קונסט
סטודענטן העלפֿן פֿולערן בויען אַ געאָדעזישן קופּאָל פֿון פֿענצטער־רולעטן, 1948
סטודענטן העלפֿן פֿולערן בויען אַ געאָדעזישן קופּאָל פֿון פֿענצטער־רולעטן, 1948

איינער פֿון די גרעסטע און שאַפֿערישסטע, ווי אויך עקצענטרישסטע, אַמעריקאַנער דענקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט איז געווען ר. באָקמינסטער פֿולער (1895 — 1983). ער איז געווען אַן אַרכיטעקט, אַ פֿילאָסאָף, אַ פּאָעט, אַן אויסגעפֿינער און צווישן די ערשטע שטיצער פֿון אַלטערנאַטיווע מקורים פֿון ענערגיע. פֿולער האָט אויסגעטראַכט דעם "געאָדעזישן קופּאָל", וואָס מע האָט געניצט איבער דער וועלט צו בויען הײַזער און אַנדערע סטרוקטורן. דער "וויטני־מוזיי", אַ קונסט־מוזיי אין ניו־יאָרק, האָט איצט צוזאַמענגעבראַכט אינטערעסאַנטע עקספּאָנאַטן אין שײַכות מיט פֿולערס קאַריערע, פֿאַר אַן אויסשטעלונג וואָס ציט צו צוקוקער מיט אַן אינטערעס אין אַרכיטעקטור, ליטעראַטור, וויזועלער קונסט און אוטאָפּישע האָפֿענונגען פֿאַר דער צוקונפֿט.

ריטשאַרד באָקמינסטער פֿולער איז געבוירן געוואָרן דעם 12טן יולי 1895 אין מילטאָן, מאַסאַטשוסעטס. ער האָט נאָך אין זײַנע יונגע יאָרן זיך געשפּילט מיטן געדאַנק צו אַנטוויקלען נײַע מינים פֿון טרײַב־כּוח פֿאַר שיפֿן. ער האָט זיך פֿאַרשריבן אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט און 1913, אָבער מע האָט אים אַרויסגעוואָרפֿן איין מאָל, און אַ צווייט מאָל איז ער אַליין אַוועק פֿון די שטודיעס. ער האָט פֿון קאָלעדזש קיין מאָל נישט גראַדויִרט.

אין 1917 האָט ער חתונה געהאַט און האָט אין יענע יאָרן געאַרבעט ווי אַ מעכאַניקער אין אַ טעקסטיל־פֿאַבריק און ווי אַן אַרבעטער אין אַ שעכטהויז. אין דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער געדינט ווי אַ קאָמיוניקיר־אָפֿיציר, אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ ים־פֿלאָט־זשורנאַל און דער קאַפּיטאַן פֿון אַ שיף. נאָך דער מלחמה האָט ער און זײַן שווער אַנטוויקלט אַן אופֿן צו פֿאַרדעקן הײַזער קעגן אַ שׂרפֿה מיט לײַכטע, דויערנדיקע מאַטעריאַלן און אויפֿגעשטעלט אַ פֿירמע פֿאַר דעם, אָבער די נײַע באַלעבאַטים, אינוועסטירער, האָבן אים אַרויסגעשטויסן פֿון זײַן אייגענער פֿירמע. ער האָט אין די סוף 1920ער יאָרן געדרוקט זײַן מאַניפֿעסט "דער -4דימענסיע-צײַט־שלאָס", אין וועלכן ער באַשרײַבט זײַן ראַדיקאַלן געדאַנק צו פּראָדוצירן ביליקע הײַזער פֿאַר די מאַסן.

"ר. באָקמינסטער פֿולער", מאָלערײַ פֿון באָריס אַרציבאַשעף, 1963
"ר. באָקמינסטער פֿולער", מאָלערײַ פֿון באָריס אַרציבאַשעף, 1963

צוליב דעם טויט פֿון זײַן קינד אין 1922, און זײַן אַרבעטלאָזיקייט, האָט פֿולער געטראַכט פֿון זיך אָנטאָן אַ מעשׂה, אָבער ער האָט זיך מישבֿ געווען, און באַשלאָסן דורכצופֿירן "אַן עקספּערימענט אויסצוגעפֿינען וויפֿל דער יחיד קען בײַשטײַערן צו דער וועלט, כּדי וואָס מער פֿון דער מענטשהייט זאָל געניסן".

