אַרטור קאָלניקס אילוסטראַציע צו איציק מאַנגערס "מגילה־לידער", 1936 |
דער פֿאַקט, וואָס די פּורים־שפּיל אויף ייִדיש לעבט נאָך, נאָך 500 יאָר, איז אַ סימן, אַז די ייִדישע געזעלשאַפֿט נייטיקט זיך אין דער געלעגנהייט אָפּצולאַכן פֿון אַנדערע און פֿון זיך אַליין. די ערשטע פּורים־שפּילן האָבן זיך באַוויזן אינעם 16טן יאָרהונדערט, און דעם טערמין "פּורים־שפּיל" קען מען שוין געפֿינען אין 1555. אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד, האָט מען די שפּילן פֿאָרגעשטעלט צוויי וואָכן פֿאַר פּורים, און צוויי וואָכן נאָך פּורים.
די טעמעס זענען געווען, דער עיקר, ביבלישע, אָבער מע האָט דעם סיפּור־המעשׂה מער לעבעדיק געמאַכט מיט מדרשים און אגדות, ווי אויך אַרײַנגעפֿלאָכטן די פּאָפּולערע קולטור פֿון יענער צײַט. במשך פֿון די יאָרהונדערטער האָט מען פֿאָרגעשטעלט: "מגילת אסתּר", "אַחשורוש־שפּיל", "מכירת־יוסף־שפּיל", "דוד און גלית־שפּיל", "עקדת־יצחק־שפּיל", "אַבֿרהם ושׂרה־שפּיל", "מלך שאול־שפּיל", חכמת שלמה־שפּיל", "דער אַשמדאַי־שפּיל" און "משה־רבינו־שפּיל" צווישן אַנדערע. אין די ערשטע שפּילן האָט מען זיכער באַמערקט די השפּעה פֿון דײַטשן, און אַפֿילו פֿונעם ענגלישן טעאַטער (אפֿשר דורך האָלאַנד?). די פֿיגור פֿון מרדכי הצדיק האָט מען פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאַר, אָפֿט מאָל פֿאַרבונדן מיט אַ האַרלעקין־טיפּ. די פֿראַנקפֿורטער קהילה איז געוואָרן אַזוי אויפֿגערעגט צוליב געוויסע וווּלגאַרע טיילן אין דער שפּיל, אַז מע האָט פֿאַרברענט די געדרוקטע אויסגאַבע.
אין די פּראָגער פּורים־שפּילן פֿונעם 18טן יאָרהונדערט איז מרדכי הצדיק נאָך אַלץ געווען אַ קאָמישע פֿיגור, און מע זעט פֿונעם טעקסט, אַז די שפּילער האָבן אַ סך אימפּראָוויזירט. די באַקאַנטע פֿיגור פֿונעם "לויפֿער", קען מע שוין געפֿינען אין דער צײַט אויך. אין די דײַטש־ייִדישע שפּילן איז מרדכי געוואָרן מער ערנסט מיט דער צײַט, אָבער אין מיזרח־אייראָפּע איז די טראַדיציע פֿון אַ קאָמישן, אָדער נאַרישן מרדכי געבליבן (אין איציק מאַנגערס "מגילה־לידער" ווערט מרדכי הצדיק אויך נישט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ העלד, נאָר ווי דער אַלטער פֿעטער פֿון אסתּר המלכּה). אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט די "מכירת־יוסף"־שפּיל פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן פּורים־צײַט. אליעזר פֿאַוויר פֿון זשאָלקעוו האָט איבערגעזעצט דעם העברעיִשן "מלחמה בשלום", און דעם "ספֿר גדולת יוסף", וואָס איז פֿערציק מאָל איבערגעדרוקט געוואָרן. די פּורים־שפּילער האָט מען אין גאַליציע אַפֿילו אָנגערופֿן די "יוסף־שפּילער" (אָדער "יאָזעף־שפּילער").
אַ חוץ גאַנצע דראַמעס, האָט מען אויך פֿאָרגעשטעלט קירצערע סצענעס, ווײַל, געוויינטלעך, זענען געגאַנגען די פּורים־שפּילערס פֿון הויז צו הויז, און לאַנגע פֿאָרשטעלונגען וואָלטן געשטערט צו דער פּרנסה. עס האָבן זיך אויפֿגעהיט שטייגער־סצענעס וועגן דאָקטוירים און רביים. אין מײַן באָבעס שטעטל, זוויניעטשקע, אין דער בוקעווינע, האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ סצענע פֿון אַ פּסח־סדר, אָדער אַ ייִדישער חתונה; אַן אַנדערט מאָל האָט מען געשפּילט אַ סצענע פֿון אַ גוייִשער "כאַסלערע" (חוזק־וואָרט פֿאַר נישט־ייִדישער פּויערישער חתונה). די גאַנצע פּורים־שפּיל האָט געקענט באַשטיין פֿון אַ לענגערן וויץ וואָס מען האָט אויסגעשפּילט. צוויי לידלעך האָט מײַן באָבע געדענקט און געזונגען, איינס פֿון אַ מכירת־יוסף שפּיל:
פּטיפֿרס ווײַב האָט מיך אָנגערעדט
מיר זאָלן זיך ליבן ביידע
כ'האָב געטון אַ באָרע, מיטן יצר־הרע
אַז יצחק איז מײַן זיידע.
