איך טו, איך האָב, איך בין (1971) |
די "מאָרגאַן־ביביליאָטעק און מוזיי" האָט אַ שם, ווי איינע פֿון די בעסטע זאַמלונגען פֿון מיטל־עלטערלעכע מאַנוסקריפּטן, מעבל און קונסט. נאָכן רעמאָנט, וויל, זעט אויס, די "מאָרגאַן"־אַדמיניסטראַציע דערגרייכן אַ גרעסערן עולם און מיט דעם צוועק האָט זי אויסגעשטעלט פֿריִער די עקספּאָנאַטן וועגן דעם זינגער באָב דילאָן, און איצט, די פּאָפּולערע קונסט פֿון שאול שטיינבערג. די דאָזיקע אויסשטעלונג איז דער ערשטער פֿולשטענדיקער קינסטלערישער איבערבליק פֿון זײַן שאַפֿערישן וועג, פֿון די 1930ער ביז די 1990ער יאָרן.
שאול שטיינבערג האָט אָפֿט אַרײַנגעפֿלאָכטן ווערטער אין זײַן קונסט, און די צייכענונגען טראָגן אָפֿט אַן אַלעגאָרישן כאַראַקטער. ער האָט זיך אַליין באַצייכנט ווי אַ "שרײַבער וואָס צייכנט". נאָך אַ בולטער שטריך אין זײַן קונסט איז הומאָר, און צוליב דעם, האָבן די קריטיקער אים אפֿשר נישט אָפּגעשאַצט ווי געהעריק. זײַן סאַטיריש בילד "ווי די וועלט זעט אויס פֿון דער נײַנטער עוועניו", אין וועלכן מאַנהעטן פֿאַרנעמט 90% פֿון דער וועלט, זעט מען איבערגעדרוקט אויף פּלאַקאַטן און אין די צײַטשריפֿטן.
שאול שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אין בוקאַרעשט, רומעניע, אין 1914, אין אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה. ער האָט איין יאָר שטודירט פֿילאָסאָפֿיע אינעם בוקאַרעשטער אוניווערסיטעט, און דערנאָך — אַרכיטעקטור אינעם מילאַנער אוניווערסיטעט אין איטאַליע (קיין ייִדן האָט רומעניע נישט אַרײַנגעלאָזט אין די העכערע גראַדויִר־שולן). שטיינבערג האָט אָנגעהויבן צו צייכענען קאַריקאַטורן פֿאַר אַ סאַטירישן זשורנאַל אין מילאַן און זײַנע קאָמישע צייכענונגען זענען אין גיכן באַקאַנט געוואָרן מחוץ מילאַן און אַפֿילו אויסער איטאַליע. אין 1940 זענען זײַנע ווערק שוין געדרוקט געוואָרן אין די אַמעריקאַנער זשורנאַלן "לײַף" און "האַרפּערס באַזאַר".
די אַנטיסעמיטישע געזעצן אין דער פֿאַשיסטישער איטאַליע האָבן אים גענייט צו אַנטלויפֿן און ער האָט פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין סאַנטאָ־דאָמינגאָ אין 1941. דאָרטן האָט ער אָנגעהויבן זיך צו דרוקן רעגולער אינעם זשורנאַל "דער ניו־יאָרקער". אין 1946 האָט ער זיך באַטייליקט אין אַן אויסשטעלונג פֿונעם "מאָדערנעם קונסט־מוזיי" אין ניו־יאָרק און פֿון דעמאָלט אָן אָנטיילגענומען אין צענדליקער אויסשטעלונגען.
אויף דער איצטיקער אויסשטעלונג אין דער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" זעט מען ווי שטיינבערג האָט איבערגעמאַכט די קונסט פֿון קאַריקאַטור און זי דערהייבן צו אַ מער חשובֿער מדרגה אין די אויגן פֿון קריטיקער. זיכער דערקענט מען אין די פֿאָרמעס די השפּעות פֿון קוביזם און סוררעאַליזם, אָבער דער קינסטלער גיט אָפֿט אויך אַ שטאָך די געזעלשאַפֿט, אָדער די פּאָליטישע וועלט דורך זײַן קונסט. שטיינבערגס בילדער זענען זעלטן אַבסטראַקט, ווײַל ס׳איז אים וויכטיק, אַז זײַנע סאַטירישע אָנצוהערענישן זאָלן נישט פֿאַרקוקט ווערן. אויף דער אויסשטעלונג קען מען זען דעם קינסטלערס אַליין־געשאַפֿענע פּאַספּאָרטן און בילעטן. פֿון די דאָזיקע ווערק פֿאַרשטייט מען ווי דער גלות־ייִד, שטיינבערג, האָט געפֿילט דעם טעם פֿון וואַנדער און געצוווּנגענער עמיגראַציע און עס אויסגעדריקט אויף אַ קינסטלערישן, שאַפֿערישן, אַפֿילו הומאָריסטישן אופֿן.
דער אַדרעס פֿון דעם "מאָרגאַן־ביבליאָטעק און מוזיי" איז: 225 מעדיסאָן־עוועניו, מאַנהעטן, לעבן דער 36סטער גאַס. דער וועבזײַט־אַדרעס: