- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַמאָל איז אין אַ שטעטל געווען אַ גרויסער מכניס־אורח. ער פֿלעגט נישט גיין עסן, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין אורח צום טיש, און טאָמער האָט ער נישט געהאַט קיין אורח, פֿלעגט ער אַרויסשיקן דעם שמשׂ אויסזוכן אַן אורח. איין מאָל, ווען ער איז אין דער היים נישט געווען, קומט אַרײַן אַן אָרעמאַן און בעט אַ נדבֿה. גיט אים דאָס ווײַב אַ קאָפּיקע, וויל ער נישט נעמען. גיט זי אים צוויי קאָפּיקעס, וויל ער אויך נישט נעמען. הכּלל, בקיצור, זי איז אַרויפֿגעקומען ביז אַ האַלב קערבל, און ער וויל אַלץ נישט נעמען, האָט זי געזאָגט: "מער איז נישט אין מײַן רשות צו געבן. איך וועל גיין אין בית־המדרש אַרײַן נאָך מײַן מאַן". די אַספּיראַנטקע פֿון "בערקלי"־אוניווערסיטעט, זוהר ווײַנמאַן־קעלמאַן, שפּרודלט מיט פּלענער פֿאַרן מאָרגן פֿון ייִדיש; אַ מחיה צו פֿאַרברענגען מיט איר און זיך צוהערן צו איר התפּעלות פֿאַר מאַמע־לשון און פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און וויסנשאַפֿט. זי איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין ירושלים, און האָט שטודירט ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור אינעם דאָרטיקן "העברעיִשן אוניווערסיטעט". מיט פֿינעף יאָר צוריק איז זי געקומען קיין קאַליפֿאָרניע צו שטודירן פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור אין "בערקלי", מיטן טראָפּ אויף דער ייִדישער ליטעראַטור. די ייִדישע קינדער־זשורנאַלן, פֿאַרבונדן מיט די וועלטלעכע שולן, פֿאַרמאָגן אוצרות — אָריגינעלע שאַפֿונגען, סײַ פּראָזע, סײַ פּאָעזיע, ווי אויך קינדער־שפּילן, קאַריקאַטורן, און רעטענישן. די פֿרי־פֿאַרשטאָרבענע פֿאָרשערין נעמי פּראַווער־כּדר האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע אויף דער טעמע, און צו אירע שלושים, ווידמען מיר די זײַט דער דאָזיקער טעמע. ש. ניגער האָט געשריבן, אַז בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז "אויף ייִדיש ניט געווען וואָס צו לייענען פֿאַר קינדער, און נאָך ערגער איז, וואָס עס איז נישט געווען ווער עס זאָל לייענען. מיט עטלעכע זומערן צוריק בין איך שטיין געבליבן בײַ אַן אויספֿאַרקויף־יריד אין די קעטסקיל־בערג, און געפֿונען גאָר אַלטע ייִדישע פּלאַטעס, צווישן זיי, אייניקע וואָס זענען פֿאַרשריבן געוואָרן אין לעמבעריק אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. איך האָב, בדרך־כּלל, געהאַט אויפֿגעהערט צו קויפֿן אַזוינע אַלטע, דיקע פּלאַטעס, ווײַל זיי צעברעכן זיך לײַכט. אָבער די רעקאָרדירונגען זענען געווען טאַקע זעלטענע, האָב איך זיי געבראַכט צוריק קיין ניו־יאָרק און געבעטן לאָרין סקלאַמבערג, דעם אַרכיוויסט אין ייִוואָ, זיי איבערצופֿירן אויף קאָמפּאַקט־דיסקן, און זאָל דער ייִוואָ האַלטן די אָריגינעלע פּלאַטעס. די זשורי האָט געפּסקנט, און מע קען, אין אַ מזלדיקער שעה, ווײַטער האָפֿן אויף גוטע נײַעס: דער פּסק־דין איז — יאָ, ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט. וועגן דעם זענען מסכּים געווען די אָנטיילנעמער פֿון אַ פּאַנעל — דעם ווינטער אויף דער טעמע — בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון דער "מאָדערנער שפּראַך־אַסאָציאַציע", די גרעסטע פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע פֿון הומאַניסטיק־וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע. אַן עמערירטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם "ניו-יאָרקער קאָלעדזש פֿון טעכנאָלאָגיע", אסתּר לייסאָרעק גודמאַן, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ אין פֿילאַדעלפֿיע, און פֿאַרבעטן די חשובֿע געלערנטע. דאָס זאַמלען פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע זענען געווען וויכטיקע פּונקטן בײַם "ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט", ייִוואָ, פֿון סאַמע אָנהייב אָן. אין די ערשטע באַשרײַבונגען פֿון די צילן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, אין 1925, האָט מען תּמיד אַרײַנגערעכנט פֿאָלקלאָר, צו גלײַך מיט פֿילאָלאָגיע און געשיכטע. ווען דער ייִוואָ האָט געבעטן, מע זאָל אַרײַנשיקן פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן, האָבן זיך גאָר גיך פֿאָרמירט פֿאָלקלאָר־קרײַזן אין צענדליקער שטעט און שטעטלעך,
"אַ גוטן פּורים און אַ גוטן אָוונט, ייִדישע קינדער!
