פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דער אַמעריקאַנער פּאָעט שלמה בלומגאַרטען, בעסער באַקאַנט אונטער זײַן פּען־נאָמען — יהואש (1870 — 1927) איז געבוירן געוואָרן אין ווירבאַליס, ליטע, און געקומען קיין אַמעריקע אין 1890. ער האָט אָנגעהויבן צו שרײַבן פּאָעזיע, ווען ער איז געלעגן אין אַ טובערקולאָז־סאַנאַטאָריום אין 1900. יהואש איז איינער פֿון די געציילטע פּאָעטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכן ס׳איז שווער אַרײַנצופּאַסן אין די אָנגענומענע קינסטלערישע באַוועגונגען — "סוועטשאַפּ־פּאָעטן", "יונגע", "עקספּרעסיאָניסטן" און "אינזיכיסטן". ווי שמעון פֿרוג און משה־לייב האַלפּערן, וועלכע האָבן זיך אויך געהאַלטן בײַ דער זײַט פֿון די גרופּעס, אָנערקענט מען יהואש ווי איינעם פֿון אונדזערע בעסטע פּאָעטן.

צווישן די לידער וואָס יהואש האָט געשאַפֿן און אַרײַנגענומען אין זײַנע "געזאַמלטע לידער" (1910), געפֿינט זיך אַ ציקל פֿון "ייִדישע לעגענדן" איבערדערציילט אין פּאָעטישער פֿאָרעם. דאָס געזעמל באַשטייט פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלדיקע מעשׂיות, להיפּוך צו די תּלמודישע געשיכטעס, וואָס ער האָט געשאַפֿן אין זײַן קאַפּיטל לידער "פֿון ביבעל און תּלמוד". די דאָזיקע שטעטלדיקע לעגענדעס ווערן דערציילט אין אַ פֿאָלקסלידער־ריטעם, און ס׳איז אַ חידוש, וואָס די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן בלויז זעלטן אויסגעניצט יהואשס שאַפֿונגען, און אויב יאָ, דער עיקר, פֿאַר קינדער־לידער.

פּערזענלעכקײטן

אויף דער לוויה מאָנטיק, דעם 14טן מערץ, אינעם "ריווערסײַד"־לוויה־הויז אין מאַנהעטן האָט דער עולם, פֿול מיט משפּחה און חבֿרים, געהערט אַ זעלטענעם קלאַנג — אַ גרוס פֿון יענער וועלט. מיט דער הילף פֿון איר פֿרײַנד, שושנה וואָלקאָוויטש־באַלאַבאַן, האָט די פֿאַרשטאָרבענע, שפֿרה לערער, מיט אַ יאָר פֿריִער רעקאָרדירט אַ געזעגענונג, וואָס מע זאָל שפּילן אויף איר לוויה. שושנה האָט געשפּילט די רעקאָרדירונג און אַלע האָבן געהערט שפֿרה לערערס קול, ווי זי זאָגט, אַז כאָטש איר גוף לעבט שוין מער נישט, שוועבט איר נשמה איבער אונדז. זי האָט זיך געפֿרייט מיט איר לעבן, ווײַל זי האָט געקענט זיך באַטייליקן אין "פּראָיעקטן" לטובֿת דער ייִדישער קולטור און געבעטן מחילה, אויב זי האָט עמעצן באַעוולט. צום סוף האָט זי צוגעזאָגט צו זײַן אַ גוטע בעטערין פֿאַר אַלעמען.

אַזאַ רעקאָרדירונג "פֿון יענער וועלט" וואָלט געקענט פֿאַרשאַפֿן אַן אומבאַקוועם געפֿיל אונטער אַנדערע אומשטענדן, ווען דאָס קול וואָלט געקומען פֿון אַן אַנדער פֿאַרשטאָרבענעם; אָבער אין דעם פֿאַל האָט מען געגעבן אַ שמייכל, וואָס אונדזער טײַערע שפֿרה לערער האָט געהאַט אין זינען אָפּצוטאָן אַזאַ שפּיצל און צוּווינקען צו אונדז נאָך איין לעצט מאָל.

