קהילה־לעבן
בײַם אַנטיקוואַר־יריד

איך האָב אַ זעקל מעל!
ווי טײַער? אַ דרײַער.
ווי מקח? אַ שטיקל לעקעך.
ווי שאַץ? פֿון הינטן אַ פּאַטש!
(קינדערשפּיל)

קהילה־לעבן, געשיכטע
אין דער שיל אין סאָסואַ

אין די סוף 1930ער יאָרן, ווען די לענדער פֿון דער וועלט האָבן נישט אַרײַנגעלאָזט די גערודפֿטע ייִדן פֿון דײַטשלאַנד און מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿונעם נאַציזם און אַנטיסעמיטיזם, האָט זיך געפֿונען איין לענדעלע, די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, וואָס האָט יאָ געעפֿנט אירע גרענעצן פֿאַר זיי. אין אַן אינטערעסאַנטער אויסשטעלונג, וואָס עפֿנט זיך די וואָך אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿאַר דער ייִ

קינאָ
פֿון רעכטס: דזשאָרדאַן געלבער, קאַראַלין גרובער, סינדי קאַץ, נאַטאַשאַ ליִאָן

דער בריטישער פֿילם־רעזשיסאָר און דראַמאַטורג מײַק לי איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע שאַרפֿזיניקע שאַפֿונגען, וועלכע רופֿן אָפֿט אַרויס אַ קאָנטראָווערסיע. למשל, זײַן פֿילם "וועראַ דרייק" (2004) דערציילט וועגן אַ פֿרוי וואָס ראָמט אויף דירות, אָבער דינט — אין דער שטיל — אויך ווי אַן אָקושערקע, און פֿירט דורך אומלעגאַלע אַבאָרטן אויף יונגע מיידלעך.

קינאָ
דאָס ייִנגל, מיקעל יואלסאַס, מיט זײַן עלטערן שכן, גערמאַנאָ האַיִט

דער סעזאָן פֿון "פֿילם־פֿעסטיוואַלן" און "פֿילם־פּריזן" האָט זיך אָנגעהויבן און דאָס שאַפֿט די געלעגנהייט צו זען פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע פֿילמען אין ניו־יאָרק מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק. די דרײַ ווײַטערדיקע פֿילמען, איינער פֿון בראַזיל, איינער פֿון מעקסיקע און איינער פֿון רוסלאַנד באַהאַנדלען די אָרטיקער ייִדישע קהילות, און מע קען אַפֿילו הערן אַ מאָל אַ ייִדיש וואָרט אויך.

ייִדיש־וועלט, מוזיק, קינאָ
דער בערלינער זינגער און גיטאַר־שפּילער קאַרסטען טרויקע און זײַן גרופּע

ווער סע לייענט "די וועלט פֿון ייִדיש", ווייסט שוין, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אייראָפּע וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר; דער פֿענאָמען קומט פֿאָר נישט נאָר אין דײַטשלאַנד, וווּ צענדילקער קלעזמער־קאַפּעליעס האָבן זיך געשאַפֿן, נאָר אויך אין האָלאַנד, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און אויף אַ קלענערן מאַשטאַב, אין די סקאַנדינאַווישע לענדער. די פֿירמע "Filmaker‘s Library" פֿאַרשפּרייט איצט דרײַ ווידעאָ־פֿילמען וועגן ייִדיש אין אייראָפּע: וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל, און בפֿרט וועגן די מוזיקער וואָס שפּילן און זינגען ייִדיש.

פּובליציסטיק

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים
שטייט ער אײַנגעבויגן;
פֿאָרט אַ ייִד קיין ארץ־ישׂראל
מיט פֿאַרוויינטע אויגן.
גאָט, גאָט, ליבער גאָט,
לאָמיר דאַוונען מינחה —
אַז מיר וועלן קומען קיין ארץ־ישׂראל
וועט זײַן אַ גרויסע שׂימחה.

קינאָ
"זײַן ווײַבס לובאָווניק"

דער 17טער יערלעכער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל עפֿנט זיך די וואָך. אין צוויי קינאָס וועט מען ווײַזן נײַע און אַלטע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס פֿונעם 9טן ביזן 24סטן יאַנואַר. דער פֿעסטיוואַל ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" און דער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער".

בסך־הכּל, וועט מען ווײַזן 32 פֿילמען אינעם פֿעסטיוואַל, סײַ דראַמעס, סײַ דאָקו­מענטאַר־פֿילמען, סײַ קורצע פֿילמען. לויט דער קוראַטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, אַבֿיבֿה ווײַנטרויב, איז דער אַלגעמיינער כאַראַקטער פֿון די פֿילמען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע — "מיר ווײַזן פֿילמען פֿון, און וועגן, ייִדישע קהילות פֿון איבער דער וועלט, בתוכם ישׂראל, לאַטײַן־אַמעריקע, אייראָפּע און די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן. עס האָבן זיי גע­מאַכט באַ­קאַנטע רעזשיסאָרן, ווי אויך נײַע טאַלאַנטן."