די וואָך האָט מען מודיע געווען, אַז דעם דעקאַן פֿון דער באַקאַנטער חזנות־שול בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט מען אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּאָסטן. אויפֿן אָרט פֿון חזן הענרי ראָזענבלום, אַ באַליבטער לערער און אַדמיניסטראַטאָר שוין 12 יאָר, וועט מען קאָמבינירן די חזנות־שול מיט דער ראַבינער־שול אונטער איין דאַך, און דער נײַער אַדימיניסטראַטאָר פֿון די חזנים־סטודענטן וועט זײַן אַ רבֿ, נישט קיין חזן. די איבערראַשנדיקע נײַעס האָט אויפֿגערודערט די סטודענטנשאַפֿט פֿון דער "ה. ל. מילער־חזנות־שול", וועלכע ווייסט שוין נישט מער, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען. "שאַ, שטיל! נאָר אַ פּאָר גרילן גרילצן זיך איינע מיט דער אַנדערער איבער פֿון די שפּעלטלעך ערגעץ אין אַ ווינקל. דאָס ווײַב זיפֿצט פֿאַרטראַכט, שאָקלט מיטן קאָפּ און נעמט זיך דערנאָך זאָגן: ׳גאָט פֿון אַבֿרהם.... אַז דער ליבער שבת־קודש גייט אַהין'...אויף אַ טרויער־זינגנדיק קול, — אַן עק, הייסט עס, אַ סוף!" "ווינטשפֿינגערל", מענדעלע מוכר־ספֿרים די לידער פֿון איציק מאַנגער, מיט זייערע וואָרצלען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿאָלקס־פּאָעזיע, זענען צווישן די קרוינווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. עס זעט אויס, אַז מיט די יאָרן ווערן זיי וואָס מער באַליבט, נישט ווייניקער. די מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג פֿון מאַנגערס "מגילה־לידער" האָט צוגעצויגן טויזנטער נײַער ליבהאָבער צו זײַנע ווערק אין די 1960ער און 1970ער יאָרן; קאָמפּאָזיטאָרן ווי חוה אַלבערשטיין, צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס", האָבן ווײַטער פֿאַרשפּרייט מאַנגערס שם אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. דער זיס־זויערער טיטל פֿון דער נײַסטער זאַמלונג לידער פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, איינעם פֿון די חשובֿסטע ייִדישע פּאָעטן הײַנט, שטעלט דעם טאָן פֿאַרן גאַנצן ווערק. מיט דער עלטער ווערט דאָס לעבן אַלץ שווערער, אָבער מע דאַרף געפֿינען אַ ביסל פֿרייד, וווּ מע קען. און אויב נישט פֿרייד, זאָל זײַן עפּעס שיינס. און אויב נישט קיין שיינס, טאָ זאַל מען סײַ־ווי־סײַ זיך אײַנלעבן אין דער וועלט מיטן גאַנצן פּאָעטישן באַוווּסטזײַן... די לידער שטעלן דעם טראָפּ אויף דער זיקנה, אויף די זכרונות פֿון אַמאָל (אויך זיס און זויער), און דער מחבר קען מײַסטעריש נעמען אַן אימאַזש פֿון דער עלטער און אים באַלעבן, אַפֿילו ווען דער מענטש אַליין ווערט קוים דערמאָנט: דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס, דעם 16טן יאַנואַר, איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער "גאָלדענער פֿעסטיוואַל", וואָס דער באַלקאַנישער מעש־אָרקעסטער "זלאַטנע אוסטע" [גאָלדענע ליפּן] אָרגאַניזירט אין צפֿון־מאַנהעטן. דאָס יאָר האָט מען געפּראַוועט 25 יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געדויערט פֿון 6:00 אַ זייגער אין אָוונט ביז 3:00 אַ זייגער בײַ נאַכט. אויף דרײַ גאָרנס קען מען הערן פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע גרופּעס, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין דער מוזיק פֿון צפֿון־גריכנלאַנד (מאַקעדאָניע), בולגאַריע, סערביע און ראָמאַ (ציגײַנער). |