פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווען נח פּרילוצקי האָט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה אָרגאַניזירט אַרום זיך אין וואַרשע אַ גרופּע יונגע פֿאָלקלאָר־זאַמלערס, צווישן זיי: אַ. אַלמי, יהושע פּערלע און פּנחס גראַובאַרד, האָט ער בײַ זיי געבעטן פּינקטלעך פֿאַרשרײַבן ווי מע רעדט אַרויס די ווערטער, כּדי אויפֿצוכאַפּן דעם ייִדישן דיאַלעקט. פּרילוצקי איז געווען אַ וואָלינער ייִד, און די זאַמלערס האָבן געשטאַמט פֿון וואַרשע און פֿון אַנדערע דערבײַיִקע פּוילישע שטעט. אָבער אַזוי ווי ער איז געווען דער איינציקער פֿילאָלאָג צווישן זיי, האָט ער געהאַלטן, אַז ער קען בעסער הערן דעם דיאַלעקט און האָט "אויסגעבעסערט" די שפּראַך פֿונעם פֿאָלקלאָר וואָס מע האָט פֿאַר אים געזאַמלט. ווען אַ זאַמלער האָט געשריבן "הימל" האָט ער געביטן אויף "אימעל". אַלמי האָט שפּעטער באַמערקט, אַז ביידע צדדים האָבן זיך טועה געווען, ווײַל אין וואַרשע האָט מען דאָס וואָרט אַרויסגערעדט "הימו". צוליב די מחלוקתן אין דעם אַרויסרעד, איז די קליינע גרופּע זיך צעפֿאַלן נאָך אַ יאָר־צוויי פֿון צוזאַמען־אַרבעט.

צי מען זאָל פּינקטלעך פֿאַרשרײַבן דעם דיאַלעקט, און אויב יאָ, אויף ווי ווײַט — דאָס איז תּמיד געווען אַן ענין בײַ די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן. אַ סך חן אינעם פֿאָלקלאָר איז געלעגן אין די דיאַלעקטישע פֿאָרמעס, און אין גאַנצן אויסצומײַדן די וואַריאַנטן אין שפּראַך, האָבן ס'רובֿ זאַמלערס געפֿילט, וואָלט געווען אַן עוולה.

אין די ערשטע וויכטיקע ווערק פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר זעט מען נאָר קליינע דיאַלעקטישע פֿאָרמעס. אין גינזבורג און מאַרעקס זאַמלונג "ייִדישע פֿאָלקסלידער אין רוסלאַנד" פֿון 1905, וואָס באַשטייט, דער עיקר, פֿון ליטווישע מאַטעריאַלן, קען מען געפֿינען "קליאַצע" אויפֿן אָרט פֿון "קליאַטשע", אָדער "אַ שיינע מיידעלע" אויפֿן אָרט פֿון "אַ שיין מיידעלע". די זאַמלונג האָט בעסער אָפּגעשפּיגלט דעם דיאַלעקט אין דער טראַנסליטעראַציע מיט די לאַטײַנישע אותיות. למשל, אין ייִדיש לייענט מען דעם גראַם "מרה שחורה" און "מורא", אָבער ווען מע לייענט די זעלבע ווערטער געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות אין דער זאַמלונג שטייט "moro-schcheire" און "meire", וואָס איז טאַקע ליטוויש ייִדיש. אין דער אַנדערער וויכטיקער זאַמלונג פֿון דער זעלבער צײַט, איגנאַץ בערענשטיינס "ייִדישע שפּריכווערטער" (1908), קען מען נאָך ווייניקער דיאַלעקטישע פֿאָרמעס געפֿינען. אויך אין אַנ־סקיס זאַמלונגען, ווי זיי זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין זײַנע געזאַמלטע ווערק, קען מען נישט געפֿינען קיין דיאַלעקט, כאָטש אַנ־סקי האָט בפֿירוש געגעבן אינסטרוקציעס צו די זאַמלערס, זיי זאָלן פֿאַרשרײַבן פּונקט ווי מע רעדט די ווערטער אַרויס.

ערשט אין נח פּרילוצקיס זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, געפֿינט מען אַ כּמעט אות באותיקע טראַנסקריפּציע פֿון ייִדישע דיאַלעקטן. אין זײַן צווייטן באַנד פֿאָלקסלידער, לייענט מען:

די לבֿנה שאַנט באַ דע נאַכט

אין דבורה'לי שטײַט פֿאַ דע טיאָ; (טיר)

זי שטײַט, זי שטײַט, די הענט פֿאַלייקט

אַ ווייטיק אי צינ' איאָ' (איר).


זי קיק צאָך אַרים אין אַלי פֿיאָ (פֿיר) עקין,

עק צאָך מיט איאָ די וועלט;

איאָ חתן, לייבי־לייבין

ליק (ליגט) דאָך אָפֿין פֿראַיִן פֿעלד!


עיאָ (ער) ליקט, עיאָ ליקט, יעאָ אי שוין טויט —

עיאָ זאָל זאָל פֿאַר איאָ מיִען!

ס'שײַני פּנים ליקט אין דר' עיאָט (דר'ערד)

אין די באַנדי (די געדעכטע) לאָקין בליִיִן.


