך־הכּל וועט מען ווײַזן 31 פֿילמען און ווידעאָס, וועלכע שפּיגלען אָפּ דאָס ייִדישע קהילה־לעבן אין פֿאַרשיידענע לענדער ווי: קאַנאַדע, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, ישׂראל, מעקסיקע, האָלאַנד, פּוילן, רומעניע, רוסלאַנד, שוועדן, שווייץ און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. טייל פּרעמיערעס וועלן פֿאָרשטעלן די רעזשיסאָרן אַליין.
דער אָפֿיציעלער נאָמען איז "די ייִדישע פֿאָלקסקונסט־פּראָגראַם", אָבער אַלע קענען די וואָך־לאַנגיקע אונטערנעמונג ווי "קלעזקעמפּ". פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן דעצעמבער טרעפֿן זיך אַן ערך 400 מוזיקער, זינגער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַ האָטעל אין די קעטסקיל־בערג און באַטייליקן זיך אין פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן, קלאַסן, לעקציעס און קאָנצערטן. די שטימונג פֿון "קלעזקעמפּ" דאָס יאָר האָט זיך אַ ביסל געביטן וואָס שייך דער נאַטור — אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט דער שניי געבושעוועט, די ווינטן האָבן געבלאָזן און די הונדערטער געסט זענען געבליבן אינעווייניק, בלית־ברירה, און הנאה געהאַט איינער פֿונעם אַנדערן. דאָס יאָר, צוליב אַ וואַרעמען ווינטער, האָט מען געקענט כאַפּן א שפּאַציר אין דרויסן, אין וואַלד, אין דאָרף, און אַפֿילו מאַכן אַ ביסל גימנאַסטיק.
דער ייִדישער טעאַטער האָט נישט נאָר געבליט אין ניו־יאָרק און אין מיזרח־אייראָפּע; איינער פֿון זײַנע צענטערס במשך פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז געווען אַרגענטינע, וווּ צענדילקער טויזנטער טעאַטער־ליבהאָבער זענען געווען שטענדיקע אָפּנעמער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער בינע־וועלט. אַ גרעסערע צאָל טרופּעס, סײַ אייגענע, סײַ די, וועלכע זענען געקומען צו גאַסט, האָבן געוווּסט, אַז דער ייִדישער אַרגעניטנער טעאַטער־עולם נעמט זיי וואַרעם אויף.
אין אַ געוויסן זין ווערט די גאַנצע קולטור־וועלט אַ סך מער "דעמאָקראַטיש", די ייִדישע קולטורוועלט, בתוכם, אַ דאַנק דער נײַער אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיע. ווער סע וויל קען אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ אין דער באַליבטער וועבזײַט
"יוטוב"
(youtube.com)
, אויף וועלכער מע קען קוקן קורצע ווידעאָ־פֿילמען. אויף דער וועבזײַט טרעפֿט מען אַ ברייטע גאַמע "שאַפֿונגען" — פֿון דער העכסטער קוואַליטעט ביז גאַנץ פּראָסטע, וואָס ס׳איז אַ שאָד די צײַט זיי צו זען.
דער קינסטלער שאול שטיינבערג (1914 —1991) איז גוט באַקאַנט דעם ברייטערן עולם, אַ דאַנק זײַנע צייכענונגען, וועלכע האָבן "אילומינירט" די הילעס פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל "דער ניו־יאָרקער" מער ווי 50 יאָר. אָבער שטיינבערגס קונסט האָט אַרײַנגענומען אַ סך מער ווי זשורנאַל־הילעס; אויף דער אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק אין דער ערשט־רעמאָנטירטער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק און מוזיי" אין מאַנהעטן, קען מען זען ווי אָריגינעל און נאָוואַטאָריש עס זענען זײַנע צייכענונגען, קאָלאַזשן און אַנדערע ווערק.
