- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די 1970ער יאָרן מיטן אויפֿקום פֿון אַ רײַכערער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע, איז אויך אויפֿגעקומען אַ נײַער זשאַנער הומאָר וועגן צעבאַלעוועטע ייִדישע מיידלעך, באַקאַנט ווי "דזשאַפּס" — ראָשי־תּיבֿות אויף ענגליש פֿון "ייִדישע אַמעריקאַנער פּרינצעסין". די דאָזיקע וויצן, שוין כּמעט ווי פֿאַרגעסן הײַנטיקע צײַטן, זענען ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן אין דער פֿאָרשטעלונג — The J.A.P Show וואָס ווערט געשפּילט אינעם "Actors Temple Theater", אין מאַנהעטן, וועלכער דינט ווי אַ שיל בײַ טאָג און אַ טעאַטער אין אָוונט. צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!" אין פֿערברואַר, 2007, איז געוואָרן 50 יאָר נאָכן טויט פֿונעם גרויסן אידעאַליסט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג אין די 1940ער און 1950ער יאָרן, ווי דער דירעקטאָר פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע," און רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן — "אויפֿן שוועל". צווישן זײַנע פּראָיעקטן צו באַזעצן ייִדן מחוץ ארץ־ישׂראל איז געווען דער "סורינאַם"־פּראָיעקט אין דרום־אַמעריקע, און דער "קימבערלי־פּראָיעקט" אין די וויסטעס פֿון אויסטראַליע. אמת, זײַנע חלומות, ווי אויך די שטרעבונגען פֿון די אַנדערע טעריטאָריאַליסטן, אויפֿצושטעלן אַ ייִדישלאַנד זענען נישט צו שטאַנד געקומען. פֿרעד עב, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2004, האָט געשריבן די טעקסטן צו באַקאַנטע בראָדוויי־לידער, צוזאַמען מיט זײַן שותּף, דער קאָמפּאָזיטאָר, דזשאַן קאַנדער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1933 און איז אויפֿגעוואַקסטן אין מאַנהעטן אין אַ ייִדישער היים. דאָס ליד "ניו־יאָרק, ניו־יאָרק", וואָס ווערט הײַנט געזונגען ווי דער אומאָפֿיציעלער הימן פֿון דער שטאָט, האָבן זיי ביידע געשאַפֿן, ווי אויך די לידער צום באַקאַנטן ספּעקטאַקל "קאַבאַרעט". דער דאָזיקער מיוזיקל וועגן דעם דעקאַדענטישן לעבן אין בערלין אין דער צײַט פֿון דער ווײַמאַרער רעגירונג אין די 1920ער יאָרן, איז געבויט אויף די דערציילונגען פֿון קריסטאָפֿער אישערוווּד. במשך פֿון די לעצטע חדשים האָבן זיך געשלאָסן אין ניו־יאָרק עטלעכע מוזיק־קלובן צוליב דעם שטײַגנדיקן דירה־געלט אין מאַנהעטן. יענע וואָך האָט זיך פֿאַרמאַכט "טאָניק", אַ מוזיק־קלוב וואָס איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער ווײַנקעלער אויף דער איסטסײַד; אַן אַנדער קלוב, "ניטינג פֿאַקטאָרי" [ניי־פֿאַבריק], וואָס איז אַמאָל געווען אַ וויכטיק אָרט צו הערן אַוואַנגאַרדישע מוזיק, האָט געלאָזט וויסן, אַז זיי וועלן זיך אויך שליסן. נאָר פֿון די אַלע קלובן האָט דאָס שליסן זיך פֿון "סי. בי. דזשי. ביס" [CBGBs] אויף דער באַוערי אין מאַנהעטן געמאַכט דעם גרעסטן רושם אויף דער גאַנצער וועלט, ווײַל די אָנהייבן פֿון "פּאָנק"־מוזיק נעמען זיך פֿון יענעם קלוב אין די 1970ער יאָרן. דער באַנײַטער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק, אָנהייבנדיק פֿון די 1980ער יאָרן האָט, בדרך־כּלל, צוגעצויגן צו די קלאַנגען פֿון די אַמאָליקע אוקראַיִניש־רומענישע קלעזמאָרים. מוזיקער פֿון דער דאָזיקער טעריטאָריע האָבן דאָמינירט אויף די