קונסט
מאַרק שאַגאַל: "לוי", ירושלימער פֿענצטער, 1962
מאַרק שאַגאַל: "לוי", ירושלימער פֿענצטער, 1962

לעבן דעם "קאָלומבוס־קרײַז" אין מאַנהעטן האָט זיך מיט עטלעכע יאָר צוריק שטילערהייט געעפֿנט אַ קליינער מוזיי — "דער מוזיי פֿאַר ביבלישער קונסט" — מיטן שליחות אַרויסצוהייבן די פֿאַרשיידענע פֿאַרבינדונגען צווישן קונסט, רעליגיע און דער ביבל — וואָס פֿאַר די גרינדער, נעמט אַרײַן סײַ דעם ייִדישן תּנ״ך, סײַ דעם קריסטלעכן "נײַעם טעסטאַמענט". לויט זייער פּירסום ווילן זיי "פֿאַרבינדן די באַקאַנטע רעליגיעזע אימאַזשן מיט זייערע געשיכטעס, נישט נאָר קוקן אויף דער קונסט עסטעטיש, נאָר אויך באַטראַכטן זי דורך די פּערספּעקטיוון פֿון מינהג, לעבן־שטייגער, קולטורעלן קאָנטעקסט, פֿונקציע און דעם באַטײַט פֿונעם ווערק, ווען עס איז געשאַפֿן געוואָרן. " אַזוי אַרום האָפֿט דער מוזיי "צו פֿאַרברייטערן די דעפֿיניציע פֿון ׳ביבלישע קונסט׳ און דערציילן דעם ברייטן עולם וועגן דער וויכטיקער ראָלע וואָס די ביבל האָט געשפּילט פֿאַר דער ציוויליזאַציע."

דער מוזיי געפֿינט זיך אינעם בנין פֿון דער "אַמעריקאַנער ביבל־געזעלשאַפֿט", אַן אַמעריקאַנער קריסטלעכע אָרגאַניזאַציע, וואָס איז כּמעט 200 יאָר אַלט און וועמענס הויפּט־אַרבעט איז די אַלע יאָרן געווען צו פֿאַרשפּרייטן מיליאָנען עקזעמפּלאַרן פֿון דער ביבל. אָבער די מענטשן וואָס דערוואַרטן, אַז מע וועט באַטראַכטן די קונסט אינעם מוזיי נאָר פֿון אַ קריסטלעכן קוקווינקל, וועלן איבערראַשט ווערן מיטן נייטראַלן און וויסנשאַפֿטלעכן צוגאַנג צו דער ביבלישער קונסט.

די געשיכטע פֿונעם מוזיי איז אַ קאָמפּליצירטע. אין 1997 האָט די יונגע דאָקטאָראַנטקע פֿון קונסט־געשיכטע, ענאַ העלער, געעפֿנט אַ גאַלעריע בײַ דער "ביבל־געזעלשאַפֿט" פֿאַר קונסטווערק, אינספּירירט פֿון דער ביבל. קיין פּערמאַנענטע זאַמלונג האָט מען אַליין נישט פֿאַרמאָגט, אָבער די אויסשטעלונגען האָבן געפֿונען חן אין די אויגן פֿון די קריטיקער. דעמאָלט האָט מען געגרינדעט דעם מוזיי אין 2005 — דער ערשטער וויסנשאַפֿטלעכער מוזיי אָפּגעגעבן דער ביבל.

פֿון דער נײַער אויסשטעלונג: האָליוווּדער פֿילמען וועגן דער ביבל
פֿון דער נײַער אויסשטעלונג: האָליוווּדער פֿילמען וועגן דער ביבל