די זינגערין איז געווען חיה שעפּס, פֿון וואַרשע, די מאַמע פֿונעם זאַמלער (און שפּעטער שרײַבער, פּאָעט) אַ. אַלמי.

פּרילוצקי האָט אַזוי פֿיל הערות געדאַרפֿט צוגעבן צום סוף פֿון יעדער זײַט, כּדי צו פֿאַרטײַטשן די ווערטער, אַז קיין הנאה בײַם לייענען די פֿאָלקסלידער האָט מען נישט. אָבער פֿאַרן פֿילאָלאָג איז די פֿאַרשרײַבונג געווען וויכטיק. פּרילוצקי, דער גרויסער דיאַלעקט־פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער וויסנשאַפֿט, האָט פֿאַר זיך געהאַט אַ ים מאַטעריאַלן, און פֿאַר אים זענען די פֿאָלקסלידער געווען שטאָלץ פֿאַר אַ דיאַלעקטן־לאַבאָראַטאָריע.

אַנדערע פֿאָלקלאָריסטן האָבן ווייניקער געלייגט אַכט אויף דעם, אַפֿילו אַזעלכע פֿילאָלאָגן ווי מאַקס ווײַנרײַך. ער האָט געבעטן די זאַמלערס פֿון דער "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע" צו פֿאַרשרײַבן דעם דיאַלעקט, אָבער ווען דער ייִוואָ האָט אין 1938 אָפּגעדרוקט אַ טייל פֿון זײַנע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען האָט מען נאָר געהאַלטן געציילטע דיאַלעקטישע פֿאָרמעס. דאָס איז מסתּמא געווען די השפּעה פֿון י. ל. כּהן, וואָס האָט רעדאַקטירט דעם באַנד "ייִדישער פֿאָלקלאָר", און האָט באַטאָנט די שיינקייט פֿונעם פֿאָלקלאָר, נישט די לינגוויסטישע אַספּעקטן.

די סאָוועטישע פֿאָרשערס האָבן אויך אויסגעמיטן די דיאַלעקטישע פֿאָרמעס, סײַדן צוליב אַ גראַם דאָ און דאָרט. סײַ אין משה בערעגאָווסקיס, סײַ אין סקודיצקיס און מאיר ווינערס זאַמלונגען האָט מען געוואָלט אַרויסהייבן די פּאָעזיע פֿון די פֿאָלקסלידער, און נישט מאַכן שווער דעם לייענער מיט צופֿיל הערות און פֿרעמדע ווערטער.

דער פֿאָלקלאָריסט עמנואל אָלשוואַנגער (1888—1961), וואָס איז הײַנט באַקאַנט פֿאַר זײַנע וויצן־זאַמלונגען "רויטע פּאָמעראַנצן" און "לחיים", האָט געזאַמלט בײַ ליטווישע ייִדן, און מע קען דאָס באַלד דערקענען אין זײַן ערשטער זאַמלונג, וואָס ער האָט געדרוקט מיט לאַטײַנישע אותיות — "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען" (באַזעל, 1920). לעבנדיק אין שווייץ, האָט אָלשוואַנגער פֿאַרשריבן דאָרטן די מאַטעריאַלן פֿון די ייִדישע סוחרים און סטודענטן. לאָמיר פֿאַרענדיקן מיט אַ וויץ וואָס ער האָט געזאַמלט, אָנגעשריבן אויף ייִדיש, אָבער אינעם ליטווישן דיאַלעקט:

אַ שידוך פֿון ליבע

אַ שדכן איז אַ מאָל געקומען צו אַ יונגן־מאַן רעדן עם אַ שידוך. זאָגט דער שדכן צום יונגן־מאַן: הערט זאַך אײַן, איך האָב פֿאַר אײַך אַ מיידל, אַ צאַצקע. אָבער טאַקע אַ שיינע מיידל." "וואָס רעט איר עפּעס?". מאַכט דער יונגער־מאַן: "זעט, לאָזסט מיך צורו". זאָגט דער שדכן, "נו, אייב איר קוקט ניט אַף שיינקייט, האָב איך פֿאַר אײַך אַן אַנדער מיידל, ניט אַזאַ שיינע, אָבער ניט קיין מיאוסע אייך, און זי האָט אַ פֿינף טויזנד קערבלעך". זאָגט דער יונגער־מאַן ווײַטער, "לאָזסט מיך צורו". מאַכט דער שדכן "איי, האָט איר דאָך גרייסע פּרעטענסיעס. איז גוט, האָב איך פֿאַר אײַך אַן אַנדער מיידל מיט צוואַנציק טויזנט קערבלאַך". און דער יונגער־מאַן זאָגט ווײַטער: "זעט, לאָזסט מיך צורו, געלט איז באַ מיר ניט דער עיקר". זאָגט דער שדכן "אַזיי? איר קוקט אַף ייִחוס? האָב איך פֿאַר אײַך אַ מיידל פֿון גרעסטן ייִחוס, פֿון צוואַנציק דורות [דיירעס] רבנים." ענטפֿערט עם דער יונגער־מאַן: "איר זאָלט וויסן זײַן, רב איד, אַז איך וויל פֿון קיין זאַך ניט הערען, איך וועל טאָן אַ שידוך נאָר פֿון ליבע". מאַכט דער שדכן: "שאַט, בייזערט זאַך ניט: איך האָב פֿאַר אײַך אַזעלכע אייך".