קינאָ
די הויפּט־אַקטיאָרן אין
די הויפּט־אַקטיאָרן אין

מע וואָלט זיך געריכט, אַז מיט אַזאַ טיטל ווי "באָבל" [בלעזל], וואָלט אַ פֿילם זיך פֿאַרנומען מיט פֿריילעכע טעמעס און גליקלעכע פּאַרשוינען. דאָס בלעזל, אָבער, אין איתן פֿאַקסעס פֿילם, סימבאָליזירט די אילוזיע פֿון פֿרייד און גליק אין וועלכע ישׂראלים וווינען הײַנט. ליבע און פּאָליטיק מישן זיך צונויף אויף שריט און טריט אין דעם ווערק, וואָס ווײַזט די פּראָבלעמען פֿון אַ יונגער גרופּע ישׂראלים אין תּל־אָבֿיבֿ, וועלכע וווינען צוזאַמען אין איין דירה.

בײַם אָנהייב פֿון "באָבל" פֿאַרשטייט שוין דער עולם, אַז אַ הײַנטיקער פֿילם וועגן דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט קען נישט זײַן אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אַן אָנגעשטרענגטער סבֿיבֿה. די איינציקע פֿרוי אין דער גרופּע, לולו (דניאלה ווירצער) אַרבעט אין אַ קאָסמעטיק־געשעפֿט און באַהאַנדלט רײַכע קונים, וועלכע זי האָט פֿײַנט. נועם (אוהד קנאָלער) אַרבעט אין אַ מוזיק־קראָם און דינט אין אַרמיי יעדן סוף־וואָך בײַ אַ קאָנטראָל־פּונקט, וווּ ער באַקענט זיך מיט אַ יונגן אַראַבער, אַשראַף (יוסעף סווײַד), זיי פֿאַרליבן זיך, און אַשראַף ציט זיך אומלעגאַל אויך אַרײַן אין דער דירה. דער פֿערטער, יאַלי (אלון פֿרידמאַן), האָט געעפֿנט אַ קאַפֿע אויף דער מאָדישער גאַס, רחובֿ שענקין און זוכט אויך ליבע. אַשראַף אַרבעט ווי אַ קעלנער אין דער קאַפֿע.

דער אימאַזש פֿון אַ בלעזל וואָס וויקלט אַרום די יונגע־לײַט און היט זיי אָפּ פֿון דער טרויעריקער ווירקלעכקייט אין לאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר, אַוודאי, אַ שטעקן מיט צוויי עקן, ווײַל סוף־כּל־סוף, פּלאַצט דאָס בלעזל. בלויז איין מאָמענט פֿון דער גאַנצער פֿרייד שפּאָרט אָפּ די גרופּע בשעת אַ טאַנץ, אַ "רייוו", וואָס זיי אָרגאַניזירן אויף אַ פּלאַזשע אין צפֿון־ישׂראל קעגן דער אָקופּאַציע. אָבער אַפֿילו דאָרטן פֿילט מען, אַז די אונטערנעמונג האָט נישט קיין פּאָליטישן וואָג, ווײַל קיין פּאַלעסטינער לאָזט מען נישט צו צום טאַנץ.

דער רעזשיסאָר איתן פֿאַקס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן פֿילם "גייט אויפֿן וואַסער" (2004), וואָס האָט פֿאַרדינט די גרעסטע סומע פֿאַר אַ ישׂראלדיקן פֿילם מחוץ לארץ. אין זײַן צווייטן פֿילם "יאָסי און יעגער", וועגן אַ "מוסד"־אַגענט, וועל­כער פֿאַרליבט זיך אין דעם אייניקל פֿון אַ נאַצי, האָט מען שוין געזען זײַן אינ­טערעס אַרײַנצופֿלעכטן ליבע, בפֿרט האָמאָ­סעקסואַלע ליבע, אינעם אַלגעמיינעם קאָנ­טעקסט פֿון קאָמפּליצירטע פּאַליטישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען.

איתן פֿאַקס איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק, אָבער איז אויפֿגעוואַקסן אין ירושלים און האָט שוין בײַם אָנהייב פֿון זײַן קאַריערע געפֿונען אַ סך חסידים פֿאַר זײַנע ווערק. אין ישׂראל־טעלעוויזיע האָט ער געשאַפֿן די באַליבטע סעריע "פֿלאָרענטין", וואָס האָט באַטראַכט דאָס לעבן פֿון יונגע תּל־אָבֿיבֿער פֿאַר און נאָך ראַבינס אַטענטאַט.

אין די אינטערוויוען, דערציילט פֿאַקס, אַז ער האָט באַשלאָסן אין "באָבל" צו שאַפֿן עפּעס וועגן זײַן לעבן און דעם לעבנס־שטייגער פֿון זײַנע חבֿרים, וואָס דרייען זיך אַרום אין די קאַפֿעען פֿון תּל־אָבֿיבֿ, נאָך דעם ווי זיי האָבן געזען אויף דער טעלעוויזיע די צוזאַמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער און ייִדן. די סתּירה צווישן די צוויי וועלטן האָט ער טאַקע גוט איבערגעבן אין דעם פֿילם.

אין "באָבל" מאַכן דעם שטאַרקסטן רושם די סצענעס אויף דער פּאַלעסטינער טעריטאָריע, אין שכם, וווּ לולו און נועם גנבֿנען זיך אַרײַן צו זען זייער חבֿר אַשראַף. צי די לעצטע סצענעס פֿון שיסערײַען און בלוט­פֿאַרגיסונג זענען געווען נייטיק, איז אַ פֿראַגע, און עס קומט אויס, אַז פֿאַקס איז נישט פֿון די סובטילסטע רעזשיסאָרן אין דעם פּרט. ווי אַן אינטערעסאַנט בילד, אָבער, פֿון דער הײַנטיקער קאָמפּליצירטער ישׂראל־יוגנט, קען מען זיכער רעקאָמאָנדירן דעם פֿילם.