- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע וואָלט זיך געריכט, אַז מיט אַזאַ טיטל ווי "באָבל" [בלעזל], וואָלט אַ פֿילם זיך פֿאַרנומען מיט פֿריילעכע טעמעס און גליקלעכע פּאַרשוינען. דאָס בלעזל, אָבער, אין איתן פֿאַקסעס פֿילם, סימבאָליזירט די אילוזיע פֿון פֿרייד און גליק אין וועלכע ישׂראלים וווינען הײַנט. ליבע און פּאָליטיק מישן זיך צונויף אויף שריט און טריט אין דעם ווערק, וואָס ווײַזט די פּראָבלעמען פֿון אַ יונגער גרופּע ישׂראלים אין תּל־אָבֿיבֿ, וועלכע וווינען צוזאַמען אין איין דירה. אין 1935 האָט ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער אָנפֿירער פֿונעם ווילנער ייִוואָ געדרוקט זײַן וויכטיק ווערק "דער וועג צו אונדזער יוגנט", נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין יעיל־אוניווערסיטעט אין אַמעריקע און דאָרטן שטודירט מיט פּסיכאָלאָגן און אַנדערע וויסנשאַפֿטלער. ווי אַזוי צוצוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דער יוגנט, בכלל און דער ייִדישער יוגנט בפֿרט, איז אַן אַלטע פּראָבלעם, וואָס בײַט זיך פֿון דור צו דור. איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־וואַרשטאַטן אויף דער וועלט איז דער יערלעכער פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע", וועלכער קומט פֿאָר אין די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. דאָס יאָר איז פֿאָרגעקומען "קלעזקאַנאַדע" פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט און האָט צוגעצויגן מער ווי פֿיר הונדערט אָנטיילנעמער. "קלעזקאַנאַדע" האָט אײַנגעפֿירט אַ קלוגע טראַדיציע, צוצוטיילן סטיפּענדיעס צו מער ווי 150 יונגטלעכע יעדן זומער, זיי זאָלן קענען קומען מיט אַ גרויסער הנחה. הײַנט זענען געוואָרן שוין עטלעכע פֿון די "יונגע־לײַט", ווי — דזשאַש דאָלגין, מײַקל ווינאָגראַד, און אַוויאַ מור — אָנפֿירנדיקע לערערס. די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרעמיערע פֿון אַן איטאַליענישן דאָקומענטאַר־פֿילם "די נסיעה פֿון פּרימאָ לוי" (Primo Levi‘s Journey); אַ פֿילם פֿאַרענדיקט אין 2006, וואָס מע האָט שוין געוויזן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע שטעט, אָבער נאָך נישט, זעט אויס, אין אַמעריקע. מיט פֿערציק יאָר צוריק זענען זיך צונויפֿגעקומען הונדערטער טויזנטער יונגע־לײַט אינעם גרעסטן פּאַרק פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ צו פֿאַרברענגען מיט מוזיק, טענץ און אַנדערע פֿאָרשטעלונגען. אַ נאָמען האָט מען געגעבן דער שׂימחה — "אַ ליבע־פֿאַרברענגעניש" און די אונטערנעמונג איז געוואָרן אַ סימבאָלישער הויכפּונקט פֿון דער קולטור, וועלכע האָט זיך צעבליט אין דער שטורמישער תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט פּשוט אָן מיט דער פֿראַזע — "די 1960ער יאָרן". ביזן 22סטן סעפּטעמבער, 2007, וועט מען קענען באַזוכן די אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג וועגן דער ייִדישער אַקטריסע מאַלי פּיקאָן, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער טעאַטער־היסטאָריקערין און אַמאָליקער אַקטריסע, דינה ציפּקין. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון מער ווי צוויי הונדערט פֿאָטאָגראַפֿיעס, מוזיק־בויגנס, סקריפּטן, אַרטיקלען, קאָסטיומען, ס׳איז שוין פֿיר יאָר נאָך דעם ווי אַמעריקע איז אַרײַן אין איראַק; גענוג צײַט זיך גוט אַרײַנצוטראַכטן אין דער פֿראַגע — וואָס האָט דערפֿירט דערצו, אַז פֿון אַזאַ גרויסן מיליטערישן נצחון בײַם אַרויסטרײַבן סאַדאַם כוסיין איז געוואָרן דער הײַנטיקער תּוהו־ובֿוהו? אַן ערך 3000 אַמעריקאַנער זענען דערווײַל אומגעקומען במשך פֿון די פֿיר יאָר; 20,000 אַמעריקאַנער זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן; איראַק האַלט בײַם אָנהייב פֿון אַ בירגער־קריג (אַנדערע זאָגן, אַז ער האַלט שוין אין מיטן); הונדערטער טויזנטער איראַקער זענען ביז אַהער אומגעקומען; איראַן מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם איז פֿאַרשטאַרקט געוואָרן; מינסק, ווײַסרוסלאַנד. — אַלעקסאַנדר אָסטרוך איז שולדיק אַ דאַנק לעאָניד ברעזשניעוון פֿאַר זײַן הילף בײַם צונויפֿשטעלן איינעם פֿון די קאָמפּליצירטסטע און אַרומנעמיקסטע ייִדישע ווערטערביכער; אַ ווערטערבוך אין ווײַסרוסיש, אַ שפּראַך וואָס אַפֿילו ס‘רובֿ ווײַסרוסן קענען זי נישט. די ייִדישע איבערזעצונגען פֿון די פֿיל־בענדיקע זכרונות פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטישן פֿירער זענען זייער צוניץ געקומען אָסטרוכן, אַ מינסקער אינטעלעקטואַל, קונסט־רעסטאַוורירער און ייִדישיסט. זומער־לעב! דער ייִדישער אויסדרוק צו באַשרײַבן די פֿאַרווײַלונגען זומערצײַט קומט אָפֿט אויפֿן געדאַנק בײַם אָנקוקן די נײַע אויסשטעלונג — "דאָס אַנדערע צוגעזאָגטע לאַנד: וואַקאַציע, אידענטיטעט און דער ייִדישער־אַמעריקאַנער חלום" בײַם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה" אין מאַנהעטן. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון אַ נאָסטאַלגישן קוק אויף דער טעמע — ייִדן און זייערע וואַקאַציעס אין אַמעריקע פֿון 1890 ביז הײַנט. מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזערנעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנגעהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגענעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בעסעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג. דוד מאַנדעלבוים, דער באַקאַנטער אַקטיאָר פֿון פֿאַרשיידענע "פאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונגען און פֿאָרלייענונגען, טרעט איצט אַרויס אויף זײַן אייגענער איניציאַטיוו מיט אַן אויפֿפֿירונג פֿון דער ייִדישער פּיעסע "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט" פֿון צבֿי קאָליץ. ס׳איז באמת אַ וווּנדער, ווי בײַם הײַנטיקן טאָג נעמט זיך אונטער אַ מענטש אַליין פֿאָרצושטעלן אַ דראַמע אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק, ווי קליין דער בודזשעט זאָל נישט זײַן. לויט מאַנדעלבוימס מיינונג, איז די הײַנטיקע "פֿאָלקסבינע" אַוועק אויף אַנדערע דרכים, און וויל אויפֿפֿירן מוזיקאַלישע און לײַכטערע דראַמאַטישע "סחורה", דעריבער איז געבליבן אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ טעאַטער פֿאַר די קלאַסישע און מער ערנסטע פּיעסעס. אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "Daring to Resist: Jewish Defiance in the Holocaust" [העלדיש זיך אַקעגנגעשטעלט: דער ייִדישער ווידערשטאַנד בעתן חורבן]. אין דער אויסשטעלונג ניצט דער מוזיי 250 עקספּאָנאַטן און 150 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע מע האָט באַקומען אָדער געליִען פֿון הונדערט יחידים און אינסטיטוציעס. אַזאַ קאָאָרדינירטע מיטאַרבעט צווישן אַזוי פֿיל מנדבֿים טרעפֿט זיך זעלטן אין דער מוזייען־וועלט. |