די יונגע אַקטריסע, עירות באַר, איז געוואַקסן אין בראָנקס ביז זי איז געוואָרן 12 יאָר אַלט. דערנאָך האָט זי עולה געווען קיין ישׂראל מיט אירע טאַטע־מאַמע. נאָכן אָפּדינען אין דער אַרמיי, איז זי אַרומגעפֿאָרן, ווי אַ סך יונגע־לײַט פֿון ישׂראל, איבערן ווײַטן מיזרח, און זיך באַזעצט אין אַמעריקע. הײַנט איז זי אַ באַקאַנטע אַקטריסע אין דער טעלעוויזיע און קינאָ, ספּעציעל ווי אַ קאָמיקערין.
די טראַדיצע פֿון שאַפֿן ייִדישע פּאַראָדיעס אויף פֿרעמד־שפּראַכיקע ווערק איז אַן אַלטע; מע קען אַפֿילו זאָגן אַ חשובֿע. דער עפֿעקט פֿון אַזאַ שאַפֿונג איז געוויינטלעך אַ קאָמישער, צוליב דער אַנדערשקייט צווישן דער ייִדישער "היימישער" קולטור און דער גוייִשער וועלט.
מיט אַזאַ פּאַראָדיע פֿון אַן ענגלישער גילבערט און סאָליוואַן־אָפּערעטע האָט דער "נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — פֿאָלקסבינע" באַשלאָסן צו עפֿענען דעם טעאַטער־סעזאָן.
דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר, לינגוויסט, קעמפֿער פֿאַר ייִדיש און "ייִדיש־לערער פֿון די ייִדיש־לערערס" — ד״ר מרדכי שעכטער, האָט פֿופֿציק יאָר געזאַמלט אַלטע און נײַע ייִדישע ביכער; סײַ אַנטיקוואַרישע אוצרות, סײַ זעלטענע בראָשורן און ביכלעך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע פֿאַרשווינדן, געוויינטלעך, באַלד נאָך זייער פּובליקאַציע. דערצו האָבן זיך געפֿונען אין זײַן רשות הונדערטער זעלטענע ביכער אין כּלערליי פֿרעמדע שפּראַכן, וואָס זענען אים צו ניץ געקומען אין זײַן פּיאָנערישער טערמינאָלאָגישער אַרבעט. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי טשאַרנע האָבן זיי אויפֿגעשטעלט אַ גרויסע ביבליאָטעק בײַ זיך אין דער היים אויף ביינברידזש־עוועניו אין בראָנקס, וואָס איז געוואָרן אַ באַקאַנטע וויזיט־סטאַנציע פֿאַר ייִדישע שרײַבער און פֿאָרשער איבער דער וועלט.
אין איר נײַ בוך אויף ענגליש "I Was a Child of Holocaust Survivors" [איך בין געווען אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה] גיט איבער די קינסטלערין און שרײַבערין, בערניס אײַזנשטיין, אַ בילד פֿון אירע קינדער־יאָרן סײַ דורך זכרונות, סײַ דורך איר קונסט. אירע צייכענונגען קען מען אָנרופֿן אינטראָספּעקטיווע קאַריקאַטורן; איין בילד, למשל, פֿון איר מומע דזשעני, אַ ייִדישע זינגערין, ווײַזט ווי זי שטייט ווי אַ ריז אויפֿן דאַך פֿון אַ טעאַטער מיט אַ פֿידלער בײַ דער זײַט (ז׳ 138). אויפֿגעוואַקסן אויף דער טאָראָנטער ייִדישער גאַס אין די 50ער יאָרן, האָט אויף איר און אויף אַלע משפּחה־באַציִונגען און אַקטיוויטעטן געוואָרפֿן זײַן שאָטן דער חורבן. דאָס בוך איז נישט קיין משפּחה־כראָניק, נאָר אַ באַטראַכטונג פֿון אײַזנשטיינס באַציִונג מיט אירע טאַטע־מאַמע, און ווי זייער טרויעריקער עבֿר האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין איר לעבן.
|