|
לאָלאַ, 1914: "שלום־עליכם בײַ זיך אין דער היים" |
|
קיין אַנדערער ייִדישער שרײַבער האָט נישט איבערגעלאָזט אַזאַ השפּעה אויף דער אַלגעמיינער פּאָפּולער קולטור, ווי עס טראָגט אין זײַנע ווערק, שלום־עליכם. און וואָס איז דען דער חידוש: צי איז נישט געווען דער גאַנצער געדאַנק פֿון ניצן אַזאַ פּען־נאָמען, כּדי צו באַצייכענען דעם מחברס ציל פֿון ווערן אַ פּשוטער ייִד, נישט אַנדערש פֿון אַלע פֿאָלקס־טיפּן, וואָס ער האָט באַשריבן מיט זײַן פּען?
נישט איין קריטיקער פֿון זײַנע ווערק האָט באַמערקט, אַז שלום־עליכמס העלדן אין זײַן רײַפֿסטער שאַפֿן־תּקופֿה זענען אָדער יונגע (מאָטל־פּייסי), אָדער עלטערע, שטעטלדיקע (מנחם־מענדל), אָדער דאָרפֿישע (טבֿיה), בײַ וועלכע דאָס ייִדישע לשון איז געווען נאַטירלעך, און צו וועלכע די אַסימילאַציע האָט נאָך נישט דערגרייכט. שלום־עליכם האָט געשטרעבט צו דערגרייכן אַ פּאָפּולערע לייענערשאַפֿט, און להיפּוך צו די משׂכּילישע שרײַבער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, איז ער געוואָרן אַ שטיצער פֿון מאַמע־לשון, אַ פֿאַרשפּרייטער פֿון זײַן ליטעראַטור, און שלום־עליכמס ליבשאַפֿט צום המון האָט מען געפֿילט אויף יעדן זײַטל.
נאָכן באַאַרבעטן די קאַפּיטלען פֿון "טבֿיה דער מילכיקער" פֿאַר דעם בראָדוויי־ספּעקטאַקל "פֿידלער אויפֿן דאַך", וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן 50 יאָר נאָך זײַן טויט, איז זײַן נאָמען געוואָרן באַקאַנט אין צענדליקער לענדער און שפּראַכן; די שטעטל־וועלט, וואָס ער האָט געשילדערט איז געוואָרן אַ סטערעאָטיפּ פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד. דערצו, האָט דער סוקצעס פֿון "פֿידלער אויפֿן דאַך" דערפֿירט צו כּלערליי פּראָדוקציע און סוּווענירן, וואָס ידער קען זיך עס קויפֿן און אַרויסשטעלן בײַ זיך אין דער היים — אַ "פֿידלער אויפֿן דאַך", ווי אַ וועטער־ווײַזער פֿאַרן דאַך פֿונעם הויז, אַ "פֿידלער אויפֿן דאַך" ווי אַ שפּילקאַסטן, וואָס שפּילט דאָס ליד ווען מע עפֿנט אים אויף, און נאָך הונדערטער זאַכן, וואָס האָבן אַרײַנגעבראַכט שלום־עליכמס געשטאַלט אין יעדער שטוב.
|
קלמן פּאָלגער, 2007: "שלום־עליכם און זײַנע געשטאַלטן" |
|
די ברייטע געזעלשאַפֿט האָט זיך אָנגעכאַפּט אין שלום־עליכמס כּתריאלעווקע, מיט אירע "קליינע מענטשעלעך", און זי געמאַכט ווי דאָס שטעטל־שבשטעטלעך; די ייִדענע מיטן טעפּל, וואָס איר לאָגיק איז אַפֿילו מער קאָמפּליציערט, ווי בײַם גרעסטן פֿילאָסאָף; די רעסטאָראַנען, וווּ דער קונה וועט חלשן פֿאַר הונגער; די האָטעלן, וואָס לויט דער הײַנטיקער סיסטעם, וואָלטן זיי אַפֿילו נישט דערגרייכט איין "שטערנדל" פֿאַר זייער קוואַליטעט.
אַוודאי האָט שלום־עליכמס פּען אויך דערפֿירט צו דעם, אַז די ווײַטערדיקע דורות, וואָס האָבן זיך געפֿוילט צו טאָן אַ ביסל פֿאָרש־אַרבעט, זאָלן האָבן אָנגענומען זײַן ליטעראַרישע פֿאַנטאַנזיע ווי אַן עטנאָגראַפֿישער אמת; אַז דאָס ייִדישע לעבן אין מיזרח־אייראָפּע איז באַשטאַנען בלויז פֿון טבֿיהס און מנחם־מענדלס, און פֿאַרזען אין גאַנצן דעם פֿאַקט, אַז אַ גרויסער טייל פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן געוווינט אין שטעט פֿאַרן חורבן און געווען אַרבעטער אין פֿאַבריקן, געגלייבט און געקעמפֿט פֿאַר פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגיעס...
|
לואיס מאַרקאָוויטש: "דאָס טעפּל" |
|
דעם ייִדישן קינסטלער האָבן שלום־עליכמס ווערק באַגײַסטערט צו שאַפֿן בילדער פֿונעם אַמאָליקן לעבן, אָפֿט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מאָנטאַזש פֿון זײַנע כאַראַקטערן, מיטן אָנטייל פֿונעם מחבר, ווי אַ כאַראַקטער אין זײַנע דערציילונגען, אין מיטן. אַזוי אַרום האָט דער עולם פֿאַרשטאַנען, אַז שלום־עליכם האָט געשאַפֿן נישט בלויז אַ וועלט, נאָר אַ גאַנצן קאָסמאָס, וווּ דער לייענער ווערט אַרײַנגעצויגן און לעבט איבער דאָס "געלעכטער מיט טרערן", וואָס שלום־עליכם האָט באַקאַנט געמאַכט ווי דער ייִדישער גלות־סימבאָל פֿון איבערקומען די צרות. דער רושם, וואָס שלום־עליכמס ווערק האָבן געמאַכט אויף דער גאָרער וועלט, זעט מען יעדן טאָג און ער וועט פֿאַרבלײַבן אויף דורות אין אַלע לענדער.