עירות באַר |
יענע וואָך איז געווען די פּרעמיערע פֿון עירות באַרס פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער זי אַליין שפּילט אויס עלף פֿאַרשיידענע ראָלעס. די פּיעסע הייסט "דַי" (DAI), וואָס באַטײַט "גענוג" אויף עברית, אָבער אויף ענגליש מיינט עס אויך "שטאַרב". די דראַמע קומט פֿאָר אין אַ תּל־אָבֿיבֿער קאַפֿע אַ פּאָר מינוט איידער אַ באָמבע רײַסט אויף און הרגעט אויס יעדן איינעם אין דער פּיעסע.
עירית באַר האָט אויך אָנגעשריבן די גאָר שטאַרקע דראַמע, און עס איז אַ וווּנדער ווי זי האָט אויפֿגעכאַפּט די עכטע כאַראַקטעריסטיק פֿון יעדער פּערזענלעכקייט, סײַ אין איר שרײַבן, סײַ אין איר אויסשפּילן זיי. אירע אָבסערוואַציעס דעקן נישט נאָר יעדן כאַראַקטער פֿון די פּערסאָנאַזשן, זיי גייען טיפֿער, און ווענדן זיך רירנדיק צו ישׂראלס פּראָבלעמען — הן יענע וואָס האָבן צו טאָן מיט די אַראַבער, הן די וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער צעשפּליטערטקייט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. כאָטש די אַקטריסע בײַט כּמעט נישט די קאָסטיומען פֿון ראָלע צו ראָלע, ווערט מען גיך פֿאַרכאַפּט פֿון יעדער ראָלע באַזונדער און מע פֿאַרגעסט, אַז סע שפּילט די אַלע ראָלעס איין מענטש.
אין אַ תּל־אָבֿיבער קאַפֿע פֿרעגט אויס אַ "בי. בי. סי"־זשורנאַליסטקע יעדן איינעם און אין דעם קאָנטעקסט צערעדט מען זיך פֿאַרן עולם. צו ערשט, באַקענט מען זיך מיט אַן אַמעריקאַנער נישט־ייִדישער אַקטריסע, דערנאָך מיט עוזי, אַ קיבוצניק, אַ געוועזענער גענעראַל, וואָס האָט שוין פֿאַרלוירן איין זון אין אַ מלחמה, אָבער שיקט זײַן צווייטן זון אויך אין מיליטער. נאָך אים באַקענט מען זיך מיט אַ דײַטשן האָמאָסעקסואַליסט, נישט קיין ייִד, וועלכער וואַרט אויף אַ ישׂראלדיקן בחור, אין וועלכן ער האָט זיך פֿאַרליבט. דער דריטער מענטש איז אַ ישׂראלדיקע פֿרוי, אַלמאַ יאַלין, וואָס איז צוריקגעקומען קיין ישׂראל נאָך אַ סך יאָרן צו זען איר קראַנקע מאַמע. זי שטעלט מיט זיך פֿאָר די קאַפּיטאַליסטישע שטרעבונגען פֿונעם ישׂראלי, וואָס איז געוואָרן אַן אויפֿגעריכטער גבֿיר אין דער "גאָלדענער מדינה." ענגליש, טענהט זי, רעדט זי איצט בעסער פֿון העברעיִש, כאָטש דער עולם לאַכט פֿון איר שווערן אַקצענט.
עטלעכע פֿיגורן זענען אַמעריקאַנער געבוירענע. שולי, פֿון קווינס, איז אַן עקסטרעם רעליגיעזע פֿרוי, וואָס וויל נישט צוריקגעבן קיין איין סענטימעטער פֿונעם הייליקן לאַנד. די כאַראַקטערן, ווי שולי, פּלאַפּלען נישט סתּם אין דער וועלט ארײַן, נאָר גיבן איבער לאָגישע און דורכגעטראַכטע מיינונגען. איר פֿאַרטיידיקונג פֿון איר עקסטרעמער פּאָזיציע איז געמאַכט מיט שׂכל. דאָס לאַנד פּאַלעסטינע, זאָגט שולי, איז דאָך אַ שפּאָגל נײַער באַגריף, אין פֿאַרגלײַך מיט דער געשיכטע פֿון ארץ־ישׂראל. וואָס פֿאַר אַ רעכט האָבן זיי אַוועקצונעמען אונדזער לאַנד?