אין די 1930ער און 40ער יאָרן האָט פֿולער געבויט זײַנע "דימאַקסיאָן"־אויטאָס און הײַזער. דער "דימאַקסיאָן"־אויטאָ איז געפֿאָרן אויף דרײַ רעדער, ניצנדיק כּמעט גאָרנישט קיין ענערגיע. פֿולער האָט דרײַ מוסטערן געבויט פֿון דעם אויטאָ. זײַנע "דימאַקסיאָן"־הײַזער האָט מען גיך געקענט בויען פֿון די לײַכט־וואָגיקע מאַטעריאַלן. אין 1940 איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז מע קען גרינג איבערמאַכן מעטאַלענע שפּײַכלערס, זיי זאָלן ווערן איין משפּחהדיקע הײַזער, און אין 1945 האָט ער געניצט איבערגעבליבענע אַלומיניום־מאַטעריאַלן, פֿון וועלכע מע בויט עראָפּלאַנען, צו בויען אַ הויז, אויך אין זײַן "דימאַקסיאָן"־סעריע.

הײַנט קוקט מען אויף פֿולערן ווי אויף אַן אַליין־גייער, וועלכער האָט געשאַפֿן אַ בריק צווישן דער וויסנשאַפֿט און דער הומאַניסטיק. ער האָט זיך געחבֿרט מיטן סקולפּטאָר איסאַמאַ נאָגוטשי; זײַנע צייכענונגען און מוסטערן פֿון הײַזער און אויטאָס האָט מען אויסגעשטעלט אין מוזייען. ער האָט געלערנט אין דעם ראַדיקאַלן "בלאַק מאַונטאָן קאָלעדזש" אין צפֿון־קאַראָלײַנע, און דעם ערשטן מוסטער פֿונעם געאָדעזישן קופּאָל האָט ער דאָרטן געשאַפֿן, ניצנדיק די ברעטער פֿון פֿענצטער־רולעטן.

פֿולערס "דימאַקסיאָן־אויטאָ" 1934
פֿולערס "דימאַקסיאָן־אויטאָ" 1934

דער געאָדעזישער קופּאָל איז געבויט אויף דער סטרוקטור פֿון אַ טעטראַהעדראָן — פֿיר דרײַעקן וואָס ווערן צוזאַמענגעשטעלט. פֿולער האָט געהאַלטן, אַז דער טעטראַהעדראָן איז די פֿונדאַמענטאַלסטע פֿאָרעם אין דער נאַטור; אַ פֿאָרעם, וואָס איז אויך נייטיק אין ס‘רובֿ גרעסערע פֿאָרעמס.

אין 1949 האָט ער אויפֿגעבויט דעם ערשטן בנין מיט אַזאַ געאָדעזישן קופּאָל — אַ סטרוקטור, וואָס האָט געקענט שטיין אַליין, נישט וויכטיק ווי גרויס. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט באַלד פֿאַרשטאַנען די פּראַקטישע וויכטיקייט פֿון אַזאַ געפֿינס און האָט בײַ אים באַשטעלט טויזנטער קליינע קופּאָלן פֿאַר דער אַרמיי. אין אַ פּאָר יאָר האָט מען געקענט זען די סטרוקטורן אויף דער גאַנצער וועלט. די אויטאָ־פֿירמע, "פֿאָרד" האָט בײַ אים באַשטעלט אַזאַ קופּאָל פֿאַרן דאַך פֿון זייער הויפּטקוואַרטיר אין מישיגען.

אין די 1960ער יאָרן האָט ער ווײַטער אויסגעטראַכט שאַפֿערישע פּראָיעקטן אין שײַכות מיט טראַנספּאָרט און באַהויזונג. ער איז געוואָרן אַ באַליבטער עקסצענטרישער רעדנער און זײַנע צייכענונגען האָט מען געקענט זען אין מוזייען און גאַלעריעס איבער דער וועלט. ער איז געשטאָרבן אין 1983 צו 87 יאָר.

פּראָיעקט פֿון אַ "דימאַקסיאָן־הײַזער־מאַשינען"־קהילה, 1946.
פּראָיעקט פֿון אַ "דימאַקסיאָן־הײַזער־מאַשינען"־קהילה, 1946.