די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם מוזיי האָט באַשלאָסן צו בלײַבן אומאָפּהענגיק פֿון דער "ביבל־געזעלשאַפֿט" און נישט צו ווערן אידענטיפֿיצירט מיט דער עוואַנגעליסטישער באַוועגונג צווישן די קריסטן. למשל, קיין אַנאָנסן אויף קריסטלעכע ראַדיאָ־סטאַנציעס וועגן דעם מוזיי וועט מען נישט הערן, ווײַל די סטאַנציעס ווערן, געוויינטלעך, פֿאַרבונדן מיט אַ פּאָליטישן סדר־היום, וואָס איז אין גאַנצן פֿרעמד דעם מוזיי. אָבער דער מוזיי וויל נישט אויסמײַדן רעליגיע, ווי ס׳רובֿ קונסט־מוזייען טוען — פּונקט פֿאַרקערט. "די הײַנטיקע באַזוכער פֿון קונסט־מוזייען באַקומען נישט דאָס גאַנצע בילד פֿון דער רעליגיעזער קונסט — האַלט העלער — און זיכער נישט די גאַנצע אינפֿאָרמאַציע וועגן אַן אָביעקט און ווי אַזוי מע האָט אויף אים געקוקט אין זײַן צײַט".

די אויסשטעלונגען בײַם מוזיי דאָס יאָר האָבן אַרײַנגענומען: "די קונסט פֿונעם דײַטשן מאָלער און גראַווירער, אַלברעכט דורער" און "פֿאָלקס־קינסטלער און די ביבל". אין פֿעברואַר 2009, וועט זיך עפֿענען אַן אויסשטעלונג פֿון אַלטע פּלאַקאַטן פֿון האָליוווּדער פֿילמען וועגן דער ביבל. די איצטיקע אויסשטעלונג וועט ספּעציעל פֿאַראינטערעסירן דעם ייִדישן עולם — "שאַגאַלס ביבל: מיסטישע מעשׂיות".

אין פֿאַרשיידענע קונסט־זשאַנערן — מאָלערײַ, ליטאָגראַפֿיע און גראַווירונג — האָט מאַרק שאַגאַל באַהאַנדלט די טעמעס פֿון דער ביבל. די אויסשטעלונג ווײַזט מער ווי אַ הונדערט ווערק זײַנע, צווישן זיי דאָס בילד "קיי דע טורנעל" (1962); אַן איילבילד, וואָס איז קיין מאָל נישט געוויזן געוואָרן אין אַמעריקע. די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט אַ וויטרינע פֿון עטלעכע ייִדישע ביכער, וואָס שאַגאַל האָט אילוסטרירט, צווישן זיי "טרויער" פֿון דוד האָפֿשטיין (1922). שוין אין זײַנע ערשטע שאַפֿונגען האָט ער אַנטוויקלט די רעליגיעזע סימבאָלן, וואָס ער האָט געניצט במשך פֿון זײַן גאַנץ לעבן.

מאַרק שאַגאַל: "דער פּסח־סדר", 1956
מאַרק שאַגאַל: "דער פּסח־סדר", 1956
© 2009 Artists Rights Society (ARS), New York/ADAGP, Paris

אין 1931 האָט שאַגאַל אָנגעהויבן אַ פּראָיעקט צו אילוסטרירן דעם חומש דורך גראַווירונגען. דער פֿאַרלעגער וואָלאַרד האָט דאָס באַשטעלט בײַ אים, און שאַגאַל איז געפֿאָרן קיין האָלאַנד צו זען רעמבראַנדט־אילוסטראַציעס פֿונעם חומש. שאַגאַל איז דערנאָך געפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע, סיריע און עגיפּטן זיך צו באַקענען מיטן לאַנדשאַפֿט און די פֿעלקער — אַלץ אויף וואָלאַרדס חשבון. "איך האָב געזען די בערגלעך פֿון סדום אינעם נגבֿ, פֿון וועמענס אומרייניקייטן זענען אַרויס די שאָטנס פֿון די נבֿיאים אין זייערע געלע בגדים, דער קאָליר פֿון טרוקענעם ברויט" — האָט שאַגאַל שפּעטער דערציילט.