קונסט
דער וואַרשטאַט פֿון "מ. ס. איליאָנס און זין", ברוקלין, 1910 — 1912

אינעם "אַמעריקאַנער מוזיי פֿאַר פֿאָלקסקונסט" אין מאַנהעטן קען מען איצט זען אַ זעלטענע אויסשטעלונג וועגן דער פֿאָלקסקונסט פֿון די ייִדישע האָלצשניצער אין אַמעריקע — "באַגילדעטע לייבן און פֿערד מיט צירינג: פֿון דער שיל ביז דער קאַרוסעל". דאָס איז די ערשטע אויסשטעלונג, וואָס אַנטפּלעקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער האָלצשניץ־קונסט וועלכע געפֿינט זיך אין אַמעריקאַנער שילן, און דער קונסט פֿון שניצן די הילצערנע פֿערד אויף די קאַרוסעלן. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז די זעלבע ייִדישע פֿאָלקס־קינסטלער האָבן אָפֿט געשאַפֿן ביידע קונסט־פֿאָרמעס בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

קונסט
דזשאָרדזש בעלאָו "דעמפּסי און פֿירפּאָ", 1924

אין דער "ניו־יאָרקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט" אין מאַנהעטן האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון קינסטלער, וועלכע האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די אַמעריקאַנער ייִדישע קינסטלער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. "דעם לעבנס פֿאַרגעניגנס און די ׳אַשקאַן׳—קינסטלער 1895 — 1925" באַהאַנדלט, דער עיקר, אַ גרופּע מאָלער, באַקאַנט ווי "די אַכט", ווײַל זיי האָבן אויסגעשטעלט צוזאַמען אין 1908 אין אַ ניו־יאָרקער גאַלעריע, און קריטיקער האָבן זיי באַהאַנדלט, פֿון דעמאָלט אָן, ווי אַ נײַע ריכטונג אין דער קונסט. מיט דער צײַט האָט מען די גרופּע, און זייערע יורשים, גערופֿן די "אַשקאַן"־שול פֿון קונסט. "אַשקאַן" איז טײַטש מיסטקאַסטן, און די קינסטלער האָבן געמאָלן אויף אַ סאָציאַל־רעאַליסטישן אופֿן — אַרויסגעכאַפּט סצענעס פֿון דער גאַס, פֿון בעטלער, פֿון בורלעסק־הײַזער, פֿון ספּאָרט־מענטשן, ווי אויך פֿון דער נגידישער געזעלשאַפֿט. דער טראָפּ האָט מען נישט געלייגט אויף ראָמאַנטישקייט אָדער אויף דער שיינקייט פֿונעם בילד; די "מיסטקאַסטן"־קינסטלער האָבן נישט פֿאַרשענערט די מענטשן אָדער סצענעס. אָראָמע און רײַכע האָט מען געמאָלט רעאַליסטיש מיט אַלע פּיטשעווקעס, סײַ גוטע, סײַ שלעכטע. פֿאַר זיי איז געווען וויכטיק צו כאַפּן דאָס קאָלירפֿולע לעבן פֿון דער שטאָט.

װעלט פֿון ייִדיש
מענדי כּהנא

צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע איז די וואָך געקומען פֿון ישׂראל דער זינגער, אַקטיאָר און כּלל־טוער מענדי כּהנא. ווי דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער קולטור־גרופּע "יונג־ייִדיש" אין ישׂראל פֿאַרנעמט ער הײַנט אַן אָנפֿירנדיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. יענע וואָך איז ער אויפֿגעטראָטן אינעם "קאַליפֿאָרניער ייִדיש־אינסטיטוט" — אַ יערלעכע ווינטער־פּראָגראַם אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון מרים קאָראַל. דאָס יאָר האָט די פּראָגראַם געהייסן "אַ קוש פֿון ייִדיש" און מענדי כּהנא, האָט צווישן אַנדערע, גערעדט וועגן בדחנות און ייִדישע חתונות. צו אונדזער מזל איז ער, נאָך דעם, געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ בר־מיצווה אין ברוקלין און באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע — אַ גאַסט אויף אַ ווײַל.

קולטור, געשיכטע
"שׂימחה אין אַ קרעטשמע", גראַווירונג, פּוילן, 19טן י"ה

דעם 9טן און 10טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ היסטאָרישע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע — "וואָס איז אַ ייִדישער טאַנץ? וועלטלעך, געבאָרגט און איבערגעמאַכט" — אינעם "הילל"־בנין פֿונעם "ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט" אין מאַנהעטן. די קאָנפֿערענץ איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט, וואָס ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" (CTMD) אויסצופֿאָרשן און אויפֿצולעבן ייִדישע טענץ; דאָס הייסט, די טענץ פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

טעאַטער
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
מיטגלידער פֿון "ייִדישפּיל" דעמאָנסטרירן אין

שוין צום פֿערטן מאָל האָט דאָס ישׂראל­דיקע קולטור־מיניסטעריום צונויפֿגערופֿן די טעאַטער־לײַטערס, טרופּע־פֿאַרוואַל­טערס און אונטערנעמונג־אָרגאַניזירער פֿון דער גאַנצער וועלט צו אַ יערלעכן צוזאַ­מענקום אין דער מדינה, וואָס הייסט — "אינטערנאַציאָנאַלע באַקאַנטמאַכונג", זיך צו באַקענען מיט דער ישׂראלדיקער טעאַטער־וועלט. און צום פֿערטן מאָל האָט מען די "ייִדישפּיל"־טרופּע, די איינציקע ייִדיש־שפּראַכיקע טעאַטער־גרופּע אין לאַנד, נישט אָנגערופֿן אויף דער רשימה פֿון טעאַ­טערס, וואָס דאָס מיניסטעריום האָט גע­עצעהט צו באַזוכן.