פּובליציסטיק
סאָל פֿרישמאַן צו זײַן 100סטן געבוירן־טאָג
סאָל פֿרישמאַן צו זײַן 100סטן געבוירן־טאָג

מיט 75 יאָר צוריק האָט סאָל פֿרישמאַן, אַ געבוירענער אין בויאַן, בוקעווינע, געעפֿנט אין די בראָנקס אַ קלייט פֿאַר פֿרויען־אונטערוועש, וואָס האָט זיך געהאַלטן ביז איצט. דאָס שליסן זיך פֿונעם געשעפֿט סוף־דעצעמבער אין דער פּעלהעם־פּאַרקוויי־געגנט ווערט באַטראַכט ווי "דער סוף פֿון אַ תּקופֿה"; אַ צײַט, ווען דער סוחר האָט הויך אָפּגעשאַצט די וויכטיקייט פֿונעם קונה און אים (אָדער אין דעם פֿאַל — זי) באַהאַנדלט ווי אַן אויג אין קאָפּ; ווען דער קונה האָט זיך נישט געזאָרגט וועגן דער ערלעכקייט פֿונעם באַלעבאָס און סײַ דער פֿאַרקויפֿער, סײַ דער אײַנקויפֿער האָבן נישט בלויז זיך איינער דעם אַנדערן געטרויט, נאָר אַפֿילו ליב געהאַט.

סאָל פֿרישמאַן איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע און צו ערשט געאַרבעט אין אַ שניטקראָם, איידער ער האָט געעפֿנט "פֿרישמאַנס". אין די שווערסטע עקאָנאָ­מישע צײַטן, בפֿרט בעת דער אַמעריקאַנער דעפּרעסיע אין די 1930ער יאָרן, האָט ער פֿאַרקויפֿט זײַן סחורה אויף קרעדיט פֿאַר די וואָס האָבן נישט געהאַט קיין געלט.

ער האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון דער אַרבעט אין די 1980ער יאָרן, נאָכן איבער­טראָגן אַן אָפּעראַציע אויפֿן האַלדז און ער האָט שוין מער נישט געקענט רעדן אַזוי קלאָר. זײַן טאָכטער, סענדי סײַמאַן, האָט איבערגענומען דאָס געשעפֿט און זי האָט איצט באַשלאָסן צו שליסן די קראָם, ווײַל דער באַלעבאָס וויל פֿאַרהעכערן דאָס דירה־געלט; אָבער, זי איז זיך מודה, אַז זי וואָלט עס סײַ־ווי געטאָן, ווײַל איר טאָכטער, וועלכע איז אויך אַרײַן אין דער פֿרויען־אונטערוועש־בראַנזשע, פֿירט אָן מיט דרײַ קראָמען, און די מאַמע וועט איר העלפֿן מיטן קאַטאַלאָג.

לויט זײַן טאָכטער, האָט סאָל פֿרישמאַן געעפֿנט אַ קראָם פֿאַר פֿרויען־וועש, ווײַל — "ער האָט ליב געהאַט פֿרויען". זײַן ליבע צו זײַן ווײַב, רעגינע, איז אויך געווען גוט באַקאַנט. זי איז געווען זײַן מלכּה (רעגינע איז דאָך טײַטש "מלכּה"!). סענדי דערציילט, אַז דער טאַטע האָט תּמיד געשפּילט שאַך, און רעגינע האָט אים כּסדר געהאַקט אַ טשײַניק, פֿאַר וואָס אין זײַן איינציקן פֿרײַען טאָג פֿון דער אַרבעט שפּילט ער שאַך. האָט ער געענטפֿערט: "גוט, איך וועל אויפֿגעבן מײַן הילצערנע מלכּה פֿאַר מײַן אמתער מלכּה". רעגינע איז געשטאָרבן אין 1997, און סאָל איז אַוועק אין דער אייביקייט אין פֿלאָרידע פֿאַר אַ יאָרן צו 105 יאָר.

סענדי סײַמאַן בײַ דער אַרבעט
סענדי סײַמאַן בײַ דער אַרבעט

כאָטש "פֿרישמאַנס" איז אַן אַלט־מאָדישע קראָם אין אַ סך פּרטים, איז נישט אַלץ דאָרטן "טראַדיציאָנעל". ווען די אינטערנעץ האָט זיך פֿאַרשפּרייט, האָט סענדי אויפֿגעשטעלט אַ וועבזײַטל מפֿרסם צו זײַן דאָס פֿרויען־וועש פֿון איר קראָם, בפֿרט די פֿאַרשיידענע גרייסן, וואָס ס׳איז שווער געווען צו באַקומען. האָבן איר אָנגעהויבן אָנצוקומען בליצבריוולעך דורך דער אינטערנעץ מיט פֿראַגעס: "זענט איר פֿרײַנדלעך צו מענער וואָס טוען אָן פֿרויען־קליידער, און צו מענער וואָס זענען דורך אַן אָפּעראַציע געוואָרן פֿרויען?" מיט דער צײַט האָט די צאָל מענער, טראַנסוועסטיטן, וואָס האָבן ליב געהאַט אײַנצוקויפֿן בײַ "פֿרישמאַנס" דורכן קאַ­טאָלאָג אַזוי געוואַקסן, אַז סענדי האָט באַשלאָסן אײַנצופֿירן אַ "מענער־נאַכט", ווײַל די מענער האָבן נישט געוואָלט קומען בײַ טאָג מע זאָל זיי זען. די דאָזיקע קונים זענען נישט נאָר געקומען פֿון ניו־יאָרק, נאָר פֿון די אַרומיקע שטאַטן אויך.