פּטיפֿרס ווײַב האָט מיך אָנגערעדט
מיר זאָלן זײַן צוזאַמען
כ'האָב געטון אַ באָרע, מיטן יצר־הרע
אַז רבֿקה איז מײַן מאַמע.
פּטיפֿרס ווײַב האָט מיך אָנגערעדט
איך זאָל מיט איר גיין שלאָפֿן
כ‘האָב געטון אַ באָרע, מיטן יצר־הרע
אַז גאָט וועט מיך שטראָפֿן.
די "פֿאָלקסבינע־פּורים־שפּילערס" אין ניו־יאָרק, טרעטן אויף אין "פּורים אין כעלם" |
זעט מען, אַז אין דער פּורים־שפּיל האָט מען זיך געלאָזט אַ ביסל וווילגיין, און באַרירט טעמעס וואָס וואָלטן געווען אסור אין דער געזעלשאַפֿט. אין די פּורים־שפּילן וואָס דער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן האָט געזאַמלט אין פּוילן וועגן קאָנטראַבאַנד, "טריפֿהנע סחורה", האָט מען אויך, אויף אַן אַנדער אופֿן, חוזק געמאַכט פֿון געוויסע טעמעס, וואָס מע וואָלט אַ גאַנץ יאָר נישט אַרומגערעדט אין דער עפֿנטלעכקייט. אַזוי ווי פּורים איז אַ יום־טובֿ, אין וועלכן אַלץ ווערט איבערגעקערט, קענען די דאָזיקע געוויינטלעכע נישט־באַרירטע טעמעס, יאָ באַרירט ווערן אין יענעם טאָג. אַגבֿ אינעם פֿילם "פּורים־שפּילער" (1937) מיט מרים קרעסין און זיגמונט טורקאָוו זעט מען אַ פֿײַנע סצענע, אין וועלכער די פּורים־שפּילער קומען אַרײַן אין שטוב פֿונעם רײַכסטן ייִד אין שטעטל, אָבער דער הויפּט־שפּילער (טורקאָוו) גייט צו ווײַט אין זײַן קריטיק קעגן דעם עושר, און מע וואַרפֿט אים אַרויס.
די טראַדיציע אַרײַנצונעמען געשעענישן פֿון דער הײַנטיקער צײַט, האָט מען, ווי פֿריִער דערמאָנט, שוין אָפּגעהיט הונדערטער יאָרן. אין דער צײַט פֿון נאַפּאָלעאָן האָבן די פּורים־שפּילער אין פּוילן זיך אָנגעטאָן אין פֿראַנצייזישע מונדירן. עס געדענקט זיך אַ באָבאָווער פּורים־שפּיל אין ברוקלין פֿון די סוף 1970ער אָדער 1980ער יאָרן, ווען מע האָט אָפּגעלאַכט פֿונעם איראַנער אײַיאַטאָלאַ קומעני.
דער וועג פֿון דער פּורים־שפּיל צום מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער איז גוט באַקאַנט, און די ערשטע דורות ייִדישע אַקטיאָרן האָבן זייערע ערשטע ראָלעס געשפּילט אין די פּורים־שפּילן. איידער דער ייִד אין שטעטל האָט געקענט דאָס וואָרט "אַקטיאָר", האָט מען די גאָלדפֿאַדען־טרופּעס טאַקע אָנגערופֿן "פּורים־שפּילער".
די הײַנטיקע פּורים־שפּילן אויף ייִדיש זעט מען אין די חסידישע געגנטן, און די באָבאָווער שפּיל אין באָראָ־פּאַרק, האָט די פֿאָלקלאָריסטקע ד״ר שיפֿרה עפּשטיין לאַנגע יאָרן אויסגעפֿאָרשט. זי איז געווען די ערשטע צו פֿילמירן די שפּיל, אָבער דערנאָך האָט מען זיך געכאַפּט, אַז מע קען אפֿשר פֿאַרדינען פֿון אַזאַ פֿאָרשטעלונג. הײַנט קען מען קויפֿן פֿילמירטע חסידישע פּורים־שפּילן פֿון באָבאָוו, מונקאַטש און אַנדערע הייפֿן. אין ישׂראל שטעלן פֿאָר די וויזשניצער חסידים אַ פּורים־שפּיל אין בני־ברק.
די פֿאָרשונג פֿון דער פּורים־שפּיל האָט זייער געליטן מיט דעם, וואָס מע האָט נאָר פֿאַרשריבן די טעקסטן און נישט די מוזיק צו די שפּילן. מיט דער פּובליקאַציע פֿונעם מוזיקאָלאָג משה בערעגאָווסקיס זאַמלונג "פּורים־שפּיל", אַרויסגעגעבן אין קיִעוו אין 2001, נאָך זײַן טויט, האָט מע שוין געקענט נעמען אין דער האַנט אַ גאַנצע פּורים־שפּיל — טעקסט און מוזיק. דאָרטן קען מען לייענען אַ יוסף־שפּיל, אַ דוד און גלית־שפּיל, אַ שאול המלך־שפּיל און נאָך אַנדערע. כאָטש אין יעדן דור האָט מען געמאַכט ענדערונגען דאָ און דאָרט, איז זיך צו חידושן ווי ענלעך די פּורים־שפּילן זענען געבליבן במשך פֿון די יאָרן.
די פּורים־שפּיל איז פֿון די בעסטע פֿאָלקלאָר־מוסטערן פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס־גײַסט; אַ בײַשפּיל פֿון קענען באַנעמען די וועלט און די געשיכטע מיט הומאָר און פֿאַנטאַזיע.