פּובליציסטיק
Getty Images

די וואָך איז די טעמפּעראַטור שטאַרק געפֿאַלן, צום ערשטן מאָל דעם ווינטער, אויפֿן מיזרח־ברעג און אינעם מידוועסט פֿון אַמעריקע. אויף די באַן־סטאַנציעס, אין פּאַרקן, אויף די שוועלן פֿון בנינים, זעט מען היימלאָזע מענטשן, סײַ יונגע, סײַ אַלטע, אַרומגעוויקלט אין קליידער, קאָלדרעס און קאַרטאָנען. לויט די לעצטע באַריכטן, איז דער היימלאָזיקייט־קריזיס ערגער געוואָרן די לעצטע צוויי יאָר. אין אַ סך פֿון די גרויסע שטעט האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרגרעסערן די צאָל האַרבעריקן וווּ די היימלאָזע קענען שלאָפֿן אין אַ נויט; אָבער אַפֿילו מיט דער פֿאַרגרעסערונג האָט מען נישט באַוויזן צו האָבן גענוג אָרט.

אין פּרעזידענט בושס בודזשעט, וואָס ער האָט מאָנטיק פֿאָרגעלייגט דעם קאָנגרעס, האָט ער אַ סך געשניטן פֿון די 141 סאָציאַלע רעגירונג־פּראָגראַמען, אָבער געלטער פֿאַר די היימלאָזע האָט ער צוגעגעבן. אַוודאי נאָכן הוראַגאַן "קאַטרינע" און דער קאַטאַסטראָפֿע אין ניו־אָרלינס אין אויגוסט, 2005, איז די צאָל היימלאָזע אין אַמעריקע מיט אַ מאָל געוואַקסן מיט צענדליקער טויזנטער נײַע קרבנות. אין נאָוועמבער, 2006, זענען נאָך געווען פֿופֿציק טויזנט ניו־אָרלינסער אין צײַטווײַליקע וווינונגען, וועלכע האָבן געוואַרט אויף פּערמאַנענטע הײַזער און דירות. במשך פֿונעם יאָר, שאַצט מען, אַז דרײַ און אַ האַלב מיליאָן מענטשן אין אַמעריקע בלײַבן אויף אַ געוויסער צײַט היימלאָז. צוויי הונדערט טויזנט וועטעראַנען פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי זענען היימלאָז; צוויי טויזנט פֿון זיי האָבן לעצטנס געקעמפֿט אין איראַק אָדער אין דער גאָלף־מלחמה אין 1991.

די פּריוואַטע אינסטאַנצן, וועלכע פֿאַרטיידיקן און פֿאַרזאָרגן די היימלאָזע ווײַזן אָן אויף אַ טרויעריקער טענדענץ פֿון די שטאָטישע רעגירונגען צו "קרימינאַליזירן" די היימלאָזע; דאָס הייסט, דורכפֿירן געזעצן, אַז דאָס שלאָפֿן, זיצן, עסן און בעטלען אין דער עפֿנטלעכקייט איז אומלעגאַל. די דאָזיקע געזעצן זענען געצילט אויף די היימלאָזע און די שטראָפֿן זענען צו באַצאָלן אַ טײַערן קנס, אָדער זיצן אין טורמע. טייל מאָל זענען פֿאַראַן געזעצן וואָס די פּאָליציי פֿירט שטרענג דורך נאָר מיט היימלאָזע מענטשן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס וואָס מע האָט אַזוינע געזעצן אין דער זעלביקער צײַט ווען די שטעט האָבן נישט גענוג וווין־ערטער פֿאַר די היימלאָזע, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טיפֿע איראָניע. אַז מע רעדט שוין פֿון איראָניע — אין יאַנואַר האָט אַ רײַכער אַנטיקוואַר־סוחר אין מאַנהעטן אָנגעקלאָגט פֿאַר אַ מיליאָן דאָלאַר פֿיר היימלאָזע, וואָס האָבן גענעכטיקט אין קאַרטאָנען פֿאַר זײַן געשעפֿט, און זיי באַשולדיקט אין אַוועקטרײַבן זײַנע קונים.