פֿון אַ גאַנץ אַנדער וועלט קומט סוועטלאַנאַ, אַ רוסישע פּראָסטיטוטקע, וועלכע האָט באַקומען געפֿעלשטע פּאַפּירן צו ווערן אַ ייִד און קומען לעגאַל קיין ישׂראל. "ווער וואָלט געטראַכט, אַז ס'וועט קומען אַ צײַט ווען מע וועט וועלן אַזוינס טאָן — צו ווערן אַ ייִד?" פֿרעגט זי מיט איראָניע. פֿאָרצושטעלן אַ פּאַלעסטינער קוקווינקל נעמט אַ וואָרט ניזשמאַ, אַ פּאַלעסטינער אינטעלעקטואַלין, וועמעס מאַן איז אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַריז צו ווערן אַ פּראָפֿעסאָר. זי איז געבליבן אין לאַנד און פּרוּווט אײַנשטילן איר זון, וואָס ווערט אַלץ מער עקטסטרעם, אָבער זי איז הילפֿלאָז קעגן דעם דרוק פֿון דער מיליטאַנטישער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט.
אַנדערש פֿון די אַנדערע כאַראַקטערן, און וואָס ווײַטער פֿון אַ סטערעאָטיפּ, איז די פֿיגור פֿון אַן אַמעריקאַנער פֿרוי, אַ יתומה, אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס האָט זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט נישט אין אַמעריקע, און נישט אין איר נײַער היים, וווּ זי איז געוואָרן אַ סאָלדאַט צו 40 יאָר. די אַנדערע סאָלדאַטן מאַכן חוזק פֿון איר און זי פֿילט זיך ווי אַ יחיד־במינו אויף דער וועלט. צוויי "נײַ אַנטדעקטע" מומעס אין ישׂראל האָבן געלייענט וועגן איר געשיכטע אין דער צײַטונג און זי מקרבֿ געווען, אָבער די יתומה איז פֿאַרביטערט וואָס די צוויי האָבן קיין מאָל נישט אויסגעזוכט איר מאַמען נאָכן חורבן, ווען זי האָט נאָך געלעבט.
באַר פֿאַרשטייט, אַז מע דאַרף אַ מאָל בײַטן די שטימונג פֿון ערנסטקייט צו קאָמישקייט, און טאַקע קאָמיש איז די פֿיגור פֿון אַן אַמעריקאַנער רעליגיעזן פּראָטעסטאַנט, וואָס שטיצט ישׂראל, צוליב זײַן ביבל. אָבער ער דערציילט, אַז אין תּוך, זענען זיי נישט קיין פֿרײַנד, ווײַל בײַם "סוף פֿון די טעג" וועלן די ייִדן לײַדן אין גיהנום. ער ווייסט גאַנץ גוט, אַז ישראל ניצט אים אויס — און זײַן באַוועגונג ניצט אויס ישׂראל: אַז מע דאַרף אַ גנבֿ נעמט מען אים אַראָפּ פֿון דער תּליה. צום סוף, רעדט אַ ישׂראלדיק מיידל וואָס פֿאַרקויפֿט נאַרקאָטיק פֿאַר גרויסע שׂימחות, וואָס ברענגען די אַראַבער און די ייִדן צוזאַמען.
עירית באַרס טאַלאַנטן ווי אַ שרײַבער און אַן אַקטריסע, זענען אויסערגעוויינטלעך, אָבער איין רעזשיסאָרישער גאַנג האָט קאַליע געמאַכט די גאַנצע פֿאָרשטעלונג. נאָך יעדן מענטש רײַסט אויף אַ באָמבע און דער קלאַנג און שאָק פֿונעם אויפֿרײַס שטערט בײַם קאָנצענטרירן זיך אויף דער דראַמע, אויף די ווערטער. סע פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט געוואָלט אומיסטן דענערווירן דעם עולם מיט די אויפֿרײַסן, אָבער ס'איז נישט מעגלעך צו רעקאָמענדירן צו זען די פֿאָרשטעלונג אַ צווייטן, אויס מורא צו קריגן, חלילה, אַ האַרץ־אַטאַק — אַזוי פּלוצעמדיק און שוידערלעך זענען די "באָמבעס". די מענטשן אין עולם האָבן ממש געציטערט פֿאַר שרעק, טראַכטנדיק וועגן דעם קומעדיקן אויפֿרײַס. אַ שאָד, אַוודאי, ווײַל וואָס עירית באַר האָט צו זאָגן וועגן דער איצטיקער ישׂראל־געזעלשאַפֿט דורך די צען פּערזענלעכקייטן, איז כּדאַי צו זען און הערן. זי באַהאַנדלט מיט עמקות די קאָמפּליצירטקייט פֿון די פֿאַרשיידענע סאָציאַלע און פּאָליטישע פּראָבלעמען אין ישׂראל.
די שפּיל Dai ווערט אויפֿגעפֿירט אין מאַנהעטן בײַם Culture Project —
.45 E. Bleecker, 212-307-4100