- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער קונסט־אַלבאָם "קאָלירטע מאָטיוון" פֿונעם מאָלער קלמן פּאָלגער נעמט אַרײַן זײַנע לעבעדיקע קאָלירטע אילוסטראַציעס צו די געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער "ה. לייוויק־פֿאַרלאַג" בײַם "פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל" האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך, און די שטאַרקע ליטעראַרישע און קינסטלערישע פֿאַרבינדונג אינעם ווערק ווערט בולט אַרויסגעבראַכט — זײַט בײַ זײַט לעבן די מאָלערײַען, דרוקט מען די טעקסטן אויף ייִדיש וואָס דער מאָלער אילוסטרירט, און שפּעטער אין בוך ווערן אָפּגעדרוקט די העברעיִשע און, צום טייל, ענגלישע איבערזעצונגען. אין אָקספֿאָרד האָב איך אַ פֿרײַנד, וואָס איז אַ געלערנטער אין הילכות ביאָלאָגיע, אָבער יעדן שבת (זאָרגט זיך ניט — ער איז אַן אוקראַיִנער, ניט קיין ייִד) שפּילט ער אין פֿוטבאָל — ניט דעם אַמעריקאַנער נוסח, נאָר דעם "סאָקער". ס׳איז עפּעס אַ היגע ניט-פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמאַנדע, וועלכע באַגעגנט זיך מיט ענלעכע אַמאַטאָרישע קאָמאַנדעס. אַוודאי ווילן זיי געווינען, אָבער דער הויפּט-ציל איז פֿונדעסטוועגן אַן ערך אַזאַ ווי בײַ די מענטשן, וואָס לויפֿן ערגעץ אין פּאַרק אָדער פֿאַרברענגען אַ שעה אין אַ גימנאַסטישן זאַל. גאָר ניט דעם מין ספּאָרט האָט געמיינט דזשאָרדזש אָרוועל, ווען ער האָט אין די 1940ער יאָרן געשריבן, אַז ספּאָרט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זיכערן וועג צו אומפֿרײַנדלעכקייט. יעדע ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט איר שרײַבער, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן חוצפּה, זײַן יאַנדעס, זײַן גיין איבער דער מאָס. אין דעם לעצטן גערעטעניש פֿון ביכער, וואָס זענען דערשינען אויף ענגליש וועגן ייִדיש — צווישן זיי די ווערק פֿון אַהרן לאַנסקי און דוד קאַץ — צייכנט זיך אויס מײַקל וועקס׳ בוך, Born to Kvetch [אַ קוועטשער, אַ געבוירענער] און זײַן נײַ בוך אויף דער טעמע, "Just Say Nu" ["זאָגט בלויז ׳נו׳"] מיט זײַן "נישט־סאַלאָן־פֿעיִקן" הומאָר און חריפֿותדיקע באַמערקונגען וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ייִדיש־רעדערס. עס איז פּאַסיק, אַז אין דער וואָך, ווען מע דערמאָנט דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, בפֿרט, פֿונעם אומקום פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער דעם 12טן אויגוסט 1952 — האָט מען די געלעגנהייט צו רעצענזירן אַ בוך, וואָס הייבט אַרויס די אויפֿטוען פֿון צוויי סאָוועטיש־ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן. איינער פֿון זיי, משה בערעגאָווסקי (1892—1961), איז גוט באַקאַנט דער אַקאַדעמישער וועלט און אַלע ליבהאָבער פֿון געזאַנג און קלעזמער־מוזיק. דער אונגעריש־ייִדישער שרײַבער, פּאָעט, און רעדאַקטער פֿונעם חודשלעכן זשורנאַל "סאָמבאַט", גאַבאָר ט. סאַנטאָ, איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1966. נאָך זײַן ראָמאַן "מיזרחדיקע וואָקזאַל, לעצטע סטאַנציע", 2002, וועגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט ער געדרוקט אַ באַנד דערציילונגען "אונטערן קוועטש פֿון ליידיקע שטיוול", 2004, אין וועלכן ער באַשרײַבט דעם ייִדישן גורל נאָכן חורבן אין אונגערן. דאָס בוך האָט מען איבערגעזעצט אויך אויף רוסיש. אין אַ קאַפֿע אין בודאַפּעשט האָבן מיר געהאַט אַ געלעגנהייט צו שמועסן. "סאָמבאַט" איז אַ וויכטיק אומאָפּהענגיק קול פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט. פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויסווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַשליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזיציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע. געוויינטלעך מאַכט אַ קינסטלער אַ רושם אויף דער קינסטלערישער וועלט, ווען ער איז יונג און פֿול מיט נײַע און נאָוואַטאָרישע אידעען אין זײַן שאַפֿונג. אַמאָל טרעפֿט זיך פֿאַרקערט, אַז אַ קינסטלער לאָזט איבער אַ דויערנדיקע שאַפֿערישע ירושה אויפֿן סמך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן. אַזאַ קינסטלער איז געווען פֿיליפּ גוסטאָן, וועלכער האָט אויסגעדרייט דעם דישעל צום סוף פֿון זײַן לעבן, און דווקא צוליב דעם נײַעם וועג וועט בלײַבן זײַן נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. גוסטאָן איז געווען סײַ אַ מאָלער, סײַ אַן אויסערגעוויינטלעכער צייכענער. ווען לעאָנאַ העלמסלי, די האָטעל־באַלעבאָסטע און ביליאָנערין, איז געשטאָרבן פֿאַר אַ יאָרן, איז די וועלט שאָקירט געוואָרן וואָס זי האָט איבערגעלאָזט 12 מיליאָן דאָלער אין איר צוואה פֿאַר איר הינטל "טראָבל" (אַ צרה). איצט האָט מען זיך דערוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלאָזט איר גאַנץ פֿאַרמעגן, צווישן פֿינעף און אַכט ביליאָן דאָלער, פֿאַר "דער זאָרג און וווילזײַן פֿון הינט". ס‘איז נאָך אַ פֿראַגע צווישן אַדוואָקאַטן, צי מע מוז אויספֿירן פֿרוי העלמסליס "דערקלערונג פֿון שליחות", ווײַל לעגאַל גערעדט, האָט זי דאָס נישט אַרײַנגענומען אין איר צוואה. ווי עס זאָל נישט זײַן, וועט די פֿונדאַציע וואָס די געלטער וועלן גרינדן זײַן איינע פֿון די גרעסטע פֿונדאַציעס אין אַמעריקע. זיבעטער טייל — באַמערקונגען און פֿאַרגעסענע מאָמענטן צוליב אַ דוחק אין פּלאַץ אויף דער געדרוקטער זײַט, זענען געוויסע מאָמענטן אָדער אָבסערוואַציעס אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער סעריע אין די פֿריִערדיקע זעקס וואָכן. האָב איך געבעטן נאָך אַ קאַפּיטל, כּדי צו דערציילן דעם לייענער נאָך עטלעכע מאָמענטן, קאָמענטאַרן, ווײַזן נאָך עטלעכע בילדער, וואָס זענען נישט אַרײַן ביז אַהער. פֿינפֿטער טייל — וואָלטשענעץ אויף דער מאַפּע קען מען קוים געפֿינען דאָס דערפֿל, וואָלטשענעץ, וווּ מײַן עלטער־פֿעטער, סרול (ישׂראל) גאָטעסמאַן, האָט געהאַט זײַן קרעטשמע. האַרט בײַ דער רומענישער גרענעץ, אויף דרום פֿון טשערנאָוויץ, געפֿינט זיך דער ייִשובֿ, וואָס הײַנט הייסט ער "סטאַרי (אַלט)־וואָווטשענעץ". להיפּוך צו אונדזער באַזוך אויפֿן בית־עולם אין זוויניעטשקע מיט אַ טאָג פֿריִער, האָב איך געוווּסט, אַז אונדזער איבערלעבונג אין דאָרף וועט זײַן אַנדערש.
געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל
ווען איך האָב געטראַכט מיט אַ יאָר צוריק וועגן דער נסיעה קיין אוקראַיִנע, האָב איך שוין דעמאָלט זיך פֿאָרגעשטעלט וואָס פֿאַר אַ נס, ס‘וואָלט געווען, ווען איך געפֿין מײַן עלטער־זיידנס קבֿר אינעם בוקעווינער שטעטל, וואָס מיר רופֿן אין אונדזער משפּחה — דאָס "וויגעלע" פֿון די גאָטעסמאַנס, זוויניעטשקע, בײַם טײַך נעסטער.
דער ייִדישער טוריסט, וועלכער פֿאָרט הײַנט צוריק צו דער "אַלטער היים", פֿאַרשטייט שוין אַליין, אַז ער וועט אפֿשר מער פֿאַרברענגען מיט די טויטע, ווי מיט די לעבעדיקע. איך האָב אַוודאַי געוואָלט פֿאָרן זען דעם בית־עולם אין טשערנעוויץ, אָבער איך האָב געוווּסט, אַז מײַן נאָענסטע משפּחה וועל איך דאָרטן נישט געפֿינען. דער מאַמעס טאַטן, בנימין שעכטער, האָט מען פֿאַרשיקט, אַן אומשולדיקן, אין 1941 אין אַ גולאַג מיט קרימינאַלניקעס, און זיי האָבן אים דערשלאָגן אויף טויט. |