|
נעמיראָווער שול, רעמאָנטירט אין יאָר תרס״ה (1905) |
|
במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט די קיִעווער ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק אַרויסגעגעבן פֿיר קאָמפּאַקט־דיסקן פֿון גאָר וויכטיקע רעקאָרדירונגען, לידער, זמירות, תּפֿילות, קינדער־גראַמען. אַ טייל פֿון זיי האָט געזאַמלט ש. אַנ־סקי בעת זײַן עקספּעדיציע אין 1912 — 1914, אין די שטעטלעך פֿון וואָלין און אוקראַיִנע, אָבער קיין באַשרײַבונגען — וואָס איז פֿאָרגעקומען בעת דער עקספּעדיציע, ווי אַזוי מע האָט דורכגעפֿירט די אַרבעט, און ווי אַזוי מע האָט אָנגעזאַמלט דעם פֿאָלקלאָר — האָט מען ווייניק געדרוקט.
דער סאַמע בעסטער מקור איז אַ בוך זכרונות פֿון אַבֿרהם רעכטמאַן, "ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר: זכרונות וועגן דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע, אָנגעפֿירט פֿון ש. אַנ־סקי", וואָס דער ייִוואָ אין בוענאָס־אײַרעס האָט אַרויסגעלאָזט אין 1958.
אַבֿרהם רעכטמאַן איז געבוירן געוואָרן אין פּראָסקורעוו, אוקראַיִנע, אין 1890 און געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1972. ווי אַ סטודענט אין פּעטערבורג, זעט אויס, האָט ער זיך באַקענט מיט ש. אַנ־סקי פּונקט אין דער צײַט, ווען אַנ־סקי האָט זיך געגרייט צו זײַן לעגענדאַרער עקספּעדיציע. נאָך דער אונטערנעמונג איז רעכטמאַן אַנטלאָפֿן פֿון דער רוסישער אַרמיי דורך כינע און געקומען קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט געשאַפֿן אַ דרוקערײַ.
רעכטמאַן האָט געהאַט אַ טראַדיציאָנעלע דערציִונג און גוט פֿאַרשטאַנען די גאָר אַלטע פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן, וואָס די עקספּעדיציע האָט געזאַמלט; נישט נאָר לעגענדעס און מעשׂיות, נאָר אויך אַלטע חפֿצים, ספֿרים און פּינקסים. אַנ־סקי און רעכטמאַן האָבן אָנגעהאַלטן אַ קאָרעספּאָנדענץ ביז אַנ־סקיס פֿריצײַטיקן טויט אין 1920, צו 57 יאָר, און די וואַרעמע געפֿילן צווישן זיי שטראַלן אַרויס פֿון די בריוו. אָבער נישט אַלץ איז געגאַנגען כּשורה אין דער עקספּעדיציע.
סוף 1914, בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט מען רעכטמאַנען און דעם קינסטלער ש. יודאָווין אַרעסטירט אין זשיטאָמיר, ווי שפּיאָנען, ווײַל זיי האָבן פֿאָטאָגראַפֿירט בנינים, שילן און אַנדערע ערטער אין די שטעטלעך. אַנ־סקי, אַ דאַנק דער באַמיִונג פֿונעם עטנאָגראַף ל. י. שטערנבערג, האָט אויסגעפֿאַרטיקט די נייטיקע דאָקומענטן צו באַווײַזן דער פּאָליציי, אַז זיי זענען באַרעכטיקט צו פֿאָטאָגראַפֿירן, און מ׳האָט זיי פֿרײַ געלאָזט.
געוויינטלעך, פֿלעגט די עקספּעדיציע־מאַנשאַפֿט אַרײַנקומען אין אַ שטעטל און, צום אַלעם ערשטן, גיין אין שיל דאַוונען מיט די תּושבֿים, און זיך באַקענען מיט די עלטערע לײַט, און דורך דער פֿאַרבינדונג, אַרויסבאַקומען פֿון זיי מעשׂיות און לעגענדעס פֿון אַמאָל. אַנ־סקי האָט געהאַט אַ טאַלאַנט צו באַקומען צוטרוי בײַ די מענטשן — ער איז דאָך געווען אַ פֿרעמדער, און דער געדאַנק פֿון זאַמלען פֿאָלקלאָר איז אויך געווען אַ פֿרעמדער פֿאַרן עלטערן דור. רעכטמאַן שרײַבט וועגן זײַן זאַמל־פּראָצעס אַזוי:
נאָכן דאַוונען פֿלעגן די מתפּללים אונדז אַרומרינגלען, שטעלן פֿראַגעס. אַנ־סקי פֿלעגט זיי ענטפֿערן און דערציילן מעשׂיות פֿון דער גרויסער שטאָט, זיך אַרײַנלאָזן אין שמועס, און לסוף פֿאַרבעטן די זקנים פֿון שיל צו זיך אין אַכסניה, און בײַ אַ גלעזל טיי, און על־פּי־רובֿ בײַ אַ גלעזעלע משקה, מיט אַ בייגל צום פֿאַרבײַסן, האָט שוין אַנ־סקי געשטעלט פֿראַגעס. האָבן די זקנים גערן געענטפֿערט און דערציילט, און מיר — פֿאַרצייכנט אויף פּאַפּיר.
