|
געזאַנג־בויגן פֿון Lena From Palesteena |
|
מיט עטלעכע זומערן צוריק בין איך שטיין געבליבן בײַ אַן אויספֿאַרקויף־יריד אין די קעטסקיל־בערג, און געפֿונען גאָר אַלטע ייִדישע פּלאַטעס, צווישן זיי, אייניקע וואָס זענען פֿאַרשריבן געוואָרן אין לעמבעריק אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. איך האָב, בדרך־כּלל, געהאַט אויפֿגעהערט צו קויפֿן אַזוינע אַלטע, דיקע פּלאַטעס, ווײַל זיי צעברעכן זיך לײַכט. אָבער די רעקאָרדירונגען זענען געווען טאַקע זעלטענע, האָב איך זיי געבראַכט צוריק קיין ניו־יאָרק און געבעטן לאָרין סקלאַמבערג, דעם אַרכיוויסט אין ייִוואָ, זיי איבערצופֿירן אויף קאָמפּאַקט־דיסקן, און זאָל דער ייִוואָ האַלטן די אָריגינעלע פּלאַטעס.
אויף ס׳רובֿ פֿון די ייִדישע פּלאַטעס פֿון לעמבעריק זינגען אַקטיאָרן פֿונעם אַמאָליקן "גימפּלס טעאַטער". לעאָן קאַליש (1882 — 1942?), אַ לעמבעריק־געבוירענער אַקטיאָר, האָט עטלעכע פּלאַטעס פֿאַרשריבן, און איינע פֿון זיי האָב איך דאָרטן "געפּאַקט", מיטן ליד "דער שמשׂ" פֿון יוסף לאַטײַנערס פּיעסע "די סדר־נאַכט". איך האָב באַלד דערקענט דאָס ליד פֿון דער מעלאָדיע און דער ערשטע סטראָפֿע:
איך דער אָרעמער שמשׂ
ווילן אַז אײַערע טאַטע־מאַמעס
זאָלן דערלעבן פֿילע נחת...
דער ניגון פֿנעם רעפֿריין האָט געקלונגען פּונקט ווי דער רעפֿרען בײַם פּאָפּולערן אַמעריקאַנער דזשעז־ליד אויף ענגליש "לינע פֿון פּאַלעסטינע", וואָס עדי קאַנטאָר האָט געזונגען אין 1920. אָבער איך האָב דאָס ליד, ווי קאַליש האָט עס געזונגען, געהערט פֿון מײַן באָבע, ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן, אַ וווּנדערלעכע פֿאָלקזינגערין פֿון דער בוקעווינע, און נישט פֿון עדי קאַנטאָר. זי האָט געזונגען אַזעלכע ווערטער צו דער מעלאָדיע:
קומט דער שדכן שמשׂ
צו מײַן טאַטע־מאַמע,
אַ שידוך האָט ער גאָר פֿאַר מיר.
אַ מיידל אַ גרויסע בריאה,
און די מאַמע, אַ אשת־צניאה...
אוי, אוי, שוין נעם און גיב אים שוין שדכנות־געלט
שוין און גוט, עס עקט דאָך די וועלט...
קומט אַ דײַטש, אַ היגער,
צו מײַן פֿליאַסקעדריגע,
אַ תּשובֿה וויל ער פֿון אים אַרויס,
ער איז אַ רײַך קינד,
און פֿאַר זײַנע זינד
באַצאָלן וויל ער, מיט אַ פּדיון אַ גוטן.
אוי, אוי, ווי קענט איר דאָס גאָר פֿאַרשטיין?
צוצוקוקן דעם רבינס מינע,
ווען עס ברענט אויף אים די שכינה,
אַפּיקורסים, ווי קענט איר דאָס פֿאַרשטיין?
בײַ קאַלישן ענדיקט זיך דאָס ליד מיט די ווערטער:
אוי, אוי, איך זאָג אײַך בנאמנות, לאָמיר מאַכן אַ פּרײַז (?),
וועל איך קריגן מײַן רח״ש.
(רח״ש, דאָ אַרויסגערעדט ראַכאַש, זענען ראָשי־תּיבֿות פֿון רבֿ־חזן־שמשׂ, די כּלי־קודש וואָס מע צאָלט, אָדער, אין דעם פֿאַל, שדכנות־געלט).
ווען איך האָב, סוף־כּל־סוף, אָפּגעזוכט אַן עקזעמפּלאַר פֿון לאַטײַנערס פּיעסע "די סדר־נאַכט", האָב איך דאָס ליד דאָרטן נישט געפֿונען, צום באַדויערן. קיין גרויסער חידוש איז דאָס נישט געווען, ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז אָפֿט מאָל פֿלעגן די פּאָפּולערסטע לידער אין די אַמאָליקע פֿאָרשטעלונגען, לאו־דווקא שטאַמען פֿון דער דראַמע אַליין, נאָר ווערן אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער לעצטער מינוט פֿונעם מחבר, אָדער אַרײַנגענומען געוואָרן פֿון ערגעץ אַנדערש, אַ דאַנק די אַקטיאָרן. אַפֿילו "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען" האָט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען צוגעפּאַסט צום אָנהייב פֿון זײַן פּיעסע "שולמית", נאָך דעם ווי דאָס ליד איז געוואָרן באַליבט מחוץ דער פֿאָרשטעלונג.