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז זיי נישט געפֿעלן געוואָרן די "מענער־נאַכט" צוליב עטלעכע טעמים. אַ טייל פֿון זיי זענען געווען פֿאָרשטעלער, און זיי האָבן געוואָלט דעם גאַנצן אויפֿמערק פֿאַר זיך אַליין. זיי האָבן געטראָגן קורצע קליידער און גערעדט הויך אויף אַ קול. די אַנדערע האָבן געוואָלט בלײַבן אַנאָנים. פֿאַר אַנדערע איז דווקא געפֿעלן געוואָרן דער געדאַנק, אַז זיי קויפֿן אײַן אין אַ פֿרויען־געשעפֿט, און די אַנדערע מענער האָבן צעשטערט די אילוזיע. זיי האָבן געוואָלט מע זאָל זיי נאָר באַהאַנדלען ווי פֿרויען. מיט דער סחורה האָבן זיי נישט געהאַט קיין פּראָבלעם: די מלבושים זענען זיי געווען צום האַרצן — "זיי זענען דאָך מער אַרײַנגעטאָן אין זײַן פֿרויען, ווי די פֿרויען אַליין" האָט דערקלערט סענדי. "עס זענען טאַקע דאָ געשעפֿטן נאָר געצילט פֿאַר טראַנסוועסטיטן, אָבער מע רעכנט הויכע פּרײַזן און די חבֿרה האָבן געוווּסט ווי ערלעך מיר פֿירן זיך אויף", האָט זי ווײַטער דערציילט. אַפֿילו לאַנג נאָך דעם ווי מע האָט אויפֿגעהערט די "מענער־נאַכט" קלינגט מען נאָך אָן צו "פֿרישמאַנס" און מע פֿרעגט צי זי קומט נאָך פֿאָר.

סענדי האָט ווײַטער דערציילט וועגן טאַטן: "ווי אַ סוחר, האָט ער ליב געהאַט די אַרבעט בלבֿ־ונפֿש. ער איז אַרומגעגאַנגען אין קראָם ווי אַ מלך. די פֿרויען האָבן אים אַזוי ליב געהאַט — זיי רעדן נאָך אַלץ וועגן אים. ער איז געווען יושרדיק; טאַקע אַ סוחר, אָבער געפֿירט די געשעפֿטן מיט יושר פֿאַרן קונה, און די מידה האָט ער אין מיר אײַנגעפֿלאַנצט", זאָגט זי.

די געגנט האָט זיך געביטן במשך פֿון די יאָרן, און אַזוינע געשעפֿטן ווי "פֿיש­מאַנס" ווערן דאָ אַ יקר־המציאות. אַזוינע קראָמען וואָס ספּעציעליזירן זיך נאָר אין איין מין סחורה פֿאַרשווינדן. "הײַנט זענען נאָר פֿאַראַן קראָמען פֿון די גרעסערע ׳קייטן׳, אָדער קראָמען מיט ביליקער סחורה — דרײַ קליידער פֿאַר 10 טאָלער; אָבער די אָמאָליקע סוחרים זענען אויך מער נישטאָ."

"ווען מײַן טאַטע האָט אָנגעהויבן דאָס געשעפֿט, זענען געווען 70 קראָמען אין בראָנקס פֿאַר פֿרויען־קליידער, כּמעט אַלע אין ייִדישע הענט. ייִדיש האָט מען געהערט אין אַלע קראָמען. הײַנט קען מען זיי ציילן מיט די פֿינגער. אפֿשר צוליב די גרויסע אײַנקויף־צענטערס ('מאָלס') אָדער צוליב אינטערנעץ, איז געוואָרן צו שווער צו האַלטן אָפֿן מײַן טאַטנס מין קראָם", האָט זי זיך באַקלאָגט.

"איך וועל בענקען נאָך די קונים", זאָגט סענדי סײַמאַן. "נאָך 75 יאָר זעען מיר שוין דרײַ דורות קונים! סע ברעכט זיי דאָס האַרץ וואָס מיר שליסן זיך. זיי געדענקען ווי מײַן טאַטע האָט זיי אַזוי ליב געהאַט און גוט באַהאַנדלט". וווּ נעמט מען די אַמאָליקע יאָרן!