פֿאַרשײדנס
דזשודי סאָקאָלאָוו און איציק גאָטעסמאַן

שבת, דעם 26סטן פֿעברואַר 2011 איז אַוועק אין דער אייביקייט מײַן שוויגער דזשודי סאָקאָלאָוו צו 89 יאָר. צום גליק האָט זי זיך נישט געמוטשעט און איר פּטירה איז געווען גאַנץ אומדערוואַרט פֿאַר דער גאַנצער משפּחה — זי איז דאָך געווען די געזינטסטע פֿונעם עלטערן דור בײַ אונדז; האָבן מיר געמיינט, אַז ס׳איז איר נאָך באַשערט געווען יאָרן צו לעבן. נאָר דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. איך האָב נאָך גערעדט מיט איר עטלעכע שעה פֿאַרן טויט, און ווען זי איז געלעגן קראַנקערהייט, איז אונדז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז זי וועט אַזוי גיך אַוועק. איר טאָכטער, מײַן פֿרוי נחמה, איז געקומען צו פֿליִען פֿון אינדיע, אָבער נישט באַוויזן זי צו זען אַ לעבעדיקע.

ווען דזשודי איז געשטאָרבן, האָט מען, סוף־כּל־סוף, געקענט מער אָפֿן רעדן וועגן אַ סוד אין דער משפּחה מכּוח איר פֿאַרגאַנגענהייט: אין 1949 האָט מען זי, דזשודי קאָפּלאָן, אַרעסטירט אויף אַ גאַס פֿון ניו־יאָרק און זי באַשולדיקט אין זײַן אַ סאָוועטישער שפּיאָן. דאָס איז געווען בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער "קאַלטער מלחמה" און דער נאָמען פֿון אַלגער היס איז געווען נאָר באַקאַנט וואָס שייך דער "באַהאַלטענער אַרײַנדרינגונג פֿון קאָמוניסטן" אין אַמעריקע.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

עס קומען און גייען אַוועק מוזיקאַלישע פּראָיעקטן; נאָך איידער מע קוקט זיך אַרום, זענען זיך שוין צעגאַנגען קאַפּעליעס; גרופּעס, וואָס מע וואָלט זיי טאַקע זייער געוואָלט הערן ווײַטער. למשל, פֿון מאָנטרעאָל האָב איך באַקומען אַ נײַ קאָמפּאַקטל, אַרויסגעגעבן אין 2009 וואָס הייסט "דער מעראָוויץ־פּראָיעקט" [Merovitz Project + Brass: Live in Montreal] מיטן זינגער אַלאַן מעראָוויץ. די רעקאָרדירונג איז נישט פֿון די סאַמע בעסטע אין די לעצטע יאָרן, אָבער, פֿון דעסטוועגן, הערט מען טאַלאַנטן אויפֿן קאָמפּאַקטל, וואָס ס׳איז אַ שאָד — מע וועט זיי שוין מער נישט קענען זען אָדער הערן אין דער צוקונפֿט.

לויט אָנרי אָפּענהײַם, דעם אַקאָרדיאָניסט און אַראַנזשירער פֿון דער גרופּע, האָט דער "מעראָוויץ־פּראָיעקט" זיך אָנגעהויבן אין האַרבסט 2008 און זיך צעפֿאַלן אין האַרבסט 2010. די זעלביקע מוזיקער שפּילן הײַנט ווײַטער, אָבער אָן מעראָוויץ; מיט אַן אַנדער זינגער, אַ קאָמעדיאַנטקע, אַן אַקטריסע פֿון מאָנטרעאַל, מיטן נאָמען מישעל הײַסלער. דעם נאָמען פֿון דער גרופּע האָט מען געביטן, פֿאַרשטייט זיך, און הײַנט הייסט זי "מגילה" [magillah.com].