וואָס פֿאַר אַ לעגענדעס האָבן די זקנים דערציילט? אין אַ סך שטעטלעך איז געשטאַנען אַן אַלטע שיל, וואָס וועגן איר האָט מען דערציילט כּלערליי מעשׂיות. אין ראַדזיוויל, למשל, האָט מען אַראָפּגעבראַכט אַ באַקאַנטן שניצער צו שאַפֿן אַ נײַעם אָרון־קדוש פֿאַר דער שיל, און ער האָט אַ גאַנץ יאָר געאַרבעט אויף דעם — "ס׳איז אַרויסגעקומען אַ כּלי־מפֿואר, אַ זעלטן שיינע קונסטווערק: געשניצטע לייבן און לעמפּערטן, הירשן און אינדן, אָדלערס, טויבן, קליינע און גרויסע באַשעפֿענישן און אַלערליי בלומען". דער שניצער האָט צום סוף אויסגעקריצט זײַן נאָמען פֿון אונטן — "עוזר ב״ר יחיאל, מעשׂה ידי להתפּאר". מיט פֿינף חדשים שפּעטער, דעם ערשטן טאָג שבֿועות, איז געקומען אַ שרעקלעכער שטורעם און עס "האָט אַ דונער אַ קראַך געטאָן איבער דער שיל, צעשפּאָלטן דעם קאָלפּאַק אויפֿן דאַך, אַרײַן אין שיל אינעווייניק און אויסגעברענט פֿונעם אָרון־קודש פֿון אונטן, דעם נאָמען פֿונעם שניצער אין איינעם מיטן 'מעשׂה ידי להתפּאר’". וואָס האָט דאָס באַטײַט? מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען אויסגעפֿונען, אַז דער שניצער האָט אויך געשניצט, איידער ער האָט אָנגעהויבן די אַרבעט אין שיל, אין אַ קאַטוילישן קלויסטער....
וועגן די אויסערגעוויינטלעכע מאָלערײַען אין די שילן האָט מען אויך דערציילט לעגענדעס. אין דער מיקולאַיעווער שיל, האָבן די פֿאָלקלאָריסטן געזען אַ צייכענונג אויפֿן עמוד פֿון "ידי אַהרן", פֿון צוויי הענט ווי כּהנים האַלטן בײַ דוכנען, אָבער דער גראָבער פֿינגער האָט געפֿעלט אויף איין האַנט, און בלוט איז גערונען פֿון אים. האָט מען דערציילט, אַז די מאָלערײַ האָט מען געמאַכט אין דער צײַט פֿון די "כאַפּערס" צו דער צאַרישער אַרמיי, און כּדי זיך אַרויסצודרייען פֿון פֿאָניעס הענט, האָט מען אַ מאָל אָפּגעשניטן דעם גראָבן פֿינגער בײַם זון. אין דעם פֿאַל, האָט דער מאָלער דאָס געטאָן בײַ זײַן בן־יחיד, און דער זון איז נעבעך געשטאָרבן פֿון דער וווּנד. אין אָנדענק פֿון זײַן קינד, האָט ער פֿאראייביקט די טראַגעדיע אויפֿן עמוד איבערן "שויתי ה׳לנגדי תּמיד".
אַ סך לעגענדעס האָט מען געהערט אין די שטעטלעך וועגן מצבֿות, קבֿרים און קבֿרים־שטיבלעך. נישט נאָר וועגן גרויסע רביים ווי דער בעש״ט און רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער, נאָר אויך וועגן געוויינטלעכע שטעטל־לײַט מיט אויסערגעוויינטלעכע געשיכטעס. נישט אַלע מצבֿות האָבן זיך געפֿונען אויפֿן בית־עולם. די "חתן־כּלה־קבֿרים" זענען געווען בערגלעך אַרומגעצוימט מיט אַ גדר לעבן די שילן. געוויינטלעך, האָבן די מסורות דערציילט וועגן כמעלניצקיס צײַטן, ווען אוקראַיִנישע באַנדעס האָבן אומגעבראַכט גאַנצע שטעטלעך ייִדן. ווי באַקאַנט, האָט אַנ־סקי אויסגעניצט דעם דאָזיקן לעגענדע־מאַטעריאַל אין זײַן קלאַסישער דראַמע "דער דיבוק".
