װעלט פֿון ייִדיש


פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען די ידיעה, אז די "חנה און לייב רובינליכט־פּרײַז" האָט מען אין 2006 צוגעטיילט צו די פּראָפֿעסאָרן און שרײַבער הירשע־דוד כּ״ץ און דובֿ־בער קערלער; דעם "שוואַרצמאַן־פּרײַז" האָט געוווּנען דער מאָלאָר קלמן פּאָלגער. די זשורי איז באַשטאַנען פֿון דניאל גלאַי, ישׂראל רודניצקע און אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט. מרדכי צאַנין איז געווען דער ערן־פֿאָרזיצער.

הירשע-דוד כּ״ץ

צווישן די מאָטיוון פֿון דער זשורי פֿאַר פּראָפֿ׳ כּ״ץ שרײַבט מען —

"הירשע-דוד כּ״ץ צייכנט זיך אויס מיט זײַן פֿילזײַיטיקער פּערזענלעכקייט. ער איז טעטיק אין דער וועלט פֿון ייִדישער קולטור זינט זײַנע ייִנגסטע יאָרן ווי אַ ישיבֿה-בחור אין ברוקלין ביז הײַנט צו טאָג, ווען ער איז וועלט־באַרימט מיט זײַנע אויסערגעוויינטלעכע דערגרייכונגען אויף פֿאַרשיידענע געביטן: אַקאַדעמישע פֿאָרשונג און אויסשולונג, ליטעראַטור, זשורנאַליזם. די אָ דערגרייכונגען זענען אַן אויסדרוק פֿון זיין טיפֿן גלויבן, שעפֿערישקייט און אומדערמידלעכער עבֿודת-הקודש לטובֿת אונדזער ייִדיש לשון.

"פּראָפעסאָר כּ״ץ האָט אַרויסגעגעבן אַ סך ביכער סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש. צווישן זייַנע ייִדישע ביכער: 'תּקני תּקנות: פֿראַגן פֿון ייִדישער סטיליסטיק’ (1993), און דרײַ זאַמלונגען פון אייגענע ייִדישע דערציילונגען (1992, 1993, 1996; אַ פֿערטער באַנד ווערט איצטער צוגעגרייט צום דרוק). אויף ענגליש איז אַרויס זײַן 'גראַמאַטיק פֿון דער ייִדישער שפּראַך’ (1987), זײַן בוך 'די ליטוויש-ייִדישע קולטור’ (2004) און 'ווערטער אין פֿײַער: די ניט-געענדיקטע געשיכטע פון ייִדיש’ (2004).

"ער לעבט אין ווילנע, וווּ ער פֿירט ווײַטער אָן מיט אינטענסיווע עקספּעדיציעס איבער גאַנץ מזרח־אייראָפּע בכּדי אויסצוזוכן די עלטסטע געבליבענע ייִדן, בפֿרט אין קלענערע שטעטלעך, אויפֿצונעמען פֿאַר דער אייביקייט זייער ייִדיש לשון און פֿאָלקלאָר, און בכּדי זיי צו קומען צו הילף; אַן אויסוווּקס פֿון זייַן אַרבעט איז אַ נײַע אָרגאַניזאַציע אין קאַליפֿאָרניע וואָס העלפֿט אָרעמע, עלנטע ייִדישע יחידים אין די מזרח-אייראָפּעיִשע לענדער.

"פּראָפֿ׳ הירשע-דוד כּ״ץ לעבט אין ווילנע, אויף גרויס פּאָהולאַנקע גאַס, צופֿעליק אין דער אַמאָליקער דירה פֿון זלמן רייזען. עטלעכע חדשים אַ יאָר פֿאַרברענגט ער אויך מיט זײַנע ביכער און פּאַפּירן אין זײַן שטיבעלע אין די בערג פֿון צפֿון־וויילז. ער שרײַבט אַ וועכנטלעכן עסיי די לעצטע יאָרן (א״נ 'אַן איגרת פֿון ווילנע’) אינעם ניו-יאָרקער 'אַלגעמיינער זשורנאַל’ און אַרבעט איצט אויף אַ בוך וועגן די צען נוסחאות פון ליטעראַרישן ייִדיש אין משך פון די לעצטע פֿינף הונדערט יאָר; ס׳וועט אַרויסגעגעבן ווערן איבער אַ יאָר בײַם פֿאַרלאַג מאַקמילען."