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווען נח פּרילוצקי האָט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה אָרגאַניזירט אַרום זיך אין וואַרשע אַ גרופּע יונגע פֿאָלקלאָר־זאַמלערס, צווישן זיי: אַ. אַלמי, יהושע פּערלע און פּנחס גראַובאַרד, האָט ער בײַ זיי געבעטן פּינקטלעך פֿאַרשרײַבן ווי מע רעדט אַרויס די ווערטער, כּדי אויפֿצוכאַפּן דעם ייִדישן דיאַלעקט. פּרילוצקי איז געווען אַ וואָלינער ייִד, און די זאַמלערס האָבן געשטאַמט פֿון וואַרשע און פֿון אַנדערע דערבײַיִקע פּוילישע שטעט. אָבער אַזוי ווי ער איז געווען דער איינציקער פֿילאָלאָג צווישן זיי, האָט ער געהאַלטן, אַז ער קען בעסער הערן דעם דיאַלעקט און האָט "אויסגעבעסערט" די שפּראַך פֿונעם פֿאָלקלאָר וואָס מע האָט פֿאַר אים געזאַמלט. ווען אַ זאַמלער האָט געשריבן "הימל" האָט ער געביטן אויף "אימעל". אַלמי האָט שפּעטער באַמערקט, אַז ביידע צדדים האָבן זיך טועה געווען, ווײַל אין וואַרשע האָט מען דאָס וואָרט אַרויסגערעדט "הימו". צוליב די מחלוקתן אין דעם אַרויסרעד, איז די קליינע גרופּע זיך צעפֿאַלן נאָך אַ יאָר־צוויי פֿון צוזאַמען־אַרבעט.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די צוויי חיפֿהער מוזיקער איתּי אַלתּר און אורית פּערלמאַן האָבן אַרויסגעלאָזט אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן נאָמען "אָט אַזוי!". די רעקאָרדירונג שפּיגלט אָפּ די מוזיקאַלישע אינטערעסן פֿון די צוויי מוזיקער — דזשעז, חזנות און פאָלקסליד. די זינגערין פּערלמאַן דערציילט: "ווען איתּי אַלתּר און איך האָבן אַנטדעקט אונדזער בשותּפֿותדיקע ליבשאַפֿט צו ייִדיש, האָט זיך אונדזער נסיעה אָנגעהויבן. נאָך דעם ווי מיר האָבן איבערגעקוקט אַ סך לידער, האָבן מיר אויסגעקליבן נאָר די, וואָס האָבן אונדז צוגעצויגן מיט זייער אוראַלטן ייִחוס. זיי האָבן עפּעס טיפֿס אָנגערירט בײַ אונדז".

אורית פּערלמאַן האָט גראַדויִרט פֿון דער חזנות־פּראָגראַם אינעם "העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש" פֿאַר ישׂראלדיקע סאָליסטן. זי איז געווען אַ חזנטע אין פֿאַרשיידענע שילן און סינאַגאָגעס אין ישׂראל און אַמעריקע. דרײַ מאָל האָט זי געוווּנען אַ "שלשלת"־פּריז פֿאַר נײַער חזנישער מוזיק. זי האָט אויך געלערנט וואַרשטאַטן אויף אַזוינע טעמעס ווי "שלום־עליכם און מײַן מלאך", וועגן דעם שאַפֿן פּערזענלעכע תּפֿילות אינספּירירט פֿון עלטערע ייִדישע טראַדיציעס און דער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעזיע.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַבֿרהם סוצקעווער

וואַשינגטאָן

זונטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2011, איינע פֿון די סאַמע קעלטסטע טעג דעם ווינטער, האָט "ייִדיש פֿון גרויס וואַשינגטאָן" (יג״וו) דורכגעפֿירט אַן אָוונט אינעם "JCC" פֿון ראַקוויל, מערילאַנד, לזכּרון דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן פּאָעט און קולטור-טוער אַבֿרהם סוצקעווער (2010-1913). די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון הילדאַ רובין, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "קאַפֿע קאַסרילעווקע."

נאָך דער באַגריסונג פֿונעם יג״וו־פּרעזידענט, האַרווי ספּיראָ, האָט נאַטאַלי וועקסלער פֿאָרגעלייענט סוצקעווערס ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" אויף ענגליש און דערנאָך עס געזונגען אויף ייִדיש.

פּראָפֿ’ מאַקס טיקטין האָט געשילדערט אַ פּאָרטרעט פֿונעם פּאָעט, פֿול מיט רײַכע פּרטים וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. סוצקעווער האָט במשך פֿון זײַנע 96 יאָר אַרויסגעגעבן אַ גרויסע צאָל זאַמלונגען. אַ דאַנק זײַן אַריכות־ימים און די פּאָעטישע עשירות וואָס ער האָט אונדז איבערגעלאָזט, "זענען מיר געבענטשט." האָט פּראָפֿ’ טיקטין געזאָגט. דעם געדאַנק האָט ער געניצט ווי אַ רעפֿרען דורך זײַן גאַנצער רעדע.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

הײַנט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס פֿאַר אַ וויכטיקע ראָלע די שדים און בייזע רוחות האָבן געשפּילט אין דער וועלט פֿון די אַשכּנזישע ייִדן. אינעם "ספֿר־חסידים", וואָס יהודה און שמואל החסיד האָבן מחבר געווען אינעם 12טן אָדער 13טן יאָרהונדערט אין דײַטשלאַנד, לייענט מען בפֿירוש ווי די מורא פֿאַר שדים האָט משפּיע געווען אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן, ווי אויך אויף די ייִדישע מינהגים, טראַדיציעס, און פֿאָלקלאָר. וווּ מען האָט נאָר זיך אַ ריר געטאָן האָט מען אָנגעטראָפֿן אויף די "נישט־גוטע".

אַפֿילו אינעם לעבן פֿון שטעטל, אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט זענען געבליבן רעשטלעך פֿונעם פּחד פֿאַר די רוחות. מײַן טאַטע האָט אַלע מאָל געוואָלט האַלטן אַן אויג אויף מיר, ווען איך האָב אַרויסגעטראָגן דאָס מיסט בײַ נאַכט, נישט אַזוי צוליב די "הוליגאַנעס" אויף די בראָנקסער גאַסן, ווי צוליב זײַן מורא פֿאַר רוחות, וואָס ער האָט נאָך געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין סערעט, בײַם אַרויסטראָגן דאָס מיסט אין דער פֿינצטערער נאַכט.

פּערזענלעכקײטן
בײַם באַקומען איר ערן־דאָקטאָראַט אין 2006, לעטברידזשער אוניווערסיטעט, קאַנאַדע

דעם 30סטן יאַנואַר, אין לעטברידזש, אַלבערטאַ, קאַנאַדע, איז געשטאָרבן די שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב אין עלטער פֿון 87 יאָר, איינע פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע פּראָזע־שרײַבערנס נאָכן חורבן; בפֿרט אין קאַנאַדע, וווּ זי האָט זיך באַזעצט אין 1950. אירע עפּישע ווערק זענען געווען אַ זעלטנקייט, ספּעציעל פֿאַר אַ פֿרויען־שרײַבערין אויף ייִדיש.

חוה ראָזענפֿאַרב איז געבוירן געוואָרן דעם 9טן פֿעברואַר 1923. אירע טאַטע־מאַמע זענען געווען אַקטיוו אין "בונד" און ראָזענפֿאַרב האָט זיך געלערנט אין דער בונדישער "מעדעם"־שול. אין לאָדזשער געטאָ, אין 1941, האָט זי גראַדויִרט פֿון גימנאַזיום. אין געטאָ האָט זי געוויזן אירע ערשטע לידער דעם פּאָעט שׂימחה־בונעם שײַעוויטש און ער האָט זי מקרבֿ געווען און אַרײַנגענומען אינעם קרײַז פֿון דער שרײַבער־גרופּע אין געטאָ — די ייִנגסטע צווישן זיי.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
סידאָר בעלאַרסקי