אין מײַן באַבעס פֿראַגמענטאַרישן נוסח, זענען די ווערטער מער משׂכּיליש אין כאַראַקטער, און די ערשטע פּערזאָן איז נישט דער שדכן, נאָר די כּלה וואָס האָט חתונה. נאָך אַ נוסח האָב איך געפֿונען אינעם בוך "דער בדחן" פֿון מעכעלע בדחן (אלעזר בערגמאַן), וואַרשע, 1927, וואָס איז אַ געמיש פֿון קאַלישס און מײַן באָבעס נוסח.
ווען איך האָב אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן דאָס ליד האָב איך געפֿרעגט בײַ לאָרין סקלאַמבערג אויף נאָך וואַריאַנטן פֿון דער מעלאָדיע. האָט ער געפֿונען גאָר אינטערעסאַנטע לידער. דאָס עלטסטע ליד, אָבער נישט אַזוי אַלט ווי קאַלישס רעקאָרדירונג, איז געווען אַ ליד אויף רומעניש "קאָלינאַ אין גראַדינאַ" (אַ בערגל אין גאָרטן) אויף אַ גאַנץ אַנדערער טעמע, אָבער דער זינגער, טאַקע מיט אַ ריין רומענישן נאָמען, זינגט צווישן די סטראָפֿעס, "אוי וויי טאַטע!" — אויף ייִדיש; אַ קלאָרער באַווײַז, אַז אַ ייִדישער אַקטיאָר האָט אין דעם פֿאַל פֿאַרשריבן דאָס ליד.
איך האָב זיך באַלד דורכגעשריבן מיט פּראָפֿ׳ מאַרטין שוואַרץ אין בערקלי־אוניווערסיעט, אַ מבֿין אויף אַלטע ייִדישע, גריכישע און טערקישע פּלאַטעס, און ער איז געווען איבערראַשט, ווען ער האַט געהערט וועגן קאַלישס רעקאָרדירונג, ווײַל ער האָט אַלע מאָל געטראַכט, אַז די דאָזיקע מעלאָדיע, וואָס מע הערט אויך אין גריכיש, טערקיש און רומענישע לידער זענען אַריבער פֿון יענע פֿעלקער צו די ייִדן, און נישט פֿאַרקערט. מע קען אויך צוגעבן אַ ייִדיש ליד אויף רוסיש צו דער מעלאָדיע "חיימל, פֿאַרמאַך דאָס קלייטל".
נאָך אַ ליד צו דער מעלאָדיע זינגט אַהרן לעבעדיעוו אויף אַ רעקאָרדירונג פֿאַרשריבן באַלד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה אין וואַרשע, מיט גאַנץ אַנדערע ווערטער; אָבער די אַראַנזשירורנג מיט אַלע "אוי וויי״ען אַרײַנגערעכנט, איז זייער ענלעך צום ייִדיש־רומענישן ליד.
די מעלאָדיע האָט מען אויסגעניצט מיט אַנדערע ווערטער אויף ייִדיש פֿאַר פֿאָרשטעלונגען אינעם ניו־יאָרקער טעאַטער. אונדזער לייענער אַלעקס סאַנדערס האָט פֿאַר מיר רעקאָרדירט נאָך אַ נוסח, וואָס ער האָט געהערט אינעם ייִדישן טעאַטער פֿון אַמאָל אין ניו־יאָרק.
די מעלאָדיע איז דערנאָך אריבערגעשפּרונגען צו דער ענגליש־שפּראַכיקער בינע און עדי קאַנטאָר האָט עס געזונגען מיט די ווערטער:
In the Bronx of New York City
Lived a Girl not so pretty
Lena was her name....
Lena is the queen of Palestina
just because they like her concertina...
דאָס ליד האָט מען געשריבן אין 1920 און מע קען דאָס הערן אויף דער וועבזײַט:
https://www.youtube.com/watch?v=8wh8CCbxjAY.
די פֿראַגע, פֿון וואַנען עס שטאַמט די מעלאָדיע פֿון אַ ליד, איז אַלע מאָל שווער צו פֿאַרענטפֿערן, און ייִדן האָבן אַ טבֿע באַלד צו זאָגן, אַז אונדזערע ייִדישע מעלאָדיעס שטאַמען פֿון אַנדערע פֿעלקער. אין דעם פֿאַל דאַרף מען זײַן זייער אָפּגעהיט, און קודם אָנזאַמלען אַלע רעקאָרדירונגען און וואַריאַנטן ביז מע קומט צו אַ מסקנא.