קלעזמער־רעקאָרדירונגען אין אַמעריקע, פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1940ער יאָרן. די גרויסע קלאַרנעטיסטן, ווי דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן האָבן געשטאַמט פֿון יענע מקומות, אָדער בשכנות (בראַנדווײַן פֿון מיזרח־גאַליציע). די פֿידלער לעאָן שוואַרץ, אייב שוואַרץ און ה. דעם 4טן מערץ, פּורים, איז אין אַ יום-טובֿדיקער שטימונג פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿונעם נײַעם צוויי־שפּראַכיקן ייִדיש-עבֿרית דערציִונג־צענטער — "קינדערוועלט" — אינעם "לייוויק־הויז", תּל־אָבֿיבֿ. אַרום צוואַנציק קינדער צוזאַמען מיט זייערע עלטערן און עטלעכע זיידע-באָבעס זענען זיך צונויפֿגעקומען אין אַ נײַ-רעמאָנטירט אָרט, וווּ קליינע קינדער און יוגנטלעכע קאָנען זיך שפּילן, פֿאַרווײַלן און באַקומען אַ דערציִונג אין גײַסט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. ווען די מחברטע אילת וואַלדמאַן האָט אָנגעשריבן אין אַן עסיי, אַז זי האָט מער ליב איר מאַן ווי אירע קינדער, האָט די ווײַטערדיקע דיסקוסיע און קאָנטראָווערסיע געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן איר נאָמען אין דער הײַנטיקער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט. אַפֿשר ווי אַן ענטפֿער צו אירע קריטיקער האָט זי אָנגעשריבן אַ רירנדיקן ראָמאַן "Love and Other Impossible Pursuits" [ליבע און אַנדערע אוממעגלעכע שטרעבונגען] אין וועלכן די ייִדישע הויפּט־העלדין, עמיליע, פֿאַרלירט אַן עופֿעלע אַ וואָך נאָך דעם, ווי עס ווערט געבוירן. די טראַגישע אַבֿדה נעמט איבער איר לעבן און צעשטערט די באַציִונג צווישן איר און איר מאַן. דאָנערשטיק, דעם 15טן פֿעברואַר איז נאָך אַ לאַנגער קרענק געשטאָרבן דער ייִדישער פֿילאָלאָג, פּראָפֿעסאָר, רעדאַקטאָר און כּלל־טוער, ד"ר מרדכי שעכטער אין עלטער פֿון 79 יאָר. בײַ דער לוויה, פֿרײַטיק, האָט פּראָפֿ' טבֿיה בירד, ריכטיק געזאָגט, אַז אין צענדליקער יאָרן אַרום וועט מען פֿרעגן, צי איז נישט געווען מער ווי איין מרדכי שעכטער, וועלכער וואָלט געהאַט אויפֿגעטאָן אַזוי פֿיל זאַכן, ווײַל פֿאַר איין מענטש איז עס אַוודאי געווען אוממעגלעך. אַ שאָד, וואָס איך האָב נישט געהאַט געזען דעם נײַעם דײַטשישן פֿילם "דאָס לעבן פֿון אַנדערע", איידער איך בין געפֿאָרן קיין בערלין פֿאַר אַ יאָרן. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם וועגווײַזער־ביכל, אָדער מע גייט שפּאַצירן אויף די גאַסן און אין די הויפּט טוריסטן־פּלעצער פֿון דער שטאָט, געפֿינט מען אויס אַ סך וועגן דער געשיכטע, קונסט, קולטור און אַרכיטעקטור; די וואָך איז די טעמפּעראַטור שטאַרק געפֿאַלן, צום ערשטן מאָל דעם ווינטער, אויפֿן מיזרח־ברעג און אינעם מידוועסט פֿון אַמעריקע. אויף די באַן־סטאַנציעס, אין פּאַרקן, אויף די שוועלן פֿון בנינים, זעט מען היימלאָזע מענטשן, סײַ יונגע, סײַ אַלטע, אַרומגעוויקלט אין קליידער, קאָלדרעס און קאַרטאָנען. לויט די לעצטע באַריכטן, איז דער היימלאָזיקייט־קריזיס ערגער געוואָרן די לעצטע צוויי יאָר. אין אַ סך פֿון די גרויסע שטעט האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרגרעסערן די צאָל האַרבעריקן וווּ די היימלאָזע קענען שלאָפֿן אין אַ נויט; אָבער אַפֿילו מיט דער פֿאַרגרעסערונג האָט מען נישט באַוויזן צו האָבן גענוג אָרט. |