פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
יהודה עלזעט

ווען מע גיט אַ קוק אויף די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ווערטלעך און אידיאָמען, אָנהייבנדיק פֿון אַ. טענדלאַוס ווערק (1860), ביז א. בערנשטיינס (1908) און ישׂראל פֿורמאַנס ביכער (1968), וואַרפֿן זיך אין די אויגן די פֿיר בענד פֿון יהודה עזלזעט, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין די יאָרן 1918 — 1920, מיטן טיטל, "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך: פֿאָלקסטימלעכע רעדנסאָרטן, גלײַכווערטלעך און אַנעקדאָטן". "דער וווּנדער־אוצר" טיילט זיך אויס פֿון די אַנדערע זאַמלונגען, צוליב פֿאַרשיידענע טעמים. קודם־כּל, האָט דער מחבר געפֿונען מער ווי אַ העלפֿט פֿון זײַן מאַטעריאַל אין די ווערק פֿון אונדזערע קלאַסיקער — מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ, ווי אויך אַנדערע משׂכּילישע שרײַבער ווי א. מ. דיק, יואל לינעצקי און יעקבֿ דינעזאָן.

אַנאָנסן, טעאַטער
פֿאָטאָס פֿון דזשאָן ראָט

אינעם 6־בענדיקן ייִדישן טעאַטער־לעקסיקאָן וועט מען נישט געפֿינען קיין געבוירן־דאַטע פֿאַר דער אַקטריסע מינאַ בערן, וואָס האָט בסוד געהאַלטן די פּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע; אָבער סײַ־ווי וואָלט אַזאַ ידיעה געשפּילט אַ קליינע ראָלע בײַם באַטראַכטן דאָס לעבן און די קאַריערע פֿון מינאַ בערן, וועלכע האָט אויסגעזען ייִנגער און זיך אויפֿגעפֿירט מיטן כּוח פֿון אַ פֿרוי צען יאָר ייִנגער. ווען זי איז געשטאָרבן, די וואָך, דעם 10טן יאַנואַר,

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
יואל ענטין

די ערשטע ייִדישע פֿאָלקשול אין אַמעריקע איז געגרינדעט געוואָרן אין ניו־יאָרק, דעם 10טן דעצעמבער 1910, פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און "פּועלי־ציון־צעירי־ציון", אויפֿן אַדרעס פֿון 143 מאַדיסאָן גאַס, אויף דער איסט־סײַד, אינעם בנין פֿון דער "עדיוקיישאָנאַל ליג". מיט צוויי חדשים פֿריִער, האָט מען בײַ דער "פּועלי־ציון"־קאָנפֿערענץ אין מאָנטרעאָל אָנגענומען אַ רעזאָלוציע צו שאַפֿן "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע" ייִדישע שולן. די הויפּט־כּוחות הינטער דעם געדאַנק אויפֿצובויען אַזעלכע שולן, זענען געווען דער שרײַבער און דערציִער י. ענטין און דער פּאָליטישער און קולטור־פֿירער חיים זשיטלאָווסקי.

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּסח פֿישמאַן (רעכטס) מיט אַנדרעאַס שמיטגעס

יעדעס יאָר, סוף דעצעמבער, אין די טעג נאָכן "קלעזקעמפּ", וואָס קומט פֿאָר אין די קעטסקיל־בערג, שטראָמט אַרײַן אין דער שטאָט ניו־יאָרק אַ געוואַלד מיט קלעזמאָרים, וועלכע ווילן פֿאַרברענגען נאָך אַ ביסל אין אַ ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה, איידער מע פֿאָרט צוריק אַהיים. דאָס יאָר האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, מיט וועלכן מיר האָבן זיך באַקענט פֿאַר אַ יאָרן, ווען ער איז אייגנס געקומען פֿון דײַטשלאַנד צו רעדן בײַ די שלושים פֿון פּסח פֿישמאַן, מיט וועמען ער איז אָפֿט אויפֿגעטראָטן. אין "קלעזקעמפּ" האָט ער געלערנט מיט די אָנטיילנעמער ייִדישע און מיזרח־אייראָפּעיִשע טענץ, און איז הײַנט איינער פֿון די אָנפֿירנדיקע לערער אויף דעם פֿעלד.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ ייִדישער סאָלדאַט אין דער עסטרײַך־אונגערישער אַרמיי

מיר פּלאַגער, מיר שטייען דאָ,
אונטער אײַערע פֿענצטער,
גיט אונדז אַ ביסל בראָנפֿן,
וועט איר זײַן בײַ אונדז דער שענסטער!
אוי וויי, וויי צו מײַנע יאָר!
וואָס איך האָב דערלעבט
צו איין און צוואַנציק יאָר!
(פֿאָלקסליד פֿונעם ייִוואָ־באַנד 
"ייִדישער פֿאָלקלאָר")

געשיכטע, קהילה־לעבן
אַן אַמאָליקע ישיבֿה, הײַנט — אַ טאָגהיים פֿאַר קינדער

צווישן אַנדערע יובילייען פֿון ניו־יאָרק אין 2009 האָט מען אויך געפּראַוועט 100 יאָר פֿונעם בראָנקסער בולוואַר — "גראַנד־קאָנקורס". דער "קאָנקורס" אין דעם זין, איז נישט קיין פֿאַרמעסט, נאָר אַ צונויפֿקום פֿון וועגן, און ווען מע האָט אויספּלאַנירט דעם עלעגאַנטן שטראָז אין 1909 האָט מען אין זינען געהאַט דעם פּאַריזער שאַמפּס־עליזיי. לכתּחילה, האָט מען געוואָלט שאַפֿן באַזונדערע פּאַראַלעלע וועגן פֿאַר פֿערד, ביציקלעטן און פֿוסגייער, און בריקן בײַ יעדן וויכטיקן שנײַדפּונקט.

ייִדיש־וועלט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
נשמה לעוויצקי

די זינגערין נשמה לעוויצקי, הײַנט אַ תּושבֿ אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָט במשך פֿון איר קאַריערע ווי אַ ייִדישע זינגערין אָפֿט אַרויסגעוויזן איר וויזועלע פֿעיִקייט. דאָס דעקל פֿון איר דועט־רעקאָרדירונג "מאַקס און מינקאַ" האָט זי נישט נאָר אַליין געצייכנט, נאָר דעם קאַרטאָן, אין וועלכן מע לייגט אַרײַן דאָס קאָמפּאַקטל אַליין געמאַכט מיט דער האַנט. די מאָלערײַ אויפֿן דעקל פֿון דער רעקאָרדירונג "האַרבסט", פֿון דער קאַפּעליע "סאַן־פֿראַנציסקאָ־קלעזמער־עקספּיריענץ" האָט זי אויך געמאָלן.

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
נעמיראָווער שול, רעמאָנטירט אין יאָר תרס״ה (1905)

במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט די קיִעווער ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק אַרויסגעגעבן פֿיר קאָמפּאַקט־דיסקן פֿון גאָר וויכטיקע רעקאָרדירונגען, לידער, זמירות, תּפֿילות, קינדער־גראַמען. אַ טייל פֿון זיי האָט געזאַמלט ש. אַנ־סקי בעת זײַן עקספּעדיציע אין 1912 — 1914, אין די שטעטלעך פֿון וואָלין און אוקראַיִנע, אָבער קיין באַשרײַבונגען — וואָס איז פֿאָרגעקומען בעת דער עקספּעדיציע, ווי אַזוי מע האָט דורכגעפֿירט די אַרבעט, און ווי אַזוי מע האָט אָנגעזאַמלט דעם פֿאָלקלאָר — האָט מען ווייניק געדרוקט.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
די "איכה־וואַנט" אינעם "רמ״אָ־בית־עולם"

דער גרינדער און ערשטער דירעקטאָר פֿונעם "גאַליציאַנער ייִדישן מוזיי" אין קראָקע איז געווען דער בריטישער פֿאָטאָגראַף קריס שוואַרץ (1948—2007), וועלכער האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן פֿאָטאָגראַפֿירט די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין (פּוילישער) גאַליציע, און דערנאָך געשאַפֿן דעם מוזיי, צום טייל, כּדי אויסצושטעלן זײַן קונסט. הײַנט שטעלן מיט זיך פֿאָר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס אַ פּערמאַנענטע אויסשטעלונג אינעם מוזיי,

ייִדיש־וועלט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
נײַ קאָמפּאַקטל "פֿעדערמענטש: לידער פֿון ייִדישלאַנד"

וועגן דעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין דײַטשלאַנד האָט מען שוין אַ סך געשריבן, מיט פֿאַרשיידענע טעאָריעס, פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען אַזאַ פֿענאָמען איז אויפֿגעקומען במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר. אַנומלט האָב איך אויסגערעכנט די פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס אין דײַטשלאַנד, אָבער געבנדיק אַ קוק אויפֿן "דײַטשער קלעזמער־וועבזײַט", דאַכט זיך מיר, אַז די רשימה איז נאָך לענגער געוואָרן, כאָטש פֿון טייל גרופּעס האָט מען שוין לאַנג נישט געהערט: "פֿיאַלקע", "האַריס פֿריילעך", "טאַנגאָ און קלעזמער־קוואַרטעט",

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ענגע־בענגע סטופּע־סטענגע
אַרצע־באַרצע, גאָלע־שוואַרצע
איימעלע, ריימעלע, בייגעלע, פֿייגעלע, האָפּ!
(פֿון שלום־עליכמס קינדער־דערציילונג "חנוכּה־געלט")

קונסט
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּאָרטרעט פֿון זיך אַליין, פֿאָטאָגראַפֿיע, 1930

מאַן ריי איז געווען דער ערשטער אַמעריקאַנער קינסטלער וואָס האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער מאָדערנער קונסט־באַוועגונג אין פּאַריז צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. ס'איז ווייניק באַקאַנט וועגן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. געבוירן אין פֿילאַדעלפֿיע מיטן נאָמען עמנואל ראַדניצקי אין 1890, איז זײַן טאַטע געווען אַ שנײַדער פֿון אייראָפּע און צו די ערשטע שאַפֿונגען פֿון מאַן ריי געהערט דאָס ווערק, געמאַכט פֿון צוזאַמענגעשטיקעוועטע לאַטעס.