קונסט
וואַלטאָן פֿאָרד — "באַנגאַלאָר", 2005
וואַלטאָן פֿאָרד — "באַנגאַלאָר", 2005

אַמאָליקע אַריסטאָקראַטן און אַדל־לײַט פֿון אייראָפּע פֿלעגן זאַמלען אָביעקטן פֿון דער נאַטור; זאַכן, וועלכע, אָפֿט מאָל, האָט מען זיי ערשט געפֿונען אין "דער נײַער וועלט" און מען איז נישט געווען זיכער אַפֿילו, וואָס זיי זענען. די קוריאָזן האָט מען אויסגעשטעלט פֿאַר געסט, דיפּלאָמאַטן, אָדער אַנדערע מענטשן מיט אַ דעה, כּדי צו מאַכן אויף זיי אַ רושם מיט זייער וויסן און מאַכט. אויף דײַטש האָט מען אַזאַ זאַמלונג אָנגערופֿן אַ וווּנדער־קאַמער, מיינענדיק אַ גאַנצע שטוב, אָנגעפֿילט מיט די קוריאָזן־חפֿצים. אין אַנדערע ערטער האָט מען זיי אויסגעשטעלט אין אַ שאַפֿקע, און די זאַמלונג אָנגערופֿן — "אַ שאַפֿקע פֿון קוריאָזן".

קײַזער רודאָלף דער צווייטער, וועלכער האָט געהערשט פֿון 1576 ביז 1612 איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַן וווּנדער־קאַמער, וואָס האָט אויך אונטערגעשטראָכן ווי ווײַט־מלכותדיק זײַן אימפּעריע איז געווען. אַמאָל האָט מען אויך אַרײַנגענומען אין דער וווּנדער־קאַמער טיילן פֿון מיטאָלאָגישע חיות און געמישט דעם אמת מיט פֿאַנטאַזיע. אינעם 17טן יאָרהונדערט האָט מען אָנגעהויבן צו דרוקן שיין אילוסטרירטע ביכער וועגן די וווּנדער־קאַמערן, די גאַנצע וועלט זאָל קענען הנאה האָבן.

טרענטאָן דויל האַנקאָק — "נס־מאַשין #1", 2005
טרענטאָן דויל האַנקאָק — "נס־מאַשין #1", 2005
די וווּנדער־קאַמערן זענען איבערגעגאַנגען בירושה פֿון דור צו דור, און יעדער יורש האָט צוגעגעבן נײַע זאַכן לויט זײַנע אינטערעסן אָדער צוגעגעבן נײַע געפֿינסן פֿון נײַ־אַנטדעקטע מקומות. די דאָזיקע וווּנדער־קאַמערן האָבן אויך געהאַט ווי אַ ציל צו פֿאַראינטערעסירן דעם עולם אין די נײַע אַנטוויקלנדיקע וויסנשאַפֿטן פֿון דער מערבֿדיקער וועלט — געאָלאָגיע, באָטאַניק, זאָאָלאָגיע אאַ״וו.

אין אַ נײַער אויסשטעלונג — "די וווּנדער־קאַמער — אַ יאָרהונדערט פֿון קוריאָזן" בײַם "מאָדערנעם קונסט־מוזיי" אין ניו־יאָרק, האָט די קוראָטאָרין, שׂרה סוזוקי, אויסגעקליבן מאָדערנע קונסטווערק פֿון דער ריזיקער זאַמלונג בײַם מוזיי אינעם גײַסט פֿון די אַמאָליקע וווּנדער־קאַמערן. די אויסשטעלונג קען מען זען סײַ אויף די ווענט פֿונעם מוזיי, סײַ אין דער אינטערנעץ. דאָס אויסשטעלן אויף דער אינטערנעץ ווערט אַלץ מער פּאָפּולער אין די גרויסע מוזייען, ווײַל מע ווייסט, אַז אַזוי ווי הונדערטער טויזנטער קונסטווערק ליגן אין זייערע סקלאַדן, וועלן זיי קיין מאָל נישט קענען אויסשטעלן אַלע אָביעקטן אינעם אמתן מוזיי.

