אויפֿן וועג שטייט אַ בוים
שטייט ער אײַנגעבויגן;
פֿאָרט אַ ייִד קיין ארץ־ישׂראל
מיט פֿאַרוויינטע אויגן.
גאָט, גאָט, ליבער גאָט,
לאָמיר דאַוונען מינחה —
אַז מיר וועלן קומען קיין ארץ־ישׂראל
וועט זײַן אַ גרויסע שׂימחה.
דאָס פֿאָלקסליד, וואָס די מוזיק־פֿאָרשערין חנה מלאָטעק האַלט, איז די אינספּיראַציע פֿאַר איציק מאַנגערס ליד "אַויפֿן וועג שטייט אַ בוים", שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ משל פֿון דער אַלטער באַציִונג פֿון ביימער און ארץ־ישׂראל אין ייִדישן פֿאָלקלאָר און טראַדיציע. די וואָך, ווען ייִדן פּראַווען דעם יום־טובֿ אָדער "האַלבן יום־טובֿ", חמישה־עשׂר־בשבֿט, וואָס ווערט פֿאַרקירצט אויף "חמישה־עשׂר", אָדער ווי מע רופֿט עס הײַנט, ט״ו בשבֿט, הייבט מען אַרויס דעם סימבאָל פֿונעם בוים בײַ ייִדן, בפֿרט די פֿרוכטביימער וואָס וואַקסן אין דער מדינה.
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט באַשריבן די ביימער פֿון ארץ־ישׂראל אין זײַן פּיעסע "מליץ־יושר" צו ברענגען אַ משל וועגן דעם פֿאָלק ישׂראל —
אַ ביימעלע האָבן אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו
אין דער ווילדער וויסטע געפֿלאַנצט.
מיט פּראַכט און שיינקייט האָט דאָס איינע
פֿון אַלע ביימעלעך אַרויסגעגלאַנצט.
אויך די וואָרצלען און די צווײַגן,
זיס ווי טייטלען און ווי פֿײַגן,
אַזוי ווי אַלע פּירות פֿונעם לאַנד,
אויך די קנאָספּן און די בלעטער —
בירושה פֿון אַ פֿעטער
האָבן מיר עס אין דער האַנט.
יאָ, דאָס ביימעלע איז די אמונה געווען,
מיר פֿאַרשטייען עס זייער גוט,
און דער פֿעטער איז דאָך משה אַליין;
דער משל גלײַכט זיך שטאַרק צום ייִד.
פֿאַרגלײַכונגען מיט ביימער געפֿינט מען אָפֿט בײַ אונדז. מע זאָגט, אַז ישׂראל איז געגליכן צו אַ טייטלבוים, ווײַל אין אַ טייטל־פּאַלמע־בוים איז נישטאָ קיין איבעריקס — אירע טייטלען זענען צום עסן; אירע צווײַגן פֿאַר לולבֿים, איר שטאַם פֿאַר קלעצער, און אַלץ וואָס פֿאַלט אָפּ, צו פֿאַרברענען.
ירמיהו־הנבֿיא האָט געגליכן דאָס ייִדישע פֿאָלק צו אַן איילבירטבוים: אַזוי ווי אַן איילבירטבוים וואַרפֿט נישט אַראָפּ די בלעטער, ניט זומער, נישט ווינטער, אַזוי וועט אויך דאָס פֿאָלק ישׂראל בלײַבן אויף שטענדיק.
די תּורה ווערט געגליכן צו אַ פֿײַגנבוים — דאָס ס‘רובֿ פֿרוכטביימער ווערן צײַטיק מיט איין מאָל, דאָס הייסט, אַז מע קען אַראָפּרײַסן אַלע פֿרוכטן אין דער זעלבער צײַט. אָבער אַ פֿײַגנבוים ווערט צײַטיק ביסלעכווײַז, און מע קען ניט מיט איין מאָל אַראָפּרײַסן די צײַטיקע פֿרוכטן; מע מוז עס טאָן אין אַ לענגערע צײַט און צו ביסלעך. אַזוי איז אויך די תּורה — מע קען זי ניט לערנען מיט איין מאָל, נאָר הײַנט אַ ביסל, און מאָרגן אַ ביסל און אַזוי יעדן טאָג.