צווישן 1931 און 1939 האָט שאַגאַל פֿאַרענדיקט 65 ביבלישע גראַווירונגען. 55 פֿון זיי קען מען זען אויף דער איצטיקער אויסשטעלונג. בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה איז וואָלאַרד אומגעקומען אין אַן אויטאָ־אַקצידענט שאַגאַל איז אַנטלאָפֿן קיין ניו־יאָרק. ווען דער קינסטלער האָט זיך אומגעקערט קיין פֿראַנקרײַך אין 1952, האָט ער געשאַפֿן נאָך 40 אימאַזשן פֿאַר יודזשין טעריאַד, דעם אַרויסגעבער פֿונעם זשורנאַל "ווערוו", וואָס האָט אין 1957 אַרויסגעגעבן שאַגאַלס ביבל אין האַנט־קאָלירטע דרוקן. אַ טייל פֿון די שפּעטערדיקע ווערק געפֿינען זיך אויך אויף דער אויסשטעלונג. שאַגאַל האָט ספּעציעל זיך אָפּגעשטעלט אויף די עפּיזאָדן פֿון בראשית, און פֿון די נבֿיאים.

ער האָט אַרויסגעהויבן דעם מענטשלעכן אָדער דראַמאַטישן מאָמענט אין די עפּיזאָדן — אַבֿרהם אָבֿינו טרויערט נאָך זײַן פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי שׂרה; אַבֿרהם אָבֿינו קוקט צום הימל בײַ דער עקידה מיט אַ שווערד אין האַנט. אין אַ מוסטער פֿון די שפּעטערדיקע ווערק אין דער סעריע, ווי "דוד און בת־שבֿע", זעט מען איין פּנים פֿאַר די צוויי פּערזענלעכקייטן; אַ בולטע השפּעה פֿונעם קוביזם פֿון פּיקאַסאָ און מאַטיס.

אפֿשר זענען די באַקאַנטסטע שאַפֿונגען פֿון שאַגאַלן אויף דער ביבלישער טעמע די "ירושלימער פֿענצטער" פֿונעם "הדסה־שפּיטאָל" (1962). אין דער אויסשטעלונג קען מען זען די אָריגינעלע ליטאָגראַפֿיעס פֿון די 12 שבֿטים, ווי אויך פּרעלימינאַרע צייכענונגען פֿאַר די פֿענצטער.

שאַגאַל האָט, ווי באַקאַנט, אויך געניצט אימאַזשן פֿון דער קריסטלעכער וועלט, ווי צלמים און קרייציקונג. מע דאַרף לויבן די אויסשטעלונג, וואָס מע "פֿאַרקריסטלט" נישט שאַגאַלס ווערק, נאָר מע גיט צו פֿאַרשטיין, אַז דער אויסטײַטש פֿון די סימבאָלן איז קאָנטראָווערסיעל, בפֿרט אין די ייִדישע קרײַזן. מע דערמאָנט, אַז שאַגאַל האָט אויסגעטײַטשט די קריסטלעכע צייכנס ווי ייִדישע סימבאָלן פֿון גלות און אונטערדריקונג. דערמיט ווײַזט שאַגאַל נישט אַרויס זײַן ליבע צו דער קריסטלעכער וועלט. ער באַטאָנט אָבער, אַז סימבאָלן הערשן אין אונדזער ציוויליזאַציע. ווי אַלע לייענער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור ווייסן, זענען דער צלם־ און קרייציקונג־סימבאָל אָפֿט אויסגעניצט געוואָרן בײַ ייִדישע שרײַבער. יעזוס איז פֿאָרט געווען אַ ייִד, און זײַנע ליידן זענען געווען ייִדישע ליידן!

שאַגאַל האָט גענאַשט זײַנע סימבאָלן פֿון דער ייִדישער און חסידישער טראַדיציע, אָבער נישט נאָר פֿון ייִדישע — פֿון דער רוסישער אָרטאָדאָקסיע און פֿון מערבֿ־קריסטלעכקייט אויך. ער האָט געשאַפֿן זײַן אייגן שטעטל פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

דער אַדרעס פֿונעם "מוזיי פֿון ביבלישער קונסט" איז: 1865 בראָדוויי, ראָג 61סטע גאַס אין מאַנהעטן.

www.mobia.org