זעלטן ווען, קומט אַרויס אַ נומער פֿון אַ זשורנאַל אָפּגעגעבן אין גאַנצן צו ייִדישע לידער. דעם אמת געזאָגט, געדענק איך נישט, אַז אַפֿילו איין נומער פֿון וואָס פֿאַר אַ מין זשורנאַל, זאָל דאָס טאָן. אָבער די טעמע פֿונעם האַרבסטנומער, 2010, Journal of Synagogue Music נעמט אַרײַן בלויז אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן מכּוח ייִדישע לידער, און בפֿרט, פֿאָלקסלידער. דער רעדאַקטאָר יוסף לעווין שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר, אַז ער האָט אַן השערה, אַז כאָטש דאָס ייִדישע לשון ווערט הײַנט אָפּגעשוואַכט, ווערט דאָס ייִדישע ליד אַ וויכטיקער טייל פֿון דער נײַער וועלטלעכער, פּראָגרעסיווער אידענטיטעט בײַ דער אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט. הלוואַי וואָלט דאָס געווען אמת — די דערקלערונג איז אַן איבערגעטריבענע. אָבער, אמת איז, אַז אַ נײַע אָפּשאַצונג קומט פֿאָר הײַנט פֿון ייִדישע לידער פֿון אַ נײַעם עולם.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
רפֿאל גאָלדוואַסער אין שלום־עליכמס מאָנאָלאָג "דאָס טעפּל"

"ס'ברענט!", פֿון שלום–עליכם (דרײַ מאָנאָלאָגן: "דאָס טעפּל", "דער נישׂרף" און "דער טלית–קטן"). ד.וו.ד.–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, פּראָדוצירט דורכן "לופֿט–טעאַטער", שטראַסבורג 2010, מיט אונטערשריפֿטן אויף ענגליש. דויער: 1 שעה.


מיט אַ ביסל מער ווי אַ יאָר צוריק האָט אונדז דער אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער באַשאָנקען מיט אַן אויסערגעוויינטלעכן ד.וו.ד.–פֿילם: זײַן אויסטײַטשונג פֿון פּרצעס באַרימטער דערציילונג "אַ גילגול פֿון אַ ניגון". הײַנט קומט ער אַרויס מיט אַ צווייטן שטאַרקן אויפֿטו: דרײַ פֿון שלום–עליכמס סאַמע באַליבטע מאָנאָלאָגן. ווי דעמאָלט, גייט עס נישט אין קיין פֿאָרלייענונג, נאָר אין אַן אמתן לעבעדיקן איין–פּערזאָניקן בינע–ספּעקטאַקל מיט אַלע זײַנע חנען. דער אַרגענטינער געבוירענער קינסטלער, וואָס האָט געלעבט אין ישׂראל, געענדיקט זײַן אויסשולונג אין פּאַריז און וווינט שוין לאַנגע יאָרן אין שטראַסבורג, פֿירט אַזוי ביסלעכווײַז אויס אַן עקשנותדיקן פּראָיעקט: צו ברענגען דאָס בעסטע פֿון אונדזערע קלאַסיקערס צום הײַנטיקן פּראָבלעמאַטישן ייִדיש–עולם.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

רעטעניש: הויך ווי אַ מויער, גראָב ווי אַ פּויער, ביטער ווי גאַל, זיס ווי צוקער. (בוים, בלעטער, פּירות)

פֿון ש. באָסטאָמסקיס זאַמלונג


דער נײַ־יאָר פֿון די ביימער, חמישה־עשׂר, האָט מען דאָס יאָר געפּראַוועט דעם 20סטן יאַנואַר. כאָטש מע האָט ליב צו זאָגן, אַז די ייִדן אין שטעטל האָבן נישט געהאַט קיין נאָענטע באַציִונג מיט דער נאַטור, און דערפֿאַר פֿעלן אונדז אַזוי פֿיל נעמען פֿון ביימער און געוויקסן, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער בוים און זײַן פֿרוכט ווי אַ הויפּט־אימאַזש און סימבאָל אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.