פּאָל קליי — "אַלטער פֿעניקס", 1905
פּאָל קליי — "אַלטער פֿעניקס", 1905

אַ סך פֿון די אויסגעשטעלטע ווערק שטאַמען פֿון ביכער און דרוקן; אָבער אויך צווישן די 130 חפֿצים זעט מען פֿאָטאָגראַפֿיעס, צייכענונגען, סקולפּטורן און קונסט־מעבל, געמאַכט צו באַפּוצן דאָס הויז. 60 קינסטלער ווערן אויסגעשטעלט, סײַ עלטערע און באַקאַנטע, סײַ ייִנגערע, וואָס דער מוזיי האָט ערשט געקויפֿט בײַ זיי זייערע ווערק. פֿון די עלטערע דרוקן זעט מען אַ ליטאָגראַפֿיע פֿון מאַניי פֿון אַ קראָ (צו אילוסטרירן עדגאַר אַלאַן פּאָס באַקאַנט ליד); פֿון די נײַערע ווערק ווערט אויסגעשטעלט אַ בילד פֿון אָלאַפֿור עליאַסינס בוך "אײַער הויז" (2006) מיט אינטערעסאַנטע פּערספּעקטיוון פֿון אַ בנין. אַ סך פֿון די ווערק זענען וועגן ווילדע ים־בריאות, אינסעקטן, ווי אויך פֿון מענטשן מיטן טראָפּ אויף די אויגן און דעם גאַנצן קאָפּ. אַ סקולפּטור פֿון מאַן ריי (אַ ייִד, געבוירן מיטן נאָמען עמנואל ראַדניצקי), אַ וויכטיקער בײַשטײַערער צו די סורעאַליסטישער און "דאַדאַ"־באַוועגונגען הייסט "מתּנה", געשאַפֿן אין 1958, צום סוף פֿון זײַן לעבן. די סורעאַליסטן האָבן דערקלערט, אַז — "אַלץ וואָס איז אַ וווּנדער איז שיין" — איז נישט קיין חידוש, וואָס עטלעכע קינסטלער אויף דער אויסשטעלונג שטאַמען פֿון דער קונסט־שול, צווישן זיי עטלעכע פֿאָרגייער ווי אָדילאָן רעדאָן. נאָך אַ טעמע פֿון עטלעכע ווערק פֿון די קינטסלער אָטאָ דיקס און פּיטער בלייק, וועלכע ברענגט אַרויס אַ גראָטעסקן אַספּעקט, איז דער טאַטויִרטער קערפּער פֿון אַ מענטש.

רודאָלפֿאָ אַבולאַראַך — "עניגמאַטיש אויג", 1969
רודאָלפֿאָ אַבולאַראַך — "עניגמאַטיש אויג", 1969

ווי אין די אַלטע וווּנדער־קאַמערן האָט מען אויך אַרײַנגענומען ווערק פֿון פֿאַנטאַסטישע אינספּיראַציעס, ווי אויסגעטראַכטע חיות און געוויקסן. אַ צאָל קינסטלער, ווי דער בעלגיער דזשיימס ענסאָר, זענען באַקאַנט פֿאַר זייערע קונסט־וויזיעס וואָס האָבן קיין מאָל נישט פּרעטענדירט צו זײַן רעאַליסטיש, און דערמאָנען די וועלט פֿון חלומות, אַפֿילו פֿאַר דעם סורעאַליזם. אין דער אויסשטעלונג קען מען אויך זען קינסטלערישע מעבל־אָביעקטן וואָס מע געפֿינט אין שטוב ווי טאָרד בונטזשעס לאָמפּ, וואָס דערמאָנט אין בלעטער און צווײַגן.

די ייִדישע קינסטלער, לעאָנאַרד באַסקין און דזשים דײַן, האָבן אויך עטלעכע דרוקן אויף דער אויסשטעלונג; באַסקין פֿון אינסעקטן, און דײַן פֿון פֿאַלשע ציין. דער ערשטער מיט אַ קאָנסערוואַטיווערן צוגאַנג צו זײַן קונסט, דער צווייטער מיט אַ הומאָריסטישן ראַדיקאַליזם פֿון די 60ער יאָרן. דער פֿאָקוס פֿון דער אויסשטעלונג ווערט צו מאָל צעשווענקט, ער איז אָבער תּמיד פֿאַרכאַפּנדיק.

ניקאָלאַס לאַמפּערט — "היישעריק־טאַנק", 2006
ניקאָלאַס לאַמפּערט — "היישעריק־טאַנק", 2006

אַ טייל פֿון די ווערק באַשרײַבן דעם פּראָצעס פֿון אויסשטעלן אָביעקטן אין אַ גאַלעריע. די טעמע איז באַליבט אין דער פּאָסט־מאָדערנער תּקופֿה; די ווערק פֿון פּאָל עטיען־לינקאָלן און דזשאָסעף קאָרנעל זעט מען אונטער אַ גלעזערנעם פֿלעשל. מאַרק דיאָן האָט אויפֿגעבויט אַ געשטעל פֿון גלאָז, אין וועלכע ער האָט קאַטאָלאָגירט די פֿאַרשיידענע זאַכן, וואָס מע האָט געפֿונען בײַם אויסגראָבן דעם קאָטלאָוואַן בײַם בויען דעם נײַעם בנין פֿונעם מוזיי.

די אויסשטעלונג בלײַבט אָפֿן ביזן 11טן נאָוועמבער 2008.