אַזוי ווי פֿולער איז תּמיד געווען מחוץ־למחנה, האָט זײַן יחידישקייט זיך גוט צוגעפּאַסט צו דער קאָנטער־קולטורעלער באַוועגונג פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן. די סבֿיבֿה־אַקטיוויזם וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אויף אַן ערנסט אין די 1960ער יאָרן, האָט אַרויפֿגעקוקט צו פֿולערן ווי אויף אַן איקאָן. ער האָט אָפֿט געניצט דעם טערמין — "די קאָסמאָס־שיף ערד" — אַרויסצוהייבן דעם פֿאַקט, אַז מיר, די וועלט, זענען אַ טייל פֿון אַ גרעסערער סיסטעם, און אַז אונדזער נאַטירלעכע רעסורסן זענען באַגרענעצט; אַז דאָס וווילזײַן פֿון איין פּאַסאַזשיר איז פֿאַרבונדן מיטן וווילזײַן פֿון אַלע פּאַסאַזשירן. זײַן טראָפּ אויף שפּאָרעוודיקייט, שוין אין די 1950ער יאָרן, האָט אים באַרימט געמאַכט. אין 1985 האָט מען אַנטדעקט אַ מאָלעקול מיט אַן ענלעכקייט אויף פֿולערס געאָדעזישן קופּאָל, האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן "באָקמינסטערפֿולערען".

איינע פֿון די הויפּט־עקספּאָנאַטן אויף דער אויסשטעלונג אין "וויטני" איז באָקמינסטער פֿולערס "דימאַקסיאָן טראַנספּאָרט־אויטאָ", וואָס ער האָט געשאַפֿן, כּדי צו "העלפֿן וואָס מער מענטשן, ניצנדיק וואָס ווייניקער רעסורסן". פֿולער האָט אויך געוואָלט, אַז דער אויטאָ זאָל זײַן פֿינאַנציעל צוטריטלעך פֿאַר די מאַסן. דער מאָדעל אין מוזיי, זײַן צווייטער, האָט געניצט איין גאַלאָן בענזין אויף 30 מײַל, און געקענט איבערפֿירן 11 פּאַסאַזשירן מיט אַ גיכקייט פֿון 120 מײַל אַ שעה. פֿאַר יענער צײַט איז דאָס געווען אויסערגעוויינטלעך.

דער אַמעריקאַנער פּאַוויליאָן בײַם וועלט־"עקספּאָ" אין מאָנטרעאַל, 1967
דער אַמעריקאַנער פּאַוויליאָן בײַם וועלט־"עקספּאָ" אין מאָנטרעאַל, 1967

אָפֿט רעדט מען וועגן באָקמינסטער פֿולער ווי וועגן אַן אוטאָפּישן דענקער; אָבער באמת, האָט ער געטראַכט וועגן דעם מאָרגן פֿון דער מענטשהייט גאַנץ פּעסימיסטיש. ווײַל דאָס אַחריות פֿאַר דער "קאָסמאָס־שיף ערד" טראָגט די גאַנצע באַפֿעלקערונג, דאַרף יעדער איינער אויפֿן פּלאַנעט העלפֿן צו בײַטן די וועלט צום גוטן, און ער האָט אײַנגעזען, אַז מיר האָבן נאָך אַ לאַנגן וועג דאָס צו דערגרייכן.

אויף דער אויסשטעלונג זעט מען פֿולערס צייכענונגען פֿון זײַנע פּראָיעקטן, אָנהייבנדיק פֿון 1928 — פּלענער פֿון אוטאָס, עראָפּלאַנען, הײַזער. טייל פּלענער האָט מען אויפֿגעבויט, אַנדערע, ווי "קופּאָל איבער מאַנהעטן" זענען געבליבן ווי אַ פֿאַנטאַזיע. מע זעט אויך פֿולערס השפּעה אויף אַנדערע קינסטלער. באָקמינסטער פֿולער איז געווען אונדזער לעאָנאַרדאָ דאַ ווינטשי; זײַנע וויזיעס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט ווײַט און ברייט, און ער האָט טאַקע געהאָלפֿן דער וועלט מיט זײַנע אידעען.

דער אַדרעס פֿונעם "וויטני־מוזיי" איז 945 מעדיסאָן עוועניו, מאַנהעטן.