אין נעמירעוו, לעבן דער גרויסער שיל איז געשטאַנען אַזאַ מצבֿה און מע האָט דערציילט אַזאַ לעגענדע וועגן איר: אַ נגיד פֿון דער קהילה האָט געמאַכט אַ סעודה פֿאַר אָרעמע־לײַט, אַ טאָג פֿאַר זײַן בת־יחידהס חופּה. אין מיטן פֿון דער שׂימחה זענען אָנגעריטן די קאָזאַקן און די חתן־כּלה זענען אַנטלאָפֿן, צו ערשט אין דער שיל, דערנאָך אויף אַ שיפֿל אויפֿן טײַכל, אָבער ווען די רוצחים זענען זיי נאָכגעשוווּמען, האָבן זיי באַשלאָסן אַרײַנצושפּרינגען אין וואַסער, זיך דערטרונקען, כּדי נישט אַרײַנצופֿאַלן אין זייערע הענט. דרײַ טעג נאָך דעם האָבן די לעבן־געבליבענע ייִדן געפֿונען זייערע קערפּערס און אויפֿגעשטעלט אַ מצבֿה, און אויף דעם אָנגעשריבן (איבערגעזעצט פֿון לשון־קודש דורך רעכטמאַן):
געליבטע קינדערלעך און זוויגלינגס פֿרויען און מענער,
האַרציקע חתנים און כּלות פֿרומע נשמות,
בײַם לעבן נישט געפֿעלט האָט זיי קיין זאַך,
אויך געגרייט זיך צו פֿירן זיי צו אַ באַצירטער חופּה
נאָך זייער טויט איז דער טײַך־גרונט קליין געווען זיי אַנטהאַלטן,
נישט קיין געשאָכטענער, נײַערט אַ דערטרונקענער קרבן.
צעטיילט זײַנען בלויז די קערפּערס, די נשמות פֿאַרבונדן זײַנען אויף אייביק.
י״ט סיון, תּ״ח לפּ״ק.
אין זײַן בוך האָט אויך רעכטמאַן פֿאַרשריבן אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן, וואָס די פּינקסים האָבן דערציילט; אָפּשפּרעכענישן, סגולות און תּרופֿות, לעגענדעס וועגן סופֿרים און מעשׂיות וועגן ניגונים און תּפֿילות. וועגן דעם פֿריילעכן "ניגון פֿון יצירה", וואָס די טאָלנער חסידים זינגען, ווערט דערציילט, אַז בײַם בויען דעם גרויסן בית־מדרש, האָט מען נישט געהאַט גענוג געלט צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט. האָט מען געמאַכט אַ סעודה צו זאַמלען געלט, און אַ גרויסער עולם איז געקומען און געגעבן צו שטײַער.
עס איז אויך געקומען דער מנגן ר׳ יאָסעלע־דעם־רבינס, דער חזן פֿונעם טאָלנער רבין. ר׳ יאָסעלע האָט געזונגען און געזונגען און דער עולם האָט געלעקט די פֿינגער, ביז ער האָט שוין מער נישט געקענט. איז איינער אויפֿגעשטאַנען און געזאָגט, "אויב ר׳ יאָסעלע וועט, אין משך פֿון פֿינף מינוט מחדש זײַן אַ שפּאָגל נײַעם ניגון, ביך איך מנדר מוסוף צו זײַן נאָך ח״י מאָל רובל צום גמר פֿונעם בנין בית־המדרש". ר׳ יאָסעלע האָט פֿאַרמאַכט די אויגן און זיך פֿאַרקלערט, זיך דערנאָך אויפֿגעשטעלט און געזונגען דעם שפּאָגל נײַעם ניגון, אַ פֿריילעכס, און דער עולם האָט געטאַנצט אַ ריקוד. דער ייִד האָט געהאַלטן וואָרט און בײַם חנוכּת־הבית האָט מען נאָך אַ מאָל געזונגען דעם "ניגון פֿון יצירה".
אַבֿרהם רעכטמאַנס זעלטענע זאַמלונג לעגענדעס האָבן אָפּגעראַטעוועט אַן אוצר פֿאַר די ווײַטערדיקע דורות; אַ קוואַל פֿון ייִדישער פֿאָלקסשאַפֿונג פֿון אַמאָל.