אַ רשימה פֿון די אַכזריותדיקע שטעט לגבי די היימלאָזע האָט געדרוקט די "לאַנדישע קאָאַליציע פֿאַר די היימלאָזע", צווישן זיי: סאַראַסאָטאַ, פֿלאָרידע; לאָרענץ, קענזאַס; ליטל ראָק, אָרקענסאָ; און לאָס־וועגאַס, נעוואַדאַ. דער בירגערמײַסטער פֿון לאָס־וועגאַס האָט געוואָלט מאַכן די פּאַרקן פּריוואַט, נאָר צוליב דעם מע זאָל קענען די היימלאָזע אַרויסוואַרפֿן פֿון זיי. ער האָט געזאָגט: "איך וויל זיי נישט דאָרטן... אויב זיי מיינען, אַז איך בין אַ רשע איצט, וואַרט ביז די היימלאָזע וועלן אַ פּרוּוו טאָן צו נעכטיקן דאָרטן". אַז די היימלאָזע טראָגן אַ שלעכטן שם אין דער געזעלשאַפֿט, איז שוין אָפּגערעדט, און די וואָך האָט זיך געטראָפֿן אַ באַשטעטיקונג פֿון דער מיינונג — צוויי היימלאָזע מענער האָבן זיך מודה געווען אינעם מאָרד פֿון פֿיר אַנדערע היימלאָזע אין אינדיאַנע.

אין אַנדערע שטעט האָט מען געמאַכט מער פֿרײַנדלעכע טריט צו העלפֿן די היימלאָזע. מע שאַפֿט "מאַנשאַפֿטן" פֿון פּאָליציי, פּסיכיאַטערס און געוועזענע היימלאָזע, וועלכע זוכן אויס די היימלאָזע און באַמיִען זיך צו לייזן זייערע פּראָבלעמען.

אָבער אַ מאָל נעמען זיך צונויף די היימלאָזע און טראַכטן צו אַן אייגענע לייזונג. אין מיאַמי, וווּ עס וווינען אַן ערך פֿינף טויזנט היימלאָזע, האָט אַ גרופּע פֿון 50 היימלאָזע אויפֿגעבויט אַ "דאָרף" פֿון האָלץ און קאַרטאָן אין אַ ליידיקן בויפּלאַץ. אַ העלפֿט פֿון די מענטשן אַרבעטן פֿול־צײַטיק, אָבער קענען נאָך אַלץ נישט געפֿינען אַן אָרט וווּ צו וווינען. די אַקטיוויסטן לטובֿת די היימלאָזע טענהן, אַז מע בויט אָן אויפֿהער אין דער שטאָט מיאַמי פֿאַר די רײַכע, אָבער פֿאַר די אַרבעטער און אָרעמע־לײַט בלײַבן ווייניק דירות און הײַזער.

ניו־יאָרק, די גרעסטע שטאָט אין אַמעריקע, פֿאַרמאָגט אויך די גרעסטע צאָל היימלאָזע מענטשן. די צאָל מענטשן וואָס נעכטיקן איבער אין די האַרבעריקן האָט דערגרייכט 33,000 אין אויגוסט 2006. מער ווי אַ דריטל פֿון זיי זענען געווען קינדער! איינער פֿון צוואַנציק ניו־יאָרקער האָט אַמאָל געוווינט אין אַ שטאָטישן האַרבעריק; ווי אויך איינער פֿון צען שוואַרצע קינדער, און איינער פֿון צוואַנציק שפּאַניש־רעדניקע קינדער. אַן ערך 90 פּראָצענט פֿון די היימלאָזע זענען שוואַרצע אָדער שפּאַניש־רעדנדיקע, כאָטש די באַפֿעלקערונג פֿון ניו־יאָרק באַשטייט פֿון נאָר 50% שוואַרצע און שפּאַניש־רעדנדיקע אײַנוווינער.

ס'איז שווער צו רעדן וועגן די היימלאָזע און נישט רעדן וועגן דער שײַכותדיקער טעמע פֿון ביליקע הײַזער און דירות, וואָס איז די הויפּט־סיבה פֿון דער היימלאָזיקייט פֿון גאַנצע משפּחות. במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק האָט ניו־יאָרק פֿאַרלוירן אַ האַלבן מיליאָן ביליקע דירות, און דער ריס צווישן אָרעם און רײַך ווערט אַלץ גרעסער. דער בירגערמײַסטער בלומבערג וויל לאָזן נאָך זיך אַ ירושה, אַז ער האָט אויפֿגעבויט אַ סך פֿאַר די אָרעמע־לײַט, אָבער ער האָט נאָך אַ לאַנגן וועג.