פֿאַר וואָס ווערן די צדיקים געגליכן צו טייטל־פּאַלמען און נישט צו קיין אַנדערע ביימער? אַ טייטל־פּאַלמע איז הויך און מע זעט זי פֿון דער ווײַטנס. אויך אַ צדיק דערקענט מען פֿון דער ווײַטנס.
אין די חדרים און אין די ייִדישע פֿאָלקשולן אין אַמעריקע האָט מען אין דער צײַט פֿון חמישה־עשׂר געלערנט פֿאַרשיידענע מדרשים און לעגענדעס מיט די קינדער, פֿאַרבונדן מיט ביימער און אונדזער געשיכטע. ס‘איז אינטערעסאַנט, וואָס אַזוי פֿיל טראַדיציעס, וואָס מע דערציילט וועגן ביימער האָבן אַ שײַכות מיט רדיפֿות און אויסבאַהאַלטן זיך. למשל, אַ בוים לעבן דעם טײַך קדרון האָט אַרומגעוויקלט ישעיהו־הנבֿיא אים אויסצובאַהאַלטן פֿונעם קיניג מנשהס סאָלדאַטן. אָדער ווי דער איילבירטבוים טרויערט נאָכן טויט פֿון שלמה־המלך, נישט דורכן פֿאַרלירן די בלעטער, ווי אַנדערע ביימער. זײַן טרויער איז נאָך גרעסער און טיפֿער, ווײַל זײַן שטאַם אינעווייניק ווערט צעקרישלט און צעקנייטשט צוליב דעם וואָס ער לעבט איבער.
פֿאַר וואָס וויינט, מיטן קאָפּ אַראָפּ, די וויינענדיקע ווערבע בשעת אַנדערע ביימער וואַקסן מיטן קאָפּ אַרויף צו דער זון אין פֿריידן? די ווערבע איז אַמאָל געווען פֿריילעך ווי אַנדערע ביימער, אָבער ווען דער רשע נבֿוכדנצר האָט צעשטערט דעם בית־המיקדש און ירושלים, האָט אַוועקגעפֿירט די ייִדן אין שקלאַפֿערײַ האָט דאָס געוויין פֿון די לוויים לעבן דער ווערבע אַזוי גערירט דעם בוים, אַז די ווערבע האָט געטרויערט פֿון דעמאָלט אָן מיט די געפֿאַנגענע.
דער מירט, להיפּוך, איז אַ סימן פֿון האָפֿענונג, ווײַל ווען דער אייבערשטער האָט פֿאַרטריבן אָדם־הראשון פֿון גן־עדן האָט אָדם באַשלאָסן צו נעמען אַ צווײַג פֿונעם מירט, אַן אָנדענק פֿון גן־עדן. שפּעטער ווען אָדם־הראשון האָט געפֿירט אַ שווער לעבן, האָט ער זיך געטרייסט מיטן מירט, אַן אויסדרוק פֿון האָפֿענונג, אַז אין אַ טאָג, אויב נישט ער, וועלן זײַנע קינדס־קינדער צוריקקומען אין גן־עדן.
ווען רבי שמעון בר יוחאי האָט שפּאַצירט מיט זײַן זון לעבן זײַן הייל, האָבן זיי דערזען, ווי אַן אַלטער מאַן גייט פֿאַרבײַ מיט צוויי צווײַגן פֿונעם מירט, האָבן זיי אים געפֿרעגט, פֿאַר וואָס צוויי?
"לכּבֿוד שבת" — האָט ער געענטפֿערט.
"פֿאַר וואָס איז איין צווײַגל נישט גענוג לכּבֿוד שבת?" — האָבן זיי ווײַטער געפֿרעגט.