דובֿ-בער קערלער

צווישן די מאָטיוון פֿון דער זשורי פֿאַר פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער (ליטעראַרישער פּען־נאָמען: באָריס קאַרלאָוו) שרײַבט מען —

"דבֿ-בער קערלער (ליטעראַרישער פּען-נאָמען: באָריס קאַרלאָוו) איז באַקאַנט מיט זײַנע דערגרייכונגען ווי אַ פֿאָרשער, לעקטאָר, רעדאַקטאָר, טאַלאַנטפֿולער פּאָעט און פֿעיִקער אָרגאַניזאַטאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

"הײַנט צו טאָג איז ער, צוזאַמען מיט פּראָפֿ’ דזשעפֿרי וויידלינגער, אַרײַנגעטאָן אין אַ ברייט-פֿאַרנעמיקן ייִדישן עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט (2008-2002), וואָס איז געצילט צו פֿאַראייביקן דאָס לשון פֿון די לעצטע ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח-אייראָפּע, און אַזוי אַרום צושטעלן וויכטיקע מאַטעריאַלן הײַנטיקע און צוקונפֿטיקע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און פֿון דער אַשכּנזישער ציוויליזאַציע.

"אונטער דעם פּען-נאָמען באָריס קאַרלאָוו הייבט ער אָן צו דרוקן, זינט דעם יאָר 1993, זײַנע אָריגינעלע ייִדישע לידער אין צײַטשריפֿטן אין פֿאַרשידענע לענדער. אין 1996, דערשײַנט זײַן ערשט לידערבוך 'וואו מיט אַן אַלף’, און אין 2006 זײַן בוך 'עלאַברעק: לידער פֿון נײַעם יאָרטויזנט’.

"פֿונעם ערשטן מאָמענט האָט זיך פֿאַר דעם ייִדישן לייענער אַנטפּלעקט אַן אייגנאַרטיקע פּאָעטישע פּערזענלעכקייט, בײַ וועלכער ס׳ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן אײַנגעוואָרצלטע דיכטערישע טראַדיציעס מיט אַ פּולסירנדיקער הײַנטצײַטיקייט, שאַרפֿזיניקייט און הומאָר, טיפֿער עמאָציע און אָבסערוואַטאָרישער פֿעיִקייט.

"פּראָפֿ׳ דבֿ-בער קערלער שטייט זינט 2001 בראָש פֿון דער ייִדיש-קאַטעדרע א״נ ד״ר אַליס גינות-כּהן בײַם אינדיאַנאַ-אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. אין משך פֿון די יאָרן האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי שטודיעס און אַרטיקלען איבער ייִדיש און ייִדישער קולטור-געשיכטע (אויף ענגליש און אויף ייִדיש) אין פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע זאַמלונגען און פּעריאָדישע אכסניות. זײַן בוך Origins of Modern Literary Yiddish, וואָס איז אַרויס אין 1999 אינעם פֿאַרלאַג פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, איז אין 2004 אויסגעצייכנט געוואָרן פֿון דער אַמעריקאַנער שפּראַך אַסאָציאַציע Modern Languages) Association of America) מיט דער צווייטער 'לעוויאַנט־פּרעמיע’ פֿאַר דער בעסטער ייִדיש פֿאָרשונג פֿאַר די לעצטע עטלעכע יאָר.

קלמן פּאָלגער

קלמן פּאָלגער — זעלבספּאָרטרעט
קלמן פּאָלגער — זעלבספּאָרטרעט
צווישן די מאָטיוון פֿון דער זשורי פֿאַר קלמן פּאָלגער שרײַבט מען —

קלמן פּאָלגער האָט שוין אַרויסגעגעבן אַן ערשטן אַלבאָם מיט זײַנע אילוסטראַציעס צו געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און איצט גרייט ער זײַן צווייטן אַלבאָם, דאָס מאָל אויך מיט פֿולע טעקסטן אין ייִדיש מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג. פּאָלגער איז אַ פֿאַרליבטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס דינט אים ווי אַן אינספּיראַציע-קוואַל פֿאַר זײַנע שאַפֿונגען.

"פּאָלגערס סטיל קאָן באַצייכנט ווערן ווי אַ נאַיִווער; זײַנע אילוסטראַציעס זענען נישט אויסן צו אַנטוויקלען אָדער פֿאַרטײַטשן די כּוונות פֿונעם טעקסט, אלא פּשוט איבערצוגעבן אַ סצענאַר און אַן אַטמאָספֿער מיטן באַוווּנדערנדיקן בליק פֿון אַ קינד. זײַן אויסדרוק איז ספּאָנטאַן, דעליקאַט און פֿאָלקסטימלעך, און מען קען אַפֿילו צוגעבן, אַז דעם שאַפֿער געלינגט אונדז אָנצושטעקן מיט זײַן פֿרייד און התלהבֿות פֿאַר די רײַכע און קלוגע ייִדישע טעקסטן. דער אילוסטראַטאָר פּאָלגער פֿאַרבעט אונדז איבערצולייענען די באַקאַנטע ליטעראַרישע טעקסטן ווידער און ווידער, און אין געוויסע פֿאַלן פֿילט מען ווי ער וואָלט געזאָגט "אַ וואָרט איז פֿאַראַן, אַ ניגון איז פֿאַראַן, טאָ פֿאַר וואָס זשע ניט אויסלייגן אויפֿן לײַוונט אַ ביסל קאָליר און באַוועגונג?".

"פּאָלגערס קאָלירן זײַנען רעאַליסטישע, וואַרעמע און היימישע. ער וויל מיטטיילן מיט זײַן שבֿט אַ מין קאָלעקטיווע באַגײַסטערונג. מיט זײַן קונסט שאַפֿט ער אַ לעבעדיקע סבֿיבֿה און פֿאַרבעט אונדז אַלעמען אָנטיילנעמען אין אַ ריטואַל פֿון גענוס און עסטעטישער שותּפֿות. זײַן געטרײַשאַפֿט צו דעם ליטעראַרישן ייִדישן אוצר ציט זיך נאָך פֿון זײַנע קינדער-יאָרן אין טשערנאָוויץ. אין פֿאַרלויף פֿון זײַנע יוגנט-יאָרן איז ער געשטאַנען אין אַ נאָענטער פֿאַרבינדונג מיט אַזעלכע קינסטלער און ליטעראַטן ווי אליעזר שטיינבאַרג, איציק מאַנגער, לייבו לעווין, איזיו שערף, יעקבֿ פֿרידמאַן, לייזער פּאָדריאַטשיק, יוסף בורג, מאיר חרץ און אַנדערע, וועלכע האָבן במשך דער צײַט געלאָזט טיפֿע שפּורן אין אונדזער קולטור-לעבן. ער האָט פֿון זיי אײַנגעזאַפּט פֿיל וויסן און חכמה, קינסטלערישע שפּירעוודיקייט, מאָראַלישע מידות, וועלכע האָבן שפּעטער געפֿונען זייער וועג צו זײַנע אילוסטראַציעס און שאַפֿונגען.

"קלמן פּאָלגער איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ, 1913. געלערנט אין חדר, פֿאָלקסשול און מיטלשול. אָנטייל גענומען אין דער יוגנט-באַוועגונג — געווען מיטגליד פֿון "גורדוניה", וווּ אָנגעהויבן, מיט אַ גרופּע חבֿרים, פֿאַרנעמען זיך מיט צייכענונג. שפּעטער געלערנט מאָלערײַ בײַ פּריוואַטע לערערס.

"1932 אַרײַנגעטראָטן אין טשערנאָוויצער 'שולפֿאַראיין’. דאָ אָנטייל גענומען אין פֿארשיידענע טעטיקייטן, וואָס זענען געווען פֿאַרבונדן מיט ליטעראַטור און קונסט. אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה געווען אין טשערנאָוויצער געטאָ, אין אַן אַרבעטער-לאַגער. נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון טשערנאָוויץ מאָביליזירט געוואָרן אין דער סאָוועטישער אַרמיי. 1959 עולה געווען קיין ישׂראל. פֿאַרענדיקט זײַן מאָלערײַ-מײַסטערשאַפֿט אין "אוניברסיטה עממית" (פֿאָלקס-אוניווערסיטעט). צוויי מאָל אויסגעשטעלט זײַנע בילדער אין "י. ל. פּרץ-פֿאַרלאַג" און איין מאָל אין בית-ביאַליק. 1999 אַרויסגעגעבן אַ בילדער-אַלבאָם. צוגעגרייט צום דרוקן אַ צווייטן אַלבאָם. די הויפּט-טעמאַטיק פֿון שאַפֿן: פּאָרטרעטן פֿון ליטעראַרישע געשטאַלטן און אילוסטראַציעס צו ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערס. 2000 באַלוינט געוואָרן מיט דעם "הערש סעגאַל-פּרײַז" פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל."




קלמן פּאָלגער — תּל־אָבֿיבֿ, אויפֿן ים־ברעג
קלמן פּאָלגער — תּל־אָבֿיבֿ, אויפֿן ים־ברעג



קלמן פּאָלגער — איציק מאַנגער, ״די גאָלדענע פּאַווע״
קלמן פּאָלגער — איציק מאַנגער, ״די גאָלדענע פּאַווע״