- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויסשטעלונג וועגן דער פֿראַנצויזישער ליטעראַרישער וועלט צי קען מען מיט אַן אַבסאָלוטער זיכערקייט זאָגן אין אַלע סיטואַציעס, אַז יענער האָט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס, און אַן אַנדערער — נישט? מען איז שוין צוגעוווינט צו צעטיילן די וועלט אויף די "גוטע" — די העלדן, און די "שלעכטע" — די רשעים. אָבער די דאָזיקע צעטיילונג פֿאַרפּשוט דעם ענין וואָס איז אַ סך מער קאָמפּליצירט און קען ווערן אויסגעטײַטשט אַנדערש פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען.
אין בויבעריק, אין בויבעריק,
שוועבט הויך און פֿרײַ,
ווער עס קומט אויף ייִדישע אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק, זעט די פֿאָטאָגראַפֿקע דזשאָון ראָט בײַ דער אַרבעט. אָדער מיט איר ווידעאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט ביידע, כאַפּט זי אָפּ די וויכטיקע מאָמענטן און די פּערזענלעכקייטן אויף אונדזער ייִדישער גאַס. ווער עס וויל וויסן, וואָס זי טוט מיט די אַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס זאָל קומען די וואָך אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", 25 איסט 21סטע גאַס אין מאַנהעטן און זען אַן אויסקלײַב פֿון אירע בילדער פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט. עס זענען אַרויסגעשטעלט גרויסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באַקאַנטע פּנימער ווי מינאַ בערן, שפֿרה לערער, און אַנדערע פּאָרטרעטן, וואָס זי האָט פֿאָטאָגראַפֿירט מיט די וואַרעמסטע געפֿילן צו אירע סוביעקטן. 200 יאָר סאָליוואַן־קאַונטי, ניו־יאָרק אַלע ניו־יאָרקער, עלטער פֿון 40 יאָר, געדענקען נאָך דאָס ייִדישע לעבן אין די קעטסקיל־בערג יעדן זומער. אַ מאָל האָבן פֿאַרבראַכט צענדליקער טויזנטער ייִדן אין די ריזיקע האָטעלן, ווי "גראָסינגערס" און "קאָנקאָרד", און די משפּחות האָבן געוווינט אין די "באָנגאָלאָ־קאָלאָניעס", אַ בײַדל פֿאַר יעדער משפּחה. דאָס זומער־לעבן איז פֿאָרגעקומען אינעם קרײַז פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וואָס הייסט סאָליוואַן־קאַונטי, אָנדערט־האַלבן שעה פֿון מאַנהעטן, און אין 2009 האָט סאָליוואַן־קאַונטי געפּראַוועט דאָס 200סטע יאָר. אינעם רײַזע־אָפּטייל פֿון דער צײַטונג "ניו־יאָרק־טײַמס" דרוקט מען פֿון צײַט צו צײַט די רובריק — "24 שעה אין ___" — און מע דערציילט, ווי אַזוי מע זאָל פֿאַרברענגען אין אַ געוויסער שטאָט, אויב מע קען זיך נאָר פֿאַרגינען אַ מעת־לעת — אין וואָסער רעסטאָראַן מע זאָל עסן, וועלכע היסטאָרישע ערטער מע זאָל באַקוקן, ווי מע זאָל גיין שפּאַצירן אאַ״וו. צום סוף פֿון אונדזער רײַזע קיין אַזיע, האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז מיר וואָלטן געדאַרפֿט זיצן אין פֿליפֿעלד 12 שעה ביז צו דער עראָפּלאַן־פֿאַרבינדונג פֿון טײַלאַנד צוריק קיין ניו־יאָרק; פֿון 8 אַ זייגער אין דער פֿרי, ביז 8 אַ זייגער אין אָוונט. באַנגקאָק, די קרוינשטאָט פֿון טײַלאַנד, איז אַ גרויסע, רעשיקע הייסע און קויטיקע מעטראָפּאָליע מיט אַן אָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון אַכט מיליאָן מענטשן, און אַן אומאָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון 15 מיליאָן. מיט אַ וואָך פֿריִער, אין וויעטנאַם, ווען מיר האָבן זיך באַקענט מיט יונגע, און נישט אַזוינע יונגע, וועלט־רײַזנדיקע, מיט רוקזעק אויף די פּלייצעס, האָבן זיי אונדז געוואָרנט, אַז "אין באַנגקאָק איז נישטאָ וואָס צו זען". נו, ווי זאָגט מען בײַ אונדז? — ווי בײַ וועמען. אַ קליין לענדעלע וואָס האָט אַזוי פֿיל געליטן אין איר געשיכטע, איין מלחמה נאָך דער צווייטער; און דאָס פֿאָלק איז כּסדר אונטערגעדריקט געוואָרן פֿון דרויסנדיקע פֿעלקער — ניין, נישט ארץ־ישׂראל, מיין איך דאָ, נאָר, להבֿדיל, דאָס לאַנד וויעטנאַם, אין דרום־מיזרח אַזיע. ווען מיר האָבן געמאַכט דעם פּלאַן צו זען אונדזער וועלט־רײַנזדיקע טאָכטער, האָבן מײַן פֿרוי, נחמה, און איך באַשלאָסן, אַז וויעטנאַם מוזן מיר באַזוכן. די וויעטנאַמער מלחמה האָט דאָך פֿאַרנומען אַזאַ וויכטיק אָרט אין אונדזער יוגנט, דער פֿאַקט, וואָס די פּורים־שפּיל אויף ייִדיש לעבט נאָך, נאָך 500 יאָר, איז אַ סימן, אַז די ייִדישע געזעלשאַפֿט נייטיקט זיך אין דער געלעגנהייט אָפּצולאַכן פֿון אַנדערע און פֿון זיך אַליין. די ערשטע פּורים־שפּילן האָבן זיך באַוויזן אינעם 16טן יאָרהונדערט, און דעם טערמין "פּורים־שפּיל" קען מען שוין געפֿינען אין 1555. אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד, האָט מען די שפּילן פֿאָרגעשטעלט צוויי וואָכן פֿאַר פּורים, און צוויי וואָכן נאָך פּורים. קיין אַנדערער ייִדישער שרײַבער האָט נישט איבערגעלאָזט אַזאַ השפּעה אויף דער אַלגעמיינער פּאָפּולער קולטור, ווי עס טראָגט אין זײַנע ווערק, שלום־עליכם. און וואָס איז דען דער חידוש: צי איז נישט געווען דער גאַנצער געדאַנק פֿון ניצן אַזאַ פּען־נאָמען, כּדי צו באַצייכענען דעם מחברס ציל פֿון ווערן אַ פּשוטער ייִד, נישט אַנדערש פֿון אַלע פֿאָלקס־טיפּן, וואָס ער האָט באַשריבן מיט זײַן פּען? די וואָך האָט "דער נאַציאָנאַלער ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, מודיע געווען, אַז די גאַנצע טעקסטן פֿון 10,000 ווערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור קען מען איצט לייענען און אָפּדרוקן בחינם. די ביכער האָבן זיך געפֿונען אינעם צענטערס "סטיוואַן ספּילבערג דיגיטאַלישע ביבליאָטעק". מיט צען יאָר צוריק האָט די ספּילבערג־פֿונדאַציע בײַגעשטײַערט 5 מיליאָן דאָלאַר, אָנצוהייבן דאָס סקאַנירן די ייִדישע ביכער בײַם "צענטער". משה לעמסטער "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982 — 2007"; ה. לייוויק־פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, תּל־אָבֿיבֿ תשס״ח/2008, אילוסטראַציעס פֿון עדואַרד גראָסמאַן אויפֿן האַרטן טאָוול פֿון משה לעמסטערס נײַ בוך "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982—2007" זעט מען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט אין אַ כּמעט סורעאַליסטישן אימאַזש — אַ האָן שטייט אויף זײַן אַקסל און קרייעט, בשעת דער דיכטער, די הענט פֿאַרלייגט, קוקט צום לייענער, עלעהיי דאָס איז אַ גאַנץ נאַטירלעכע פּאָזע. מיט 80 יאָר צוריק, אין 1929, האָט מען געלייגט דעם גרונטשטיין אויפֿצובויען די צען־גאָרנדיקע "ביאַליסטאָקער היים" אויף איסט־בראָדוויי, איין גאַס פֿונעם אַלטן "פֿאָרווערטס"־בנין. דער פּלאַן אונטערצונעמען דעם פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן אין יוני 1926, נאָך דעם ווי די ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט אין ניו־יאָרק האָבן געזען, אַז אַ גוטע באַהאַנדלונג פֿאַר עלטערע לײַט איז שווער צו געפֿינען. |