האָט ער געענטפֿערט, אַז "די צען געבאָט ווערן דערמאָנט צוויי מאָל אין דער תּורה. אין חומש שמות ווערט געזאָגט: ׳געדענקט דעם טאָג שבת׳, און אין חומש דבֿרים ווערט געזאָגט ׳היט דעם טאָג שבת׳, דאַרף ער האָבן צוויי צווײַגן — איין צווײַגל פֿאַר "געדענק" (זכור) און איין צווײַגל פֿאַר "היט" ("שמור").
האָט רבי שמעון בר יוחאי געזאָגט צו זײַן זון אליעזר:
"זע, מײַן זון, ווי ליב עס איז דער טאָג שבת און ווי ליב עס זענען די מיצוות בײַ ייִדן"
אין ייִדישן פֿאָלקלאָר געפֿינט מען אַ סך ווערטלעך וועגן ביימער און מענטשן. למשל, אויף אַ מענטש וואָס טויג צו גאָרנישט, פֿלעגט מען זאָגן "ער איז ווי דער שפּיץ פֿון אַ באָקסער, ניט צום עסן און ניט צום שטעכן".
בײַ ייִדן האָט מען גרויס דרך־ארץ פֿאַר ביימער. איבער פֿיר זאַכן ווערן פֿאַרפֿינצטערט די זון און די לבֿנה. איינע פֿון די פֿיר זאַכן איז דאָס אַראָפּהאַקן ביימער. יעדער איינער וואָס וואָרצלט אויס אַ בוים, באַגייט דרײַ זינד און איז עובֿר אויף דרײַ לאַוון: "זאָלסט ניט צעשטערן", "זאָלסט ניט שאָדן ברענגען", "זאָלסט נישט הייבן דײַן האַק אויף אַ בוים". ווען מע שנײַדט אַראָפּ אַ פֿרוכטבוים, טראָגט זיך זײַן קול פֿון איין ברעג וועלט ביז דעם צווייטן ברעג. אָבער מע הערט נישט דאָס קול.
ביימער זענען אויך ווי מענטשן אין דער ייִדישער טראַדיציע און קענען אויסדרוקן זייערע געפֿילן און געדאַנקען. דער ווינט האָט געזאָגט צו די פֿרוכטביימער — "ווען איך בלאָז אין דעם געבלעטער פֿון אַנדערע ביימער, הערט זיך אַ גערויש. פֿאַר וואָס שטומט איר ווען איך בלאָז איבער אײַך? האָבן די פֿרוכטביימער געענטפֿערט — "מיר דאַרפֿן נישט געבן צו וויסן וועגן זיך דורכן שרײַען. אונדזערזע פּירות זאָגן גוטס וועגן אונדז."
פֿאַר וואָס האָט די טויב וואָס נח האָט ארויסגעשיקט פֿון דער תּיבֿה געבראַכט אַ בלאַט פֿון אַן איילבירטבוים, און ניט פֿון קיין שום אַנדער בוים? ווײַל די טויב האָט געזאָגט דעם רבונו־של־עולם: "הלוואי זאָל מײַן שפּײַז זײַן ביטער ווי אַן איילבירט, אָבער איך זאָל עס קריגן דורך דיר, איידער זיס ווי האָניק און איך זאָל עס קריגן דורך מענטשן".
ר‘ נחמן בראַסלעווער פֿלעגט זאָגן: "הלוואַי וואָלטן מיר זוכה געווען צו הערן דאָס קול פֿון דער שירה פֿון יעדן ביימעלע, פֿון יעדן גרעזעלע פֿאַר דעם רבונו־של־עולם. מיר וואָלטן זיך אויסגעלערנט צו זינגען שירה פֿאַר אים אָן פּניות און אָן זײַטיקע מחשבֿות. זיי ווילן נישט קיין באַלוינונג; זיי ווילן קיין זאַך נישט."
די צאָל מעשׂיות, ווערטלעך און לעגענדעס וועגן ביימער איז אַ סך אַ גרעסערע בײַ ייִדן, פֿאַרשטייט זיך, אָבער זאָל דער אָפּקלײַב אונדז דערמאָנען אין דער צײַט פֿון חמישה־עשׂר, אַז די ביימער און ייִדן זענען אַלטע גוטע